בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:48 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
לאמיך אפ מיט אלע רביס איך האלט פון רביס וואס גיבן צדקה און געלט דעטס אלל

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:01 pm
דורך הסופר
טיטאניק האט געשריבן: אין א צייט ווי דעם איז די מערסט פאסיג און ארגינעל צי ארויף לייגען פאזעטיווע נייעס פון אדמורים, נישט חלילה אז איך מיין זיי צי ריין וואשען מיט די גיטע נייעס, נאר אזוי ווי יעדע יוצא מן הכלל איז אינטערסאנט (למשל ווען א קאץ קען ארים שפאצירען ווי א מענטש, ווען א ציגעלע קען שרייען ווי א חזן....) די זעלבע גייט מהיום והלאה ווערען אינטערסאנט ווען מען גייט זען ווי א רבי פירט זיך אויף ווי א בשר ודם ווי א מענטש

אבער פארט נאך אלעמען א קאץ בלייבט א קאץ, און א ציגעלע בלייבט א ציגעלע, און א רבי בלייבט א רבי.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:ביים מנחם אבל זיין די ציבראכענע מאמע פון אייל יפרח
כל הכבוד פאר א סיגעטער אייניקעל צי זיין א מענטש :like
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%95.html


וואס איז דאס ווערד ער רצחט זיך ארוםמיט זיין שוואגער אין ירושלים יעדן טאג נייעמכות יעדן טאג אין בית משפט-קארט.
אבער ווען איך וועל גיין אין קארט וועט איר אלע מוחה זיין.
איך האב א קרוב ביי אים איןשטעטל וואס זיין טאטע איז אוועק עטליכע יאר צוריק זין מאמע די אלמנה האט נישט קיין ברויט מען איז אריין צו אים בעטן געלט צושטעלו עסקנים האט ער גענטפערט איך האב.
ווען מען גייט מנחם אבל זיין אלעס וואול אבער דא וויס איך נישט צועס איז לשם שמים עס איז גוט פאר די פי אר

גערעכט ביסטו מעגליך וועגען דער שלא לשמה, אבער פארט איז איז דאס א גרויסע הישג. ער האט געהאט א ברירה, אדער מאכען א מסע מלכות קיין לאנדאן אדער נ.י. און אנחזערן א שטאט פאר פ.ר. אדער גייען מנחם אבל זיין פאר פ.ר.. ווען ער וועלט מנחם אבל זיין איז דאס א גוטע זאך. אוודאי זענען זיי פארט רבי׳ס און מ׳האפט נישט צו זען עפעס ערליכע אידישקייט און אויסגעהאלטענקייט, אבער אזוי ווי אן א.ט.ד. בחור וואס ווען ער לייגט איין מאל תפלין מאכט מען א לחיים, אזוי אויך א רבי וואס טוט א חסד שחא לשמה.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: און דאס זענען שוין דיינע שבחים און קאמפלימענטן אויף די רבי'ס. יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן דער מאמר חז"ל. "אין אומרים אלא מקצת שבחו של אדם בפניו". נאך א מזל. שטעלט אייך פאר ווען מ'קען ארויסזאגן די גאנצע שבח אויף א מענטש... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :P :oops: :cry: ;) :o

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 6:44 pm
דורך שבת אחים
positive.yid האט געשריבן:דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטן??? דאונט געיט מי ראונג, ס'קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ'האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 7:02 pm
דורך zurich
שבת אחים האט געשריבן:
positive.yid האט געשריבן:דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער
?

יא

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 7:06 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
positive.yid האט געשריבן:דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא ? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטען ??? דאונט געיט מי ראונג ס׳קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ׳האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?

שבת אחים: יא. אבער זייט ס'איז נתרבה המחלוקות והמריבות, און א יעדער שיינער איד (כמעט) האט קאנפליקטן מיט א צד שכנגד, און א יעדער מיינט דאך לשם שמים, איז שיין צו זעהן אז דער מאמר חז"ל פון "תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם" ווערט מקויים לפי פשוטו של מקרא... :? 8-) :lol: :roll: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 7:11 pm
דורך דער שכן
שבת אחים האט געשריבן:
positive.yid האט געשריבן:דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא ? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטען ??? דאונט געיט מי ראונג ס׳קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ׳האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?


עס איז זייער א שיינע בילד. אהנע הסבירים. עס איז שיין און ציכטיג. קיינער מיינט גארנישט. עס איז געווארן געכאפט דורך א צוקוקער און געווארן גע׳shared מיט אונז דא. דריי דארטן רבנים, יעדער פון זיי טוען אויף די וועלט אויף אנדערע מקצועות לכבוד שמו יתברך, און דא האבען זיך זיי געטראפן און געמיטליך געשמועסט. עס איז א שיינע רוהיגע סענזאציע.

נשלח: מוצ"ש יולי 05, 2014 11:31 pm
דורך נושא ונותן
ר ישראל פין וויזניץ נאך אוועק נעמעןמפין זיין ברידער אלע זכותים אין בנינים מסודות וכו' איז נאך אלץ א געוואלדיגער רודף שלום אין שיק נישט זיינע בחורים פייניגען די ברידער

נשלח: מוצ"ש יולי 05, 2014 11:34 pm
דורך נושא ונותן
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:38 am
דורך petergrifin
גײן צו ערכאות? װאס װעט ער האבן פון דעם ער האט נישט קײן אײן בילדינג צוגענימען פון איהם.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:09 am
דורך berlbalaguleh
נושא ונותן האט געשריבן:באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

וואס 'עט ער טענה'ן? (במחילת כבודו). אז ר' מרדכי דוד איז קארטשינער שוחט, און נישט באבוב'ע רב? דעם דזשאדזש ליגט עס אין די לינקע פיאה. ער האט א קליינע דאגה איבער ווער ס'איז רב אדער שוחט. און אין וועלכן שטעיטל. קארטשין אדער באבוב. עיהם איז דער עיקר אז אמעריקע האט (כמעט) געווינען ביי די ווארלד קאפ שפיל אין בראזיל... :? :lol: :roll: :P :oops: :x ;) :o

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נושא ונותן האט געשריבן:באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

דו מאכסט א וויץ אוודאי.
ווער האט איהם געמאכט רעבע? דער פאליציאנט וואס האט ארויסגעווארפען זיין קעגענער פונ׳ם באבאבער הויפט קווארטירען פורים ביי נאכט. ער איז דער ערשטע געווען צו גייען אין ערכאות נישט זיין פלעמעניק.
(איך האב נישט קיין צד אין דער מחלוקת לשם שמים. זאלען זיי ביידע זיין א כפרה פאר כלל ישראל)

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:20 am
דורך נושא ונותן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נושא ונותן האט געשריבן:באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק



דו מאכסט א וויץ אוודאי.



נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:37 am
דורך הדד בן בדד
א אשכול סתם געהאקט אין קאפ אריין. נעם דיר אריין אין קאפ. רביס און רבי'שע קינדער איז א קלאס. פונקט ווי עס איז דא א טראק דרייווער קלאס, און ווייט קאלער קלאס און א בלו קאלער קלאס, איז דא א רבי'שע קלאס. און דו וועסט טרעפן צווישן זיי פון אלע סארטן, פון גאר פראסטע ביז גאר ערליכע און אלעס אין צווישן. און אויף יעדן איינעם וואס מען האט אראפגעברענגט דא אין אשכול שיינע זאכן קען איך דיר פארציילן ערשט-האנטיגע זאכן ווי ער האט זיך אויפגעפירט כגרועים שבאומות.

איך האב נישט לאנג מיטגעהאלטן א פרשה ווי א רבי האט איינגעלייגט וועלטן און געטוהן כל מה שביכלתו אז זיינס א קרוב - א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער - זאל זיך ל"ע גט'ן, אלעס ווייל דער אינגערמאן איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט דעם רבי'ן. און דער זעלבער רבי קען איך דיר פארציילן מעשיות וואס ער האט געטוהן צו העלפן אנדערע מענטשן, און נישט דוקא זיינע חסידים, און אויף גאר שטארקע אופנים. אבער ווען עס איז געקומען צו זיין כבוד איז ער געווען גרייט צו באגראבן א גאנצע אידישע שטוב, זיינס א אייגענער קרוב, אלס צוליב כבוד און אינטערעסע.

אגב, דער עליה לציון פון דעם ליובאוויטשער דערמאנט מיך פון דעם לוי' פון דעם פויבסט.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:47 am
דורך דער שכן
דער רעבע פון וועם דו רעדסט איז שוין דערמאנט געווארן אין דעם אשכול? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:02 am
דורך הדד בן בדד
ניין. אבער אויף יעדן רבי'ן וואס איז יא דא דערמאנט געווארן האב איך וואס צו זינגען און זאגן, ערשט-האנטיג.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:28 am
דורך דער שכן
הדד בן בדד האט געשריבן:ניין. אבער אויף יעדן רבי'ן וואס איז יא דא דערמאנט געווארן האב איך וואס צו זינגען און זאגן, ערשט-האנטיג.


Seeing is believing.
דערציילט ביטע.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:42 am
דורך שבת אחים
דער שכן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
positive.yid האט געשריבן:דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא ? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטען ??? דאונט געיט מי ראונג ס׳קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ׳האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?


עס איז זייער א שיינע בילד. אהנע הסבירים. עס איז שיין און ציכטיג. קיינער מיינט גארנישט. עס איז געווארן געכאפט דורך א צוקוקער און געווארן גע׳shared מיט אונז דא. דריי דארטן רבנים, יעדער פון זיי טוען אויף די וועלט אויף אנדערע מקצועות לכבוד שמו יתברך, און דא האבען זיך זיי געטראפן און געמיטליך געשמועסט. עס איז א שיינע רוהיגע סענזאציע.


איז לייג עס אריין אין א אשכול ״שיינע בילדער אהנע הסבירים״ (ס׳איז דא אזא אשכול?) די סוגיא דא איז דאך ״ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך״ !

בד״וו שרייבסט: יעדער פון זיי טוען אויף די וועלט אויף אנדערע מקצועות לכבוד שמו יתברך, דהיינו ? ביטע עלעבארירן

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 6:01 am
דורך לאליפאפ
נושא ונותן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נושא ונותן האט געשריבן:באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק



דו מאכסט א וויץ אוודאי.



נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הדד בן בדד האט געשריבן:
אגב, דער עליה לציון פון דעם ליובאוויטשער דערמאנט מיך פון דעם לוי' פון דעם פויבסט.

מ'האט דיר אזוי פארדרייט א קאפ אז דו גלייבסט אז זיך אופפירען ווילד און בארבאריש איז גאר אידיש, און נאר ביי גוים פירט מען זיך אויף מענטשליך און איידיל. אז מ'שטיפט נישט ביי א לויה צו א יארצייט, טויג נישט דער גאנצע מעשה.
כידוע מה שאמרו צדיקי אמת 'לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק', ומי יבא בסוד קדושים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:16 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
berlbalaguleh האט געשריבן:
נושא ונותן האט געשריבן:באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

וואס 'עט ער טענה'ן? (במחילת כבודו). אז ר' מרדכי דוד איז קארטשינער שוחט, און נישט באבוב'ע רב? דעם דזשאדזש ליגט עס אין די לינקע פיאה. ער האט א קליינע דאגה איבער ווער ס'איז רב אדער שוחט. און אין וועלכן שטעיטל. קארטשין אדער באבוב. עיהם איז דער עיקר אז אמעריקע האט (כמעט) געווינען ביי די ווארלד קאפ שפיל אין בראזיל... :? :lol: :roll: :P :oops: :x ;) :o


איך האב עס געזאגט פאר א 48 באבובער חסיד
האט ער מיר גענטפערט אז באבוב אין מאנסי האט מען פון זיי אוועקגענומען אלעס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:57 pm
דורך יין שרף
איך ווער נתפעל יעדע מאל פון פריש פון די פשטות פון דושינסקי רבי!
איין מאל געהייסן די משב"ק געבן א היטש פאר א בחור ווען ער איז געווען אין קאר. וכדו' וכדו'.
יעצט געווען אין בארא פארק אין געדאוווענט מעריב אין.... שומר שבת!