בלאט 3 פון 6

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:21 pm
דורך outspoken
[tag]גאלד[/tag]
ס'וועט נישט ארבעטען, ער איז געווען אן איידעם ביים ברך משה'ס מחותן. ער איז געווען בא'טעם'ט.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:26 pm
דורך outspoken
ווען ר' אברהם האט ארויסגעגעבען זיין (שוואכע)תשובה קעגן פאבליק סקול נאך זאגן א לאנגע צייט אז ער האלט אינמיטען שרייבען, דאס אליין האט אים שוואך געמאכט, די ברך משה'ס אויס'ברוך' האט אים געבויט באחרית ימיו.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:37 pm
דורך גאלד
געבויט האט איהם באחרית ימיו די זעלבע וואס האט געבויט ר' זלמן לייב, טראץ וואס ר' אברהם איז טאקע געווען טויזנט מאל מער תוכן ווי ר' זלמן לייב מיטאמאל קיין דמיון, אבער די מאטיוו איהם צו פארהייליגן איז די זעלבע מאטיוו ווי מ'פארהייליגט היינט ר' זלמן לייב, נקמה און אהרן גארנישט מער, דאנט קיד יורסעלף

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:47 pm
דורך תמים
גאלד, סאיז בכלל נישט דא די נושא צי סאיז זיך געקומען פאר ר' אברהם צי נישט, מקען עפענען אויף דעם נאך זעקס אשכולות אין מוועט קיינמאל נישט פערטיג ווערן, אין סאיז שוין אויסגעדראשן געווארן 100 מאל.

אפילו ר' אברהם איז געווען דעי גרעסטע מהרס אין אונטערברעכער האט קיין פשט צי רעדן די שפראך ברבים מען האט עס פון קיין ערליכע יודן נישט געהערט און די שווארצע עקסרעמיסטען וואס האבן אויך געהאלטען אז עס קומט זיך פארן ברך משה, און זיי האבן געהאלטן אז ער איז גאר די מהרס און די שגץ און פירט אפ די דור און סאטמאר, וויז מיר איין דרשה פון ר אברהם אדער קאשויער רב כדוגמת די דרשה ברבים.

אבער פון די אנדערע זייט ווי כוכב ברענגט ארויס איז דער איד געווען ארידזינעל עז קען בי און לאמיר געדענקן אז די דרשה איז געווען ביום הפורים בבחינת שיכורת ולא מיין (איך בעט ענק ברענגטס נישט די אנדערע..) און אפילו ער האט געהאט א געפערליכע חולשה ווען מהאט עם אויפגערעגט, נעמט עס נישט אוועק זיינע מעלות, און סתם אזוי איז ער געווען דירעקט א פריינטליכער און גאר בעטעמטע מענטש, נוח לכעוס אבער נוח לרצות, גרויסע שונאים וואס זענען אריין צי אים פערזענליך האבען באקומען א ווארימע אויפנאמע, ביודעי ומכירי קאמינא. (און דאס איז איינער פון די חילוקים פון אים מיט בנו בכורו. אפפס זיך נישט געקענט איינהאלטן... אבער לאמיר נישט פארדרייען צום ענדלאזן ארוני זאלי פאלייטיק)

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:48 pm
דורך outspoken
גאלד האט געשריבן:געבויט האט איהם באחרית ימיו די זעלבע וואס האט געבויט ר' זלמן לייב, טראץ וואס ר' אברהם איז טאקע געווען טויזנט מאל מער תוכן ווי ר' זלמן לייב מיטאמאל קיין דמיון, אבער די מאטיוו איהם צו פארהייליגן איז די זעלבע מאטיוו ווי מ'פארהייליגט היינט ר' זלמן לייב, נקמה און אהרן גארנישט מער,

:like :like :like :like :like
כ'בין מקנא די ארונים, מה אעשה אז מיין IQ איז דאס נישט משיג.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:54 pm
דורך עפל סיידער
@גאלד קען קוים ווארטען אויפען יקרבו פון זיין מורה דרך בכדי די שונאים זיינע זאלען מער נישט האבען קיין זכות קיום :D

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 2:30 pm
דורך יאיר
א גרויסן דאנק, דולה ומשקה, פאר'ן אראפברענגען די דרשה במילואו. דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אונז למען ידעו דור אחרון וואספארא פירער כלל ישראל האט אלס פארמאגט. איר קענט זיך פארשטעלן וויפיל דיקער דוד אסף'ס ביכער וואלטן געווען ווען טעיפ רעקארדערס וואלטן עקזיסטירט בימים ההם?

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 2:33 pm
דורך גאלד
outspoken האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:געבויט האט איהם באחרית ימיו די זעלבע וואס האט געבויט ר' זלמן לייב, טראץ וואס ר' אברהם איז טאקע געווען טויזנט מאל מער תוכן ווי ר' זלמן לייב מיטאמאל קיין דמיון, אבער די מאטיוו איהם צו פארהייליגן איז די זעלבע מאטיוו ווי מ'פארהייליגט היינט ר' זלמן לייב, נקמה און אהרן גארנישט מער,

:like :like :like :like :like
כ'בין מקנא די ארונים, מה אעשה אז מיין IQ איז דאס נישט משיג.

האסט א טעות מ'דארף זיין א ריכטיגע זאלי דאס צו משיג זיין,
זיי מוחל הער ר' אברהם'ס (דאכצעך איינציגע) דרשה וואס ער האט געזאגט איבער די גאנצע ארוני-זלמוני איבעקערעניש,
ער האלט געהאלטן בשיטה אז זיך שלאגן מיט אהרן איז א חלק פון אידישקייט ויהדות, און מ'טאר זיי גארנישט געבן,
הער עס אויס העסט געשטוינט ווערן, איך האב נאך עד היום נישט יורד געווען לסוף דעתו פון יענעם דרשה,
פיל מיט היפאקריטיע, און מעודד מחלוקת,
און פארגעס נישט דאס האט ער געזאגט ניכטער, נישט פורים אנגעטרונקען,

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 2:55 pm
דורך יאיר
אפשר איז אלעס געווען העכערע זאכן, אזוי ווי ביי די פריערדיגע צדיקים?

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 3:09 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
מיין שאלה איז ווי פאלגענד:
איז אזעלעכע סארט דרשות געווען א נארמאלע ערשיינונג בעולם הרבנים ורביים? איז דאס נאך אלץ א נארמאלע ערשיינונג?
איך רעד ספעציפיש ווען די נושא איז נישט קיין אידישקייט נושא, מצד די דרשה געבער.
איין אנדערע דרשה וואס האט דעי קרייטעריע איז דער הייליגער ישועת משה'ס דרשה אויף זיין היילגען זון ר' ישראלטשע שליט"א

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 4:26 pm
דורך תמים
גאלד האט געשריבן:געבויט האט איהם באחרית ימיו די זעלבע וואס האט געבויט ר' זלמן לייב, טראץ וואס ר' אברהם איז טאקע געווען טויזנט מאל מער תוכן ווי ר' זלמן לייב מיטאמאל קיין דמיון, אבער די מאטיוו איהם צו פארהייליגן איז די זעלבע מאטיוו ווי מ'פארהייליגט היינט ר' זלמן לייב, נקמה און אהרן גארנישט מער, דאנט קיד יורסעלף


געבויט?? ווער האט אים געבויט?? איך בין אויסגעוואקסן און א זאלי סאטמארע שטיב וואס איז געבליבען אין די סיסטעם מיט רויטע פענעמער ביז די טיילונג, אין זיך אייביג ציגעשטעלט.

מיום עמדי על דעתי איז ר' אברהם געווען א ארויפגעקוקטע זאך, דער איד איז געווען א איש מורם מעם א תלמוד חכם עצום און מתמיד יומם ולילה, און טראץ זיין שארפקייט און עקסטרעמקייט איז עס נאר א מעלה ביי די געטויבעלטע רבי ז"ל אידן,

אין ביי טע וועי ווי אפשר זאגסטו מיר ווי פארהייליגט מען היינט רז"ל?? איך קען קוים ווארטן אויף דעי מינוט.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 4:56 pm
דורך תמים
נחזור לענינינו

אין סאטמאר האט מען נישט געהאלטען דעים ברך משה פאר א קדוש, חוץ די תמימי לב, און די יוגנט ביזן אויפוואקסן, מיילא ברויך מיר זיך נישט ציפיל פארענטפערן.

אבער זעענדיג יעצט ביי די ליטאים וויאזוי זיי האנדלען זייערע שונאים און די שפראך וואס קומט ארויס פונם גדול הדור די שר התורה און די פסקים וואס פארט ארויס פון דארט, האבן חסידי הברך זיך ווייט נישט וואס שעמן, ממש א פחד די שפראך וואס דארט גייט פאר. און דארט קען עס באמת נישט די המון עם עסן.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 5:15 pm
דורך כוכב
יאיר האט געשריבן:אפשר איז אלעס געווען העכערע זאכן, אזוי ווי ביי די פריערדיגע צדיקים?

די שלעפסט ארויף דעם ברך און דערנאך מאכסטו א פאראלעל צו צדיקי אמת.
זייער נישט אינטעלעקטועל. דער ברך איז געווען א וואוילער איד וואס האט געקריגן א גרויסע רבנות באין ברירה.
וואס האט דאס מיט דוד אספ'ס שמירערייען אויף אזעלכע וואס אבותינו ספרו לנו שהעניקו חמה בקומתם בתורה ביראה ואהבת ישראל.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 7:17 pm
דורך יאיר
זעט אויס אז דיינע עלטערן האבן דיר נישט פארציילט אז דער ברך משה העניק חמה בקומתו. אדער וואלטן זיי בעצם יא אזוי פארציילט, נאר דער ברך משה האט פערצופאל געלעבט אינעם איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט, ווען עס זענען שוין פארהאן מעדיצינען אויסצוציען דאס לעבן טיף אינמיטן דעם עובר ובטל פעריאד, ווען מען קען למפרע זען ווער עס האט פוגם געווען און ווער נישט.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 7:24 pm
דורך גאלד
אוואדי האט ער אלס געהאט א שטיקל נאכפאלגערשאפט, ער האט דאך פארט געהאט זיינע פעהיקייטן, מ'קען דאס נישט צינעמען,
אבער דאס כשרי'ן און מאכן א סטאר פון ר' אברהם אין די לעצטערע יארן איז געווען א דירעקטע רעזאלט פון די בלאפערישע אהבה מסתרת סלאגאן, ס'האט אלעס געהאט איין תכלית הנרצה, פירן א זשיהאד קריג קעגן די קאמאן ענעמי הלא הוא אהרן טייטלבוים, דאס איז דער טיפער אמת,

און דאנט געט מי ראנג, איך זיך באמת נישט צו אראפרייסן ר' אברהם'ן, אבער האמת ניתן להאמר, ר' אברהם האט בשיטה געפירט א זשיהאד קעגן די הנהגה פון ברך משה ור' אהרן, נישט בלויז א דעת תורה פון א סקול דיסטריקט (ווי למשל ר' יחזקאל ראטה), דאס האט ער אליינס מודה געווען און ער האט געהאלט ער טוט א הייליגע און וויכטיגע זאך,

נשלח: מוצ"ש יוני 21, 2014 11:40 pm
דורך מאטי
גאלד, פארוואס מוז א קריג קעגן "אהרן טייטעלבוים" אנגערופן ווערן א "זשיהאד קריג" פארוואס קען נישט זיין אז מענטשן האבן פשוט נישט ליב געהאט זיין סטייל און זיך געקליבן אן אנדערן. אודאי איז פאהאן געוויסע וואס האבן דאס אנגענומען ווי א קדושה וורס טומאה קריג, אבער לאו דוקא אז יעדער אין דעם לאגער קוקט דאס אזוי אן.

נשלח: מוצ"ש יוני 21, 2014 11:43 pm
דורך יאיר
דאנט געט מי ראנג, איך זיך באמת נישט צו אראפרייסן ר' יואליש פון סאטמאר, אבער האמת ניתן להאמר, ר' יואל האט בשיטה געפירט א זשיהאד קעגן די הנהגה פון הרב קוק און הרב הערצאג, נישט בלויז א דעת תורה פון התנגדות צו א מדינה (ווי למשל ר' אהרן קאטלער), דאס האט ער אליינס מודה געווען און ער האט געהאלט ער טוט א הייליגע און וויכטיגע זאך,
אוואדי האט ער אלס געהאט א שטיקל נאכפאלגערשאפט, ער האט דאך פארט געהאט זיינע פעהיקייטן, מ'קען דאס נישט צינעמען,
אבער דאס כשרי'ן און מאכן א סטאר פון ר' יואליש אין די לעצטערע יארן איז געווען א דירעקטע רעזאלט פון די בלאפערישע אהבה מסתרת סלאגאן, ס'האט אלעס געהאט איין תכלית הנרצה, פירן א זשיהאד קריג קעגן די קאמאן ענעמי הלא הוא הרב קוק, דאס איז דער טיפער אמת,

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 12:06 am
דורך שרייבער
תמים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:געבויט האט איהם באחרית ימיו די זעלבע וואס האט געבויט ר' זלמן לייב, טראץ וואס ר' אברהם איז טאקע געווען טויזנט מאל מער תוכן ווי ר' זלמן לייב מיטאמאל קיין דמיון, אבער די מאטיוו איהם צו פארהייליגן איז די זעלבע מאטיוו ווי מ'פארהייליגט היינט ר' זלמן לייב, נקמה און אהרן גארנישט מער, דאנט קיד יורסעלף


געבויט?? ווער האט אים געבויט?? איך בין אויסגעוואקסן און א זאלי סאטמארע שטיב וואס איז געבליבען אין די סיסטעם מיט רויטע פענעמער ביז די טיילונג, אין זיך אייביג ציגעשטעלט.

מיום עמדי על דעתי איז ר' אברהם געווען א ארויפגעקוקטע זאך, דער איד איז געווען א איש מורם מעם א תלמוד חכם עצום און מתמיד יומם ולילה, און טראץ זיין שארפקייט און עקסטרעמקייט איז עס נאר א מעלה ביי די געטויבעלטע רבי ז"ל אידן,

אין ביי טע וועי ווי אפשר זאגסטו מיר ווי פארהייליגט מען היינט רז"ל?? איך קען קוים ווארטן אויף דעי מינוט.

אז דו ביסט אויפגעוואקסן אין א זאלי שטוב, מיינט דאס אז דו ביסט בערך אין די יארן פון 20 25 יאר, נו אוודאי, פון תש"ס און ווייטער איז ר' אברהם שוין געווען א איש מורם מעם, אבער עטליכע יאר פריער איז ער געווען אראפגעקוקט איבעראל, חוץ ביי די עקסטרעמע רבי ז"ל אידן וואס האבן געלעבט מיטן סלאגאן "בימים ההם אין מלך בישראל איש כל הישר בעיניו יעשה", און ביז תשנ"ט איז דער ברך משה שוין איינמאל געווען פארהייליגט ביי 80 90 פראצענט פון זיינע חסידים, מיין זיידע א איד פון פאר די קריג האט זיך כל ימיו נישט ארויסגעשטעלט קעגן רז"ל, ווייל ער איז געבליבן מיט די פחד פון די הקפדה פון ברך משה, עמרם כהן האט געהרג'ט דעם יראת הכבוד צום ברך משה ביי די יונגווארג, די עלטערע אידן (רובם ככולם) זענען ווייטער געבליבן מיטן פחד מהוד קדושתו, און אים ארויפגעקוקט עד זיבולא בתרייתא, און פון זיי האסטו קיינמאל נישט געהערט א זלזול ווארט אויף אים, איך האב מיטעהאלטן די יארן שוין נאך מיין חתונה, און איך האב געזען דעם חילוק, און היינט ביים פרישן דור, ביי די ארונים זיכער איז דער ברך משה ווייטער פארהייליגט.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 12:12 am
דורך ישמעאל הכהן
יאיר, די לייק איז פאר'ן לעצט'ן ''קאמע'' נאך דעם לעצטן ווארט ''אמת'' :)

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:12 am
דורך גאלד
יאיר האט געשריבן:דאנט געט מי ראנג, איך זיך באמת נישט צו אראפרייסן ר' יואליש פון סאטמאר, אבער האמת ניתן להאמר, ר' יואל האט בשיטה געפירט א זשיהאד קעגן די הנהגה פון הרב קוק און הרב הערצאג, נישט בלויז א דעת תורה פון התנגדות צו א מדינה (ווי למשל ר' אהרן קאטלער), דאס האט ער אליינס מודה געווען און ער האט געהאלט ער טוט א הייליגע און וויכטיגע זאך,
אוואדי האט ער אלס געהאט א שטיקל נאכפאלגערשאפט, ער האט דאך פארט געהאט זיינע פעהיקייטן, מ'קען דאס נישט צינעמען,
אבער דאס כשרי'ן און מאכן א סטאר פון ר' יואליש אין די לעצטערע יארן איז געווען א דירעקטע רעזאלט פון די בלאפערישע אהבה מסתרת סלאגאן, ס'האט אלעס געהאט איין תכלית הנרצה, פירן א זשיהאד קריג קעגן די קאמאן ענעמי הלא הוא הרב קוק, דאס איז דער טיפער אמת,


שטימט פשוט נישט מיט די סדר הדורות, קעגן רב קוק האט ער געפירט א קריג בימי חורפו אין ראמעניע, און א סטאר אין אמעריקע איז ער געווארן ווען רב קוק איז שוין לאנג נישט געווען רעלעווענט, נייס טריי, איך שעץ עכ"פ דיין קריעטיוויטי

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:18 am
דורך יאיר
הרב קוק איז שוין איינמאל רעלעוואנט. לעולמי עד.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:26 am
דורך גאלד
רב קוק איז קלאר שוין לאנג נישט געווען אויף די אגענדע צווישן די אקטיוויטעטן פון סאטמאר רבי על אדמת אמעריקע, סאטמאר רבי האט לוחם געווען קעגן א אידיעלאגיע נישט קיין פערזענליכקייט, די איינציגע מאל וואס ער האט געפירט א קורצע אפענע קריג קעגן א מענטש פערזענליך איז טאקע געווען רב קוק, אבער דאס איז געווען און די 1920'ער יארן אין ראמעניע, און איז שפעטער אראפ פון די אגענדע, און זיין אנטי ציונית קאמפיין האט זיך בלויז קאנצעטרירט אויף די אדיעלאגיע,

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:33 am
דורך George
תמים האט געשריבן:נחזור לענינינו

אין סאטמאר האט מען נישט געהאלטען דעים ברך משה פאר א קדוש, חוץ די תמימי לב, און די יוגנט ביזן אויפוואקסן, מיילא ברויך מיר זיך נישט ציפיל פארענטפערן.

אבער זעענדיג יעצט ביי די ליטאים וויאזוי זיי האנדלען זייערע שונאים און די שפראך וואס קומט ארויס פונם גדול הדור די שר התורה און די פסקים וואס פארט ארויס פון דארט,
האבן חסידי הברך זיך ווייט נישט וואס שעמן, ממש א פחד די שפראך וואס דארט גייט פאר. און דארט קען עס באמת נישט די המון עם עסן.


???