בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:53 pm
דורך בר-כוכבא
מי יתן והי' אז יעדער מנהל/חבר הנהלה זאל דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר יעדן לא נתקבל. אוי וואלט געווען ארדענונג. דאס איז די איינציגע זאך וואס ארבעט ביי מענטשן וואו "מה יאמרו הבריות" איז דער ערשטער און לעצטער פון די עשרת הדברות.

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:13 pm
דורך קפנדריא
עפל סיידער האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:א בור ברשות הרבים?? וואסי די שאלה.


די ישיבות ברויכען נאר זעהן אז עס זאלען זיך נישט ארום דרייען אזויפיל בורות בלי מים ומלא נחשים ועקרבים, פילט זיי אהן מיט מים מתוקים וועלן זיי נישט טועם זיין פון די מים גנובים, זיך דרייענדיג ווי בורות בורות נשברות.


התינח ווען די כלים שטייען גראד, מיט די אפענע מיילער אויף ארויף, דאן קען עס מקבל זיין ימים מיט מים מתוקים. וואס אבער ווען די כלים זענען פארקרומט אדער טאטאלי איבערגעדרייט, אדער פארשטאפט און פארקנאקט (אשטייגער ווי מיט די הייליגע 'סמארט-פאון'ס'), אזוי אז ס'האט בכלל נישט קיין מקום און אינטערעסע אין קיין געשמאקע מים מתוקים? דאן קענסטו גיסן ביז איבערמארגן וויפיל זיסקייט דו ווילסט, דער וועט ווייטער נאר לעכצן נאך מים עכורים, און גראבן אין די בורות נשברים פול מיט נחש שרף ועקרב.

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:28 pm
דורך ברסלבער
התינח ווען די בחורים זעען ווי עס גיסט מים מתוקין וועלן זיי שנעל זוכן א גאנצע כלי עס מקבל צו זיין, אבער ווען זיי זעען אז גיסט נאר זויערע פארביטערטע שמוציגע וואסער, זענען זיי נישט אינטערעסירט צו טרעפן א גוטע כלי.

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:30 pm
דורך עפל סיידער
ברויך מען זעהן די כלים זאלען נישט קרום ווערן, און אז ס'פאסירט חלילה יא אזא פאל פרוביר מיט אלע געוואלדעס עס גראד צושטעלן.

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 7:22 pm
דורך לאליפאפ
דערמאנט מיר דעי בילד..