בלאט 3 פון 8

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:45 pm
דורך טיטאניק
זעט אויס ווי אפאר מדריכים אין קעמפס\דעי קעמפס פירען עס אן
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:45 pm
דורך ישמעאל הכהן
דער אדמיניסטראטער איז זיכער נישט וואקסינירט

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:50 pm
דורך כוכב
סתם א פורים די גאנצע סיסטעם.
מקען דן זיין אויב סדא א געברויך פאר נאך א פארום ערגעץ צווישן קאווע שטיבל און אייוועלט, לענ'ד איז סתם אזוי די גאלדן ערא פון אידישע פארומס פערטיג, דער עולם טרעפט בעסער וואס צו טון, אבער בכל אופן זיי זענען סתם קליינע קינדערלעך, די גאנצע זאך דארט האט נישט קיין הענט און קיין פיס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:52 pm
דורך טיטאניק
ברוך ה' אשר הסיר חסדו מאיתנו און ציגעשטעלט פאר אלע סארט ליידיגעייער וואס צי טין מיט זייער צייט
דער פרימער ליידיגע שטריק שרייבט אין אייוועלט
דער אויפגעקלערטער (לעבט נישט אין באקס נאר אין א סורקעל) ליידיגער שרייבט אין קאווע
דער שייגעץ (וואס פארט מיט א שייגעץ בייק און רעד שייגעצדיג) שרייבט אין פאליש
דער וואס האט שוין אויסגעדראשען אלע 3 און האט נאך אלץ ליידיגע צייט (און די קנעפלעך אויף זיין קי באורד איז נאך נישט פלאך פון אזוי סאך טייפען) שרייבט אויף קרעטשמע
בקיצור עס איז א עולם השלם
יעדער איז ביזי און מען האט נישט קיין צייט צי די קינדער
:like

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:ברוך ה' אשר הסיר חסדו מאיתנו און ציגעשטעלט פאר אלע סארט ליידיגעייער וואס צי טין מיט זייער צייט
דער פרימער ליידיגע שטריק שרייבט אין אייוועלט
דער אויפגעקלערטער (לעבט נישט אין באקס נאר אין א סורקעל) ליידיגער שרייבט אין קאווע
דער שייגעץ (וואס פארט מיט א שייגעץ בייק און רעד שייגעצדיג) שרייבט אין פאליש
דער וואס האט שוין אויסגעדראשען אלע 3 און האט נאך אלץ ליידיגע צייט (און די קנעפלעך אויף זיין קי באורד איז נאך נישט פלאך פון אזוי סאך טייפען) שרייבט אויף קרעטשמע
בקיצור עס איז א עולם השלם
יעדער איז ביזי און מען האט נישט קיין צייט צי די קינדער
:like

טיטאניק. דו ביסט מורא'יג. בלעה"ר. עמו"ש. דו האסט אריינגעטראפן אין פינטל. את חטאי אני מזכיר. כ'האב נעכטן אריינגעשמעקט אין "די קרעטשמע" כ'האב מיר אפילו געמאכט א ניק. נאר איך בין שנעל צוריקגעלאפן דא אהער. דער גאנצער אויסלייג (דארט) האט נישט קיין טעם. און זייערע תקנות האבן נישט קיין הענט און קיין פוס. כ'ווייס נישט. עולם ביצה מאכט מיך ממש דיפרעסט. ווען זיי טרייען נאכצומאכן קאווע שטיבל, נניח. אבער זייער פארמאט איז ענליך צו ביצה עולם... עמיר זעהן צו זיי וועלן אנציען גוטע שרייבער! :? 8-) :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:02 pm
דורך סאשי פיש
דער פינטעל איז שוין דארטען!

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:53 pm
דורך עפל סיידער
וועלמיר ווארטען צו זעהן ווילאנג מען וועט אים דארט לאזען, דא זעה'ך האט ער נישט צו לאנג מאריך ימים געווען.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:40 pm
דורך ביבער
דער מיטן קאמפולסיוו ניק סינדראם האט זיך ב"ה געטראפן ווי צו שטילן זיי הונגער, די הערליכע מאנאלאגן וועלן אצינד קענען זיך אויסברייטערן צווישן עטליכע פארום'ס, די לייקס וועלן זיך טריפלען, איך שאץ אז ביז אפאר וואכן וועלן שוין 85% ניקס און לייקס אשכולות און תגובות פון איבער די אידישע אינטערנעט זיין אונטער זיין פירערשאפט.

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 7:55 am
דורך עפל סיידער

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 10:25 am
דורך שמעקעדיג
אויך מיר א מתנחל.....

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:22 am
דורך zurich
איך גלייב נישט, די נאר פרייליך האט נאכאמאל געמאכט די מיסטעיק פון די צוויי שטרעכלאך כזה: נאר,, פריילאך
ווי די פסוק זאגט......

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:54 am
דורך I'm back
נאר,,פרייליך/עפל סיידער,,,, ס'איין זאך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:48 pm
דורך סאשי פיש
איך ווער משוגע פון די איידיע פון עפענען ליידיגע אשכולות. למשל..
טעגליכע נייעס בולעטין
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז ווען איינער וויל ארויפלאדענען נייעס זאל עס קימען מיט א צייט אזוי אז מען זאל כסדר ווערן "אינפארמירט" מיט פרישע קורצע נייעסלעך וועלכע פאדערן נישט קיין באזינדערן אשכול

קול מבשר אינפארמאציע ליניע איז היינט א נעץ וואו באלד פיפציג טויזנט ציהערער טעגליך ווערן "אינפארמירט" מיט נייעס אין אלעס ארים אידישע מידיא
עס איז גאר פראפעסיאנאל אין מאסיוו אוועקגעשטעלט אין איז ווערד א אשכול אין אינזער "קרעטשמע"
דא קען מען אויסשמועסן סיי די נייעס וואס ווערן דארט געמאלדן סיי די נייע אינטערוויוס אין איבער קול מבשר זעלבסט

סיי ווער עס טרעפט עפעס ווערט פארבעטן צי עס מיטטיילן

יחי ההבדל הגדול...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:59 pm
דורך פלעין יודיש
וואס פארשטייסטו נישט ;)
אינז האבן שוין כמעט האלב אזויפיל אשכולות וויפיל קאווע שטיבעל פארמאגט אצינד....
אזוי ווי פאפע האט שוין קרוב האלב פון די סכום משפחות וואס סאטמאר האט :lol:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:17 pm
דורך כוכב
דער אינפארמירט האט געעפענט דארט אן אשכול איבער דעם מוראדיגן שרייבער שלום אויש פון אייוועלט.
יעצט דארף שלום אויש עפענען אן אשכול איבער דער מוראדיגן שרייבער אינפארמירט...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:17 pm
דורך אתא קלילא
http://kretchme.org/viewtopic.php?f=8&t=200
די קרעטשמע איז א נארישע סייט וואס האט ממש נישט וואס צו פארקויפען די אנליזען זענען ליידיג אין שווארץ וי די נאכט סאיז נישט דא קיין נייעס קיין חידושים קיין דיבאטעס קיין ערענסטע שמועסן, באמת קליינע בעביס מגורשים פון אייוועלט אין קאווע שטיבל וואס פראבירען צו מאכען שבת פאר זיך אן קיין הצלחה איין זאך איז דאס יא סאיז איין שטיק געלעכטער.
יעצט ברוב טפשותם האבן זיי געמאכט א ״מבצע ניקים חדשים״ וי זיי פראבירען זיך צו בעטען ביים עולם אויב סאיז מעגליך משפיע צו זיין אויף סיי וועלכער ניק פון אייוועלט אדער קאווע שטיבל זאל קומען שרייבען דארט סזאל נישט זיין קיין ליצנות אין דער וואס וועט ברענגען צו זיי א נייער שרייבער גייט זוכה זיין אין א גרויסער סורפרייז אבער ביטע לאכט׳ס נישט, ער גייט באקומען א געשאנקענע לייק!
איז וואס מער שרייבערס דער עולם וועט מצליח זיין צו אהין שלעפען וועלען זיי באקומען מער לייקס!
אין דאס איז חוץ פון די געגאנבעטע שטיקלעך וואס זיי גענבענען פון קאווע שטיבל אדער אייוועלט בשלימות אן קיין טראפ בושה
איך בעט רשות פון די מנהלים צו לינקען אהין זעהן די גרויסע סעעל וואס זיי שטעלען צו... ;) ;) ;) ;) ;)

יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז וי נישט וי קאווע שטיבל אין אייוועלט זענען נאך געוויסע קאמפטישענס איינער דעם צווייטען, נאר וואס דען ,דער חידוש איז אז אייוועלט שטייט שוין מער וי 8 יאר אין דער צייט וואס קאווע שטיבל איז בקושי 2 מיט א האלב יאר אלט אין ק״ש איז א ערנסטע קאמפטישען מיט אייוועלט נישט פון היינט אין נישט פון נעכטען
אבער קרעטשמע איז א שטיק ליצנות אין וי קומען זיי זיך צו פארמעסטען מיט לייבען?
דער אמת איז סאיז אפילו נישט ווערט קיין אנאליז אין קיין צייט וואס כהאב אוועקגגעבען צו שרייבען וואס קליינע קינדער טוהן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
זיי זענען א רחמנות איך וואלט נישט אזוי חוזק געמאכט..., און דער מייסד דארט שרייבט אליינס מיט 8 ניק'ס, געב עס צייט אביסל און זיי וועלן דינגן מענטשן זאלן ליינען דארט,...,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:30 pm
דורך אתא קלילא
;)
ישמעאל הכהן האט געשריבן:זיי זענען א רחמנות איך וואלט נישט אזוי חוזק געמאכט..., און דער מייסד דארט שרייבט אליינס מיט 8 ניק'ס, געב עס צייט אביסל און זיי וועלן דינגן מענטשן זאלן ליינען דארט,...,

אוהה סאיז א גוטע עצה פאר די מנהל צו אויפמאכען נאך 5 ניקס אין באקומען אויף יעדער ניק א לייק! וד״ל... ;)אין פאר איך פארגעס נאך א עצה פאר זיי צו מרבה לייקס זיין אז יעדער וואס שרייבט אונטער 8 ניקים דארט זאל זיך לייקען מיט אלע באקען מיט איין ניק אויפן צווייטען וחוזר חלילה אויב דאס וועט זיי מאכען העפי. :roll: :roll: :roll:
צום געזונט.

חחחחחחחחחח

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
איינער שרייבט יעצט דארט אזוי

עס קומען אן באריכטן אז די סעמי אפיקורסים פון ק"ש האבן אנגעהויבן א העץ קאמפיין קעגן אונזער קרעטשמע. דאס איז גינסטיגע נייעס ווייל דאס צייגט ווי שטארק זיי ציטערן פון אונזער סוקסעס.
אין די זעלבע געלעגנהייט ווענד איך מיך צו די וואס שרייבן אויף די אומאויסגעהאלטענע מקומות: איכא דרכא אחרינא! הבדלו מתוך העדה הרעה הזה! קומט קיין קרעטשמע וואו איר וועט נהנה זיין פון א גלעזל 'כשר'ע' ביר. וואס דארפט איר טרינקן נאר טריפה?


לאל! דער תלוש פרייט זיך און גאר מאכט זיך ווי ער האלט באמת אז מ'ציטערט דא פון דעם קאליקן קרעטשמע וואס האט נישט קיין אויסזיכטן. העי יו, שיק אריין א טשעק דא פארן ענק דערמאנען. ווען נישט ענקערע נארישע אגענטן וואס ענק שיקן צו לינקן דא יעדע פאר מינוט וואלט קיינער נישט גערעדט פון ענק.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:38 pm
דורך אתא קלילא
רפוא״ש אין זאלען זיי אלע טרעפען דשאבס אין זיין פארנימען מיט בעסערע שטותים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
לאמיר שוין אויפהערן צו "אייוועלטן" קרעטשמע. לאז זיי צורו. די פארטריבענע פון דא דארפן א מקום מקלט, אויב נישט וועלן זיי צוריקקומען מיט נייע ניקים. אונז דארפן קרעטשמע פונקט ווי צימעס. אזוי ווי צימעס האלט ארויס די שמוץ פון אלגעמיינער שטיבל, האלט קרעטשמע ארויס די פאטריבענע פון דא.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:19 pm
דורך כוכב
אפיקורסות און כפירה זענען נישט ערלויבט אין שטיבל. אויב איינער באמערקט עפעס פון דער קאטאגאריע האט ער אן אחריות דאס צו באריכטן.
ווי ווייט איך געדענק, שטייט נישט אין רמב"ם אז רעדן קעגן גאלדענע בעקיטשעס הייסט כפירה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:33 pm
דורך Kool man
און ארומרעדען וועגען אוואלוציע האט אויכעט נישט מיט כפירה? האו עבאוט מאכען ליצנות, אדער גאר ארויסקומען שארף אקעגען מציצה בפה [וואס ווערט געברענט אין די פוסקים, און איז אמווייניגסטענס א אור אלטער מנהג ישראל]? און ווען מ'רעט אין א אשכול פון יודיש לעבען גויאיש לעבען האבען אפאר שרייבערס אפען גערעט כפירה לכל הדיעות, ס'יז דא זייער אסאך, דאס געדענק איך אויף די מינוט