שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין אז מען קריכט אריין אין א טיפע דעבאטע וואס איז מעיקרא נישט ריכטיג,
עוה"ז און עוה"ב מיינט נישט די וועלט און יענער וועלט, עס מיינט גוף ונשמה/רוחניות גשמיות. עוה"ז טוט פשוט אפטייטשן גשמיות, בשעת עוה"ב צייגט אויף א דבר רוחני.
דער גוי/עשו האט באקומען אלע תאוות גופניות, ער מעג האבן אלע נישט כשר'ע כלים, ער האט נישט קיין פחד פון זיין ראשעקאל אדער ראש ישיבה... ער קען קוקן, הערן וואס אימער ער וויל אן קיין שום אפהאלט, עסן ווען/וואו/וואס ער וויל, קיינע פראבלעמען מיט כשרות/הכשרים/תעניתים/ניין טעג/פאר קידוש/נאך הבדלה/פארן דאווענען/חמץ פסח/חוץ לסוכה, וכדומה.. ער מעג רעדן אלע לשה"ר ורכילות און זיך פאסמאקעווען מיט יענעמ'ס שמוץ, ער מעג עובר זיין אויף די שלש חמורות (כ'רעד נישט יעצט געזעצליך אדער וואס אנבאלאנגט ז' מצווות בני נח), מוז נישט לערנען, מוז נישט דאווענען, מוז נישט אויפשטיין צו זמן קר"ש, דארף נישט טראכטן פון קיין טהרת המשפחה, ער קען פארן הוליען ווי אימער אין די וועלט אן דאס מינדעסטע דאגה פון רוחניות/ביהמ"ד/כשרות/שמירת עינים, ער קען גיין הוליען כמעט נאקעט אין גאס, ער קען גיין אין קאלדעזש , ער קען דרייוון א רויטן ספארטס קאר און באהעפטן מלאחור א גרויסן ספיד שיפל, ער קען אנטון וועלכע סארט בגדים עס שמעקט אים/איר, קען גיין וועלכע גלעזער ער וויל, ער מעג אפילו שפריצן כל מיני דיאדרענט און זיך שאוערן מיט שמעקעדיגע זייפן! ער מעג זיך חבר'ן מיט וועם ער וויל, ער מעג טראכטן וואס ער וויל, ער קען טשוזן וועלכע אמונה ער וויל אדער אפילו זיין אן אטעאיסט... נישטא קיין האצקעריי אדער הוליעריי פון וואס ער מוז זיך צוריקהאלטן. נישטא קיין גדרים וסייגים אויף גארנישט. ער איז א גענצליך-פרייער מענטש, בגוף.
אויף יענע וועלט פארט עס ווייטער אויף דעם מהלך. אויב איז ער געווען מחסידי אומות העולם, איז פאראן א ספעציעלע גופניות'דיגע/גשמיות'דיגע גן עדן, ער וועט זיך דמיון'ען ווי דער בעל עגלה מיט גוטע פערד, אדער א מעכטיגן פארערי אויטא אויף א שפאגל נייעם אויטאבאן ראוד אין גערמאני, קען אפילו זיין 70 נקיבות פאר די אראבער... ער וועט זיצן מיט זיינע בעלי תאוה אינאיינעם און מאכן א לעבן ([tag]הוגה[/tag], פליז נעם מיך נישט אויפן צימבל פון וואו איך ווייס, כ'האב עס געזעהן אין עפעס א מעשה בוכל, ומשם תדרשנו...)
משא"כ דער איד, להבדיל, דער איד!! דער חלק אלקי ממעל, אה! זיין לעבן איז א נשמה, א רוחניות, ער שפירט א טעם אין רוחניות, אין גשמיות איז ער היבש באגרעניצט, יעדע צווייטע זאך טאר מען נישט, ער קען קיינמאל נישט טון וואס ער וויל, ער איז געבונדן צו א שו"ע 24/7, כל ימי חייו, ומינה לא תזוע, ממילא זיין גוף קען נישט נהנה זיין פון די אלע תאוות, אבער ספיריטואל און רוחניות'דיג האט ער די וועלט און יענע וועלט... די תורה הק' וואס כי הם חיינו ואורך ימינו, און לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, דאס קען נאר א אידישע נשמה שפירן, דער גוי שפירט א טעם אין א בלאט גמרא אדער נשמת אזוי ווי דער איד שפירט אין א לאבסטער, די גמרא קלעבט אויף אים ווי ארבעס צום וואנט.. און ווידער בעוה"ב איז דאך זיכער אז דער איד איז נהנה מזיו השכינה און פארברענגט אינאיינעם מיט די אבות הקדושים, עס איז א תענוג וואס לאזט זיך נישט באגרייפן, עין לא ראתה אלקים זולתך, עס איז אלעס הויל רוחניות.
כנלענ"ד מפי ספרים וסופרים.....
און וואס טוט זיך מיט דעם פרומען אראבער, אדער דעם הייליגען קריסט, ער איז אויך באגרעניצט, ער איז אויך אויף דעם זעלבען מצב ווי דער יוד?, דיין גאנצע פשעטיל איז אויף איין זייט געקוקט, מען קען עס פונקט אזוי מסביר זיין אויף די צווייטע זייט, אז אפילו גשמיותדיג גערעדט איז גוט צו האבען רעסטריקשענס, און רוב מענשטען גייען נאך געוויסע אן דאס אליין בוחר זיין, סאיז נישט מוכרח דיין תורה
בפשטות, די טיילונג פון יעקב און עשיו איז נישט דווקא צווישען יידן און גוים, נאר צווישען גלויביגע, און נישט גלויביגע, יעקב סימבלאזירט, א פרומען גלויביגער, און עשיו סימבלאזריט, א פרייער פויגעל, געט נישט קיין ניקל פאר פרומקייט און גלויבען, און עס האט נישט קיין שייכות, מיט עם הנבחר אדער עם סגולה נאר אלע וואס גלייבען, נישט קיין חילוק וואס, און אלע וואס גלייבען נישט, נישט קיין חילוק ווער, גייען אריין און דעם טיילונג.