בלאט 3 פון 7
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 10:48 am
דורך הוגה
נאך א מאדנע משפחה נאמען - טירטעל.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:52 am
דורך על המחיה
קאן איך א איד מיט'ן משפחה נאמען 'אקער' וואס האט אנגעזאגט זיינע יו"ח בחרם ובקונם קיינער זאל נישט געבען די נאמען 'יצחק'
[פאר די וואס כאפען נישט, זאג שנעל יצחק אקער...]
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:06 pm
דורך דולה ומשקה
"חיים שטינקעוויטש" האט זיך אויך געשעהמט מיט זיין נאמען א לענגערע צייט, ענדליך האט ער דאס געטוישט אויף "משה שטינקעוויטש"
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:18 pm
דורך פישלע העררינג
און אזוי נישט מיך נישט דיך איז [tag]הוגה[/tag] צוריק!...
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 2:36 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:אין עליזאבעט ניו ג'רסי האט געדינט א שטיק צייט אלס רב דער גרויסער גאון ועסקן הרב פנחס מרדכי טייץ ז"ל. וואס דארף דער נאמען צו מיינען?
איז [tag]סקאטש טעיפ[/tag] אראונד?
אשפ"ג!!!!!!!איינער שיקט מיר יעצט אין אישי אז ווען הרב פאם ז"ל וואלט זיך משדך געווען מיט הרב טייץ ז"ל וואלט געבוירן
פאלם טייץ......

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 2:57 pm
דורך מאטי
שמעקע דיג (הגה וצריך לדחוק הג' של דיג וד"ל)
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 4:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
הדד בן בדד האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:פארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
קלאץ, האלב פון די נעמען וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נישט דא. קלאץ און טויטער זענען נישט דא, און אן אנדערע האסטו געטוישט אן אות עס צו מאכן אזוי
פארוואס זאגסטו דאס קעגן מיר, איך האב געקענט מענטשן מיט די נאמען, און פאר די שרייבסט א זאץ, ניץ דיין שכל 'וויפיל דו קענסט', צו דו שרייבסט א מענטשליכע דעה.
אגב, איך האב באשריבן וועגן ר' בנימין קלאץ ע''ה און זיין זון און אייניקלעך, אין מיין לעבנס באגראפיע 'דאס אנהייב פון מיין לעבן'.
און טויטער איז אויך געווען א נאמען, אבער יענער האט עס פאר צוואנציג יאר צוריק געטוישט, טאקע צוליב בושה.
און ס'פעלט נישט קיין מאדנע פאמיליע נעמען, וואס לכאורה האבן אזעלכע אבות משפחה ווי מיין פארשטייער הדד, דאס גע'ירש'נט די דורות לדיראון.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:48 am
דורך ישמעאל הכהן
פאסטען
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 1:03 am
דורך ביבער
לעמאן דזשוס
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 1:06 am
דורך דריידל
מאטי האט געשריבן:שמעקע דיג (הגה וצריך לדחוק הג' של דיג וד"ל)
אין וויליאמסבורג איז דא דאקטאר דיק.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 1:22 am
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איך קען איינער וואס זיין לעצטע נאמען איז קנאבל און אויף ענגליש רופט ער זיך Nobel מיט א " silent "k
און די משפחה קנאבלאך? שרייבט מען אויך אין ענגליש נאבלעך?...
איך האב געהאט אין מײן קלאס א קנאבלעך און דער ענגליש טיטשער פלעגט איהם טאקע רופן
נאבלאק (Nub-lock)..
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 1:52 am
דורך הדד בן בדד
דריידל האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:שמעקע דיג (הגה וצריך לדחוק הג' של דיג וד"ל)
אין וויליאמסבורג איז דא דאקטאר דיק.
איך קען א רב מיט דעם נאמען. ווי געפעלט אייך דאס הרב דיק.
און וואס איז מיט אזא נאמען ווי קאצנעלנבויגן, אדער בוימוואלשפינער.
אין קווינס וואוינט א איד וואס הייסט פרעדמאן, ער זאגט אז מען האט זייער זיידן געגעבן דעם נאמען פערדמאן אבער ער האט עס געטוישט אויף פרעדמאן.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:28 am
דורך לאליפאפ
מיילע דיק הער איך נאך, אבער פון געיפען (גפן) וואלט איך דעפיניטלי געטוישט...
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 8:56 am
דורך מ גפני
זאג "געפען" מיט א שוא, ווער הייסט דיר זאגן "געי"פען מיט א סגול??
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:45 am
דורך לית דין בר נש
אסאך גפן'ס האבן זיך טאקע געטוישט און רופן זיך וויינשטאק
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:32 am
דורך ציבעלע-קיגל
אין וואס איז מיט'ן אלעם באקאנטען... ר' חיים שטינקאוויטש ?
מיין זיידע האט געהאט א שכן ר' יודל יאפאקלאפאף.
אויב מען רעדט פון נעמען א בעסערע קשי' איז פארוואס איז דא מענטשען וואס פראבירן צו מאכען זייער נאמען אביסעל מער אידיש מיטן טוישן אויף לשון קודש.
קליין ווערט קטן
וויינגארטן ווערט גפן
גארארי ווערט גור ארי'
און נאך אסאך. מיין משגיח אין ישיבה האט געהייסען פרידמאן אבער דאס איז איהם נישט געווען געניג בכבוד'דיג פלעגט ער זיך רופן הרב איש השלום... (איטערעסאנט ווייל למעשה איז ער געווען א רשע און א בעל מחלוקת)
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:39 am
דורך עוד מישהו
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אויב מען רעדט פון נעמען א בעסערע קשי' איז פארוואס איז דא מענטשען וואס פראבירן צו מאכען זייער נאמען אביסעל מער אידיש מיטן טוישן אויף לשון קודש.
קליין ווערט קטן
וויינגארטן ווערט גפן
גארארי ווערט גור ארי'
קטן וואלט נאך גוט געווען. איך קען איינער, וואס לעצטנס איז אים אריין א זשוק אין קאפ און ער רופט זיך "הקטן", ס'איז אבסורד אז ער רופט זיך מיט אזא נאמען, אבער לכאורה איז עס בלשון סגי נהור.
אגב די חתם סופר האט געהייסן "שרייבער" ווי אויך זיינע קינדער און אייניקלעך, אבער אויף די וועלט איז ער באוואוסט מיטן נאמען סופר.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:02 pm
דורך יין שרף
און וואס זאגט איר צו אזא נאמען ווי לאברעכט?
וויאזוי הייסט איר? משה לאברעכט! ווואס? ווי ברעכט משה'לע...? ניין איך הייס משה, לאברעכט. יא לאברעכט.
(א מעשה שהיה)
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
דו דערמאנסט מיר פון א נאמען באריכטה
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:04 pm
דורך יין שרף
געווען א טייערע איד פון שטעטל פישפיקלאדיין, מען האט אים גערופן ר' יענקל פישפיקלאדיינער...
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:12 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
[justify]אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דא דערמאנט דעם נאמען 'מויזקאפ' וואס לכאורה מיינט דאס א קאפ פון א מייז בבחינת שנהיה לראש עכבר רח"ל.
גא-ט אין הימל וואס האט דער עלטער זיידע געטראכט ווען ער האט געוועלט דעם נאמען? וואס האט ער געטראפן אין דעם מייז קאפ וואס איז נישט בנמצא אין אנדערע חיות ובהמות? קומה? חכמה? יופי?
שטעלט אייך ווען ער רופט זיך ווען שוויין-קאפ אדער קאקעראטש-וויידעל דאן פארשטייט איר אז מען וואלט אים איינגעשפארט אין קאצע אין נישט געלאזט האבן צוועלעף קינדער וואס זאלן זיך דארפן ארום דרייען אויף דעם עולם מיט דעם פלעק די רעשט פון זייער לעבן, פארוואס איז מייז קאפ בעסער?
בכלל פארשטיי איך נישט דעם זיידע פארן אויסקלייבן אזא נאמען, ממ"נ איז ער געווען א חסיד וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף ענינים ווי שמא קא גרים וואס כידוע איז דער ראש עכברא מלא קליפות וחיצונים, איז ער געווען א ליטוואק וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף בל תשקצו אדער אנדער איסורי כריתות, איז ער געווען א יעקע ברויך מען דאך זיין צו גא -ט און צו לייט און דאס איז נישט צו גא-ט און נישט צו לייט, סאיז אפשר צו שקצים און צו רמשים. עס קאן נישט זיין אנדערש זיין זיין נאר איינס פון די צוויי, אדער איז דער זיידע געווען א משכיל און ער האט פשוט געוואלט חוזק מאכן פון די פרומע בבחינת גירא בעיני דחסידים ליטוויקים ויעקים בבת אחת אדער האבן אים די רשעים בימים ההם געצווינגען צו טראגן דעם נאמען. דאס פארענטפערט אפשר דעם זיידן אבער אויף די אייניקלעך זיינע וואס לעבן שוין אין בעסער צייטן איז די קשיא יא מרפסין איגרא פארוואס טוישן זיי נישט זייער נאמען? עס נעמט נישט מער ווי צוויי מינוט און פון א גאנצע משפחה מייזן קעפ קען ווערן קארפן קאפ!
איך האב מורא אז די די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי טוישן נישט דעם נאמען איז ווייל ווי זאגט דער וועלט אזוי לאנגט עסט זיך דער ווארעם אריין אינעם חריין ביז ווי לאנג ער מיינט עס איז נישטא זיסער ווי דעם.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:15 am
דורך מ גפני
יין שרף האט געשריבן:און וואס זאגט איר צו אזא נאמען ווי לאברעכט?
וויאזוי הייסט איר? משה לאברעכט! ווואס? ווי ברעכט משה'לע...? ניין איך הייס משה, לאברעכט. יא לאברעכט.
(א מעשה שהיה)
זיי שרייבן עס "ל
עברעכט" דער ראש המשפחה וואוינט אין מאנשעסטער הרה"ח ר' בנימין לעברעכט
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:36 am
דורך מאטי
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דא דערמאנט דעם נאמען 'מויזקאפ' וואס לכאורה מיינט דאס א קאפ פון א מייז בבחינת שנהיה לראש עכבר רח"ל.
גא-ט אין הימל וואס האט דער עלטער זיידע געטראכט ווען ער האט געוועלט דעם נאמען? וואס האט ער געטראפן אין דעם מייז קאפ וואס איז נישט בנמצא אין אנדערע חיות ובהמות? קומה? חכמה? יופי?
שטעלט אייך ווען ער רופט זיך ווען שוויין-קאפ אדער קאקעראטש-וויידעל דאן פארשטייט איר אז מען וואלט אים איינגעשפארט אין קאצע אין נישט געלאזט האבן צוועלעף קינדער וואס זאלן זיך דארפן ארום דרייען אויף דעם עולם מיט דעם פלעק די רעשט פון זייער לעבן, פארוואס איז מייז קאפ בעסער?
בכלל פארשטיי איך נישט דעם זיידע פארן אויסקלייבן אזא נאמען, ממ"נ איז ער געווען א חסיד וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף ענינים ווי שמא קא גרים וואס כידוע איז דער ראש עכברא מלא קליפות וחיצונים, איז ער געווען א ליטוואק וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף בל תשקצו אדער אנדער איסורי כריתות, איז ער געווען א יעקע ברויך מען דאך זיין צו גא -ט און צו לייט און דאס איז נישט צו גא-ט און נישט צו לייט, סאיז אפשר צו שקצים און צו רמשים. עס קאן נישט זיין אנדערש זיין זיין נאר איינס פון די צוויי, אדער איז דער זיידע געווען א משכיל און ער האט פשוט געוואלט חוזק מאכן פון די פרומע בבחינת גירא בעיני דחסידים ליטוויקים ויעקים בבת אחת אדער האבן אים די רשעים בימים ההם געצווינגען צו טראגן דעם נאמען. דאס פארענטפערט אפשר דעם זיידן אבער אויף די אייניקלעך זיינע וואס לעבן שוין אין בעסער צייטן איז די קשיא יא מרפסין איגרא פארוואס טוישן זיי נישט זייער נאמען? עס נעמט נישט מער ווי צוויי מינוט און פון א גאנצע משפחה מייזן קעפ קען ווערן קארפן קאפ!
איך האב מורא אז די די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי טוישן נישט דעם נאמען איז ווייל ווי זאגט דער וועלט אזוי לאנגט עסט זיך דער ווארעם אריין אינעם חריין ביז ווי לאנג ער מיינט עס איז נישטא זיסער ווי דעם.[/justify]
ס'קען גאר זיין אז אינעם ביורא וואו מ'האט געגעבן לעצטע נעמען זענען די העגינישע אומשטענדן נישט געווען אומבעסטן צושטאנד, מילד גערעדט. און דער אבי אבות המויזקאפס האט באמערקט א מויזקאפל בלינטשעט מיט אירע אויגעלעך צו א געוויסע ברעקעלע פון אן איבערגעבליבענע מאלצייט, פון א געוויסען לעכעלע. האט ער ספאנטעניאסיש ארויסגעליארעמט ""מויזקאפ מויזקאפ "" דער אויפזעהר פרעגט: " ביסטו זיכער ראביי"? "קיין ספק נישט" האט דעם ענטפער נישט פארזוימט צו קומען.
ווי אזוי זאגט נאר "פאול הארבי" מיטן באקאנטן נוסח: "ענד נאו יאא קנאו .... דהע רעסט אף דהע סטארי ....