שנראה מעלת חברינו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אין די ווירטואלע וועלט, ווי יעדער זוכט ארויסצושטעלן זיין בעסטע זיך, איז נישט שווער איינצוזעהן יענעמ'ס מעלות. ס'איז גראדע א גוטע עקסערסייז ווען מ'איז א גוטער אנליין, ס'זאל זיך אריבערגיסן אין ריאלעטי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין די ווירטואלע וועלט, ווי יעדער זוכט ארויסצושטעלן זיין בעסטע זיך, איז נישט שווער איינצוזעהן יענעמ'ס מעלות. ס'איז גראדע א גוטע עקסערסייז ווען מ'איז א גוטער אנליין, ס'זאל זיך אריבערגיסן אין ריאלעטי.

כ'האב גראדע געטראכט דאס זעלביגע, נאר מיטן עקיצתו בצדו.

כ'האב געוואלט זאגן, אז די סיבה פארוואס אינעם עכטן קאווע שטיבל זאגט מען נישט אזויפיל שבחים אויף א צווייטן, איז וויבאלד אינעם עכטן קאווע שטיבל פירט זיך דער צווייטער אויך נישט אזוי מענטשליך, און נאר אינעם ווירטואלן וועלט לייגט ער ארויף א מסוה על פניו פון סאמע מענטשהייט.

למעשה ווי איר זעט, האב איך דאס פריער נישט ארויסגעשריבן. איר ווייסט פארוואס? ווייל 'אויפן ווירטואלן וועלט זוכט יעדער ארויסצושטעלן זיין בעסטע זיך' כמאמר החכם [tag]רויטע וואנצעס[/tag], און דערפאר האב איך עס נישט ארויסגעשריבן בייסיגערהייט מלכתחילה. איצטער - לאחר יסודתו בקודש של רויטע וואנצעס, בין איך געקומען מחזק זיין דבריו הקדושים מיט א ביישפיל פון די נושא זעלבסט!...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעות.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אין טעות אחר טעות אלא לרבות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב געוואלט רעדאגירן מיין תגובה, און בטעות האב איך געדריקט 'ציטיר'. פונקט האט מיין אינטערנעט אונטערגעהינקעט און די תגובה האט זיך איבערגע'חזר'ט צום צווייטן מאל. און כ'האב נישט קיין וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון די צוויי איבערגע'חזר'טע מודעות.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נאך א מעלה דו האסט: ביסט מודה ווען דו האסט א טעות. ס'נישט א איינמאליגע זאך די מעלה, נאר איך זעה עס לעצטענס כסדר. :)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין די ווירטואלע וועלט, ווי יעדער זוכט ארויסצושטעלן זיין בעסטע זיך, איז נישט שווער איינצוזעהן יענעמ'ס מעלות. ס'איז גראדע א גוטע עקסערסייז ווען מ'איז א גוטער אנליין, ס'זאל זיך אריבערגיסן אין ריאלעטי.

רויטע וואנצעס: ייש"כ. פאר די ווארעמע ווערטער וואס געבן נאר צו חיזוק. (און אמאל אויך, חוזק... :lol: )
אויך. ברוך שכיוונת לדעתי הקדושה. ווייל איך האב געוואלט מאכן דעם זעלבן פארגלייך פון דעם ווירטואלן ביז דעם עכטן קאווע שטיבל...!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]לית דין בר נש[/tag] איז שוין דא א שטיק צייט, אבער ס'קומט אים געוואלדיגע דאנק פאר'ן זיין א גאר געשמאקער ניק מיט א לייק טוב. ווען גיימיר זיך טרעפן?


שמעקעדיג האט געשריבן:דער לית דין בר נש איז אויסער אלע זיינע "אוממענטשליכע" מעלות, אויך א כראנישער לייקער. (נישט קיין וואונדער איך האב אריבערגעשפרייזט דעם 11,000 מארק נאך פאר די צייט...)

:oops: :oops: :oops:
איך ווייס נישט צו איך בין פארשעמט אבער איך בלאש זיכער
פליז איינער שיקן א לינק צו מיין אשת חיל עס קען באסטן די שלום בית!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:רבותי די קאווע שטיבל אנ"ש ביכל איז זיך לעצטענס צוואקסען מיט אקטיווע נאמבערס. די צייטן פון אלף נכנסים ואחד יוצא איז פאראיבער. אנבעליוועבעל די כלים מ'האט דא באקומען.

[tag]לית דין בר נש[/tag] איז שוין דא א שטיק צייט, אבער ס'קומט אים געוואלדיגע דאנק פאר'ן זיין א גאר געשמאקער ניק מיט א לייק טוב. ווען גיימיר זיך טרעפן?
נא שבת געלט...

[tag]נופת צופים[/tag] א פלעזשור.. א פאעט, א הומאריסט, ידען, און קאמאן סענס אויף טריט און שריט.

[tag]אדנירם[/tag] איז די פיוטשער פון קאווע שטיבל. א באמבע.

[tag]עזריאל[/tag] (יש גורסין עדיאל) געבט א געוואלד צו מיט זיינע שיינע הסברים, מאמרים און ידיעות און קליפס.

כ'וואלט געזאגט [tag]געוואלדיג[/tag] איז געוואלדיג, אבער איך וואלט נאר איבער געזאגט זיין נאמען לבטלה. מוז מען זאגן ער איז אויסערגעווענדליך. ייש"כ פאר די פה-סח הילף.

[tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] איז א ילד הפלא. פריקן אנבעליבעוויל זיינע ידיעות.

[tag]פרייוויליג[/tag] ידו בכל. געבט א געוואלד צו איבעראל מיט זאכליכע תגובות.

די צייטן פון אלף נכנסים ואחד יוצא האבן זיך ליידער צוריקגעקערט, ועי' כאן. אגב, פון די אויבנדערמאנטע 'פרישע' קאנאנען, האט נופת צופים זיך אויך ארויסגעשארט אויפהערנדיג צו שרייבן. און פרייוויליג איז אויך נישט עקסטער אקטיוו. לדאבונינו.


פארט אבער וויל איך מקצה זיין אפאר שורות פאר די פרישע חשוב'ע חברים וואס זענען צוגעקומען די לעצטע פאר חדשים. מיר האבן אריינבאקומען:

[tag]אויבערלענדער חכם[/tag] = וויפיל אויבערלענדעריש ער איז ווייס איך נישט, אבער א חכם מלא מדע וחכמה איז ער. זיינע ידיעות דערמאנען אונז פון די ריכטיגע לייבן וואס קאווע שטיבל האט אלס פארמאגט. אויבערלענדער, מיר ווילן הערן פון דיר אפטער.

[tag]פריעד באטשי[/tag] = א געשמאקער 'באטשי' פול מיט טעם, וואס לייגט צו אין אן א שיעור אשכולות זאכליכע תגובות, און אפילו אייגענע אשכולות, סך הכל גאר א געלונגענע ניק וואס מיר אלע האבן הנאה פון אים.

[tag]בן אדם[/tag] = וואס למזלי איז ער אריין גלייך נאך מיר אין ק"ש, א כלי מפואר וואס פילט אן קאווע שטיבל מיט עפעס 'מענטשליכע' [על משקל בן אדם] תגובות, און האט באוויזן זיך ארויפצודראפן און מהנה זיין דעם עולם.

[tag]שמואל פרימו[/tag] = אנגעהויבן מיט א קנאק [נאך מיט זיין ניק נאמען], אויסגעזען ווי דער זיכערער קומענדיגער הוגה וכדומה, אבער האט פארבלאנדזשעט אין וויזשניצע אשכולות. מאכט פארט א רושם כדבעי, און מיר ווארטן אויף אים בכליון עינים.

נאך אפאר אידן האבן אנגעהויבן שרייבן, צווישן זיי - אפאר גוטע שרייבער'ס, אבער זייערע תגובות זענען אזוי ווייניג אז מ'קען נישט דן זיין איבער זיי.

צום לעצט, אן אלטער ניק [בעפאר מיינע צייטן], אבער לעצטענס האט ער 'אויפגעריסן' ווייזנדיג אז ער איז מלא בחכמה במידה נכונה, מאריות שבחבורה, על כן יאמר בספר דברי הימים אשר למלכי קאווע שטיבל, ה"ה מרן:
[tag]רוסישער[/tag] = האסט אנגעהויבן ארויסברענגען דיינע טאלאנטן, 'קיפ איט אפ'! מיר דארפן אזעלכע חכמים ווי דיר!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שנראה מעלת חברינו

שליחה דורך ירא שמים »

אידן זוכען זיך זכותים סליחות נאכט… ,

אגב ווען מבעט פאר אגוט יאר זאל מען אויך אינזינען האבן ק״ש …
פארשפארט