בלאט 3 פון 14

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 8:39 pm
דורך לאליפאפ
מאטי האט געשריבן:פייער אפשטעל דינסטאג צופרי..

גל ברגר זאגט אז קוקט נישט אויס צום סוף..

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 9:32 pm
דורך שמעקעדיג
Wow ישמעאל... דער מיסיל האט צובראכן מיין סקרין...

איך האב שוין לאנג נישט געלייענט אזעלכע געשמאקע קאמענטס אויף א יוטוב קליפ, דער עולם דארט איז להשמיד ולהרוג אקעגן די צעווילדעוועטע אראבער, זיי ענטפערן פיין צוריק, די קאמענטס דארט זענען כמים קרים על נפש עייפה, וואס ווערט פארלוירן צווישן די איבריגע שנאת ישראל'דיגע קאמענטס פון אנדערע סייטס אדער קליפס.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 10:30 pm
דורך יין שרף
אינטרעסאנטע בילדער פון די לעבן אין עזה

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:20 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6e2Uuvdb_pI[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:47 pm
דורך פלעין יודיש
ווער אויב נישט בוש, איז שילדיג אין די אנגעצויגענקייט אין מיטל מזרח...
אויב ס'איז דא וועם צו בלעימען פארוואס נישט...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=acfsPQGyPEM[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 6:44 pm
דורך מ גפני
Israel: U/D IDF has ordered 100,000 people in two Gaza City neighborhoods to evacuate for their own safety by 8am
די חברה שלאפן נישט!!

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 5:14 pm
דורך קינד_אן_קייט
מ גפני האט געשריבן:Israel: U/D IDF has ordered 100,000 people in two Gaza City neighborhoods to evacuate for their own safety by 8am
די חברה שלאפן נישט!!

דזשאן סטוערט פרעגט: ״ווי זאלן זיי גיין?״ :P

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=40R3Yb7DTzo[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm
דורך תמים
אנשולדיגט מיר מר. דזשאן סטוערט עס איז בכלל נישט זיס!
מען קען חלילה כאפן א הארץ אטאקע הערענדיג די ליבעראלע היפאקריטען, ווי להצדיק את הרשע ולהרשיע את הצדיק גייט געקניפט און געבינדן מיט זייער אידילאגיע, ממש ווי די דייטשן'ס רחמנות אויף בעלי חיים און רציחה קעגן די מענטשהייט.
ממש נעעעבעעך אזא רחמנות, די עזה איינוואונער האבן נישט ווי צי גיין.
כדי עס זאל ווערן א פעיר דיעל דארף אמעריקע שיקן פארגעשריטענע קאמפס פליגער קיין עזה ווייל נעבעך יעצט קענען די אומשילדיגע חאמאס נאר שיקן ראקעטן, און די איזרעילי רוצחים האבן נאך די חוצפה צי פראטעקטן זייערע בירגער מיט די אייראן דאום טעקנאלאדזשי, א מין איזרעלי חוצפה!! פארוואס שטעלט עטס נישט צי פאר די טעראריסטן א אייראון דאום סיסטעם?? נאר פאר ענקערע איינוואנער?? א מין ראסיסטישע מדינה!!

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 5:42 pm
דורך שעפטל
כ'האב גראדע געלאכט ווי ער פרעגט מיט אזא תמימות ווי זיי זאלן גיין... אייגענטליך הו קערס??? ווען די מתנחלים וואס האבן געוואוינט אין עזה האבן געמוזט פארלאזן האט זיך קיינע פון די זיסע רעדנערס געקימערט ווי זיי זאלן גיין...
לאמיתו של דבר, עגיפטן נעמט זיי אלע. אלע האב איך געזאגט? נעעע, נאר די ציווילע פרויען און קינדער און אפשר מענער אויך. יא די חאמאס אויפרייסערס און ראקעט שיסערס וועלן זיי לאזן אין עזה צו קענען מקיים זיין דעם רצום ה'אלאה....

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:51 pm
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:פארוואס גיבן די ישראלים לעקטאריק פאר גאזא, איך העט געקלערט אז דאס וואלט געברויכט זיי סטראשע נומער 1, אראפ ברעינגען זייער וואסער, לעקטאריק, גאז, אפהאלטן אלע מאטריאל, ווילאנג עס פליען ראקעטן, פארשטייט זיך ווייל עס איז א סכנה, נישט חלילה ווייל מען וויל ב'אימרעכטיגן די אראבער.

דו קענסט זיין רואיג אז די ישראל'ישע עלעקטריק קאמפעני איילט זיך נישט צו פאררעכטן דעם עלעקטריק'ל דיסטריביושן קיין עזה..ביז די (פארשאלטענע) יו.ען. וועט זיך דערמאנען אז און באפעילן פאר מדינת ישראל אז מ'מוז עס שנעל פאררעכטן ווייל די סיויליענס אין גאזא ליידן שטארק... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: ;) :o


פארשאלטענע יו.ען. לאמיר זיין זען, אמעריקע=א קריסטליך לאנד, רוסלאנד א קריסטליך לאנד, ענגלאנד א קריסטליך לאנד, כינע נישט, פראנקרייך א קריסטליך לאנד.
קומט אויס פיר/פינף לענדער אויפן זיכערהייט קאנסול (די פאקטישע בעלי בתים) זענען קריסטליך, אפשר טאקע וועגן דעם זענען זיי פארשאלטן.

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 11:02 pm
דורך אדם הראשון
א "הספד" אויף די 4 פאלעסטינער טויטע,

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:59 pm
דורך טראכט גוט
פארוואס איז דעי אשכול אזוי פארשלאפן?
בלויז 3 בלעטער?
רוקט זיך קוים שטייטעלעך שטייטעלעך.
סידאך היציגע נייעס אין מיטל מזרח!

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:07 pm
דורך שעפטל
אקעי, איך הייב אן טראכטן אז מדינת ישראל האט גאר אראפגעשאסן דעם מאלעזיען פליגער.... נישטא קיין בעסערע צייט פאר זיי ווי יעצט ווען די מידיא און אלטוועלטליכע פירערשאפט זענען פארנומען מיט פליגער נייעס...

יא! און ס'איז געשעהן! מדינת ישראל איז יעצט אריין אין עזה, מיט טאנקן, זיי שיסן מיט F16'ס פון אויבן, אזוי אויך פון וואסער, בקיצור א פולע אטאקירונג.

עזה איז שעיקינג ענד בעיקינג

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:36 pm
דורך תמים
ברעקינג!!! אראבישע נייעס קוועלער געבן אהן אז צה"ל איז אריין אין עזה!

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:36 pm
דורך טראכט גוט
אומגלויבליך!
אויף אייוועלט האלט דעי נייעס ביי 63 בלעטער!!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... start=1550

מיינט דאס אז זיי זענען אפדעיטעד צען מאל מער פון אונז? שאקס!

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
ניין, ס'מיינט אז דו ביזט אין די ראנג פלאץ. רוב ליינער דא האבן אלע נייעס וועבסייטס אפען. יענע נעמען די נייעס נאר פון אייוועלט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:50 pm
דורך טראכט גוט
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ניין, ס'מיינט אז דו ביזט אין די ראנג פלאץ. רוב ליינער דא האבן אלע נייעס וועבסייטס אפען. יענע נעמען די נייעס נאר פון אייוועלט.

איך ליין אויך בחדרי. איך בין אבער מער באהאוונט אין די אידישע שפראך ווי העברעאיש.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
קליפ ווי מ'באמבעדירט די טונעל מיט די טעראריסטן. אינטערעסאנט.

http://www.haaretz.com/news/diplomacy-defense/1.605590

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:58 pm
דורך שעפטל
אפאר קרישקעלעך ‏פאר היינט:


פרעזידענט אבאס און עגיפטן האבן געלאזט פאלן א סטעיטמענט אז חאמאס איז זיך שולדיג דא!

צה"ל האט געזאגט "מיר ווייסן אז די חאמאס ‏טעראריסטן פארארבייטן אינטערגרינד, יא יא טאקע דארטן וועלן מיר זיך טרעפן מיט זיי און זיי אומברענגן"

חאמאס האט געסטראשעט "מדינת ישראל וועט טייער באצאלן פארן אריינקומען קיין עזה" ה"י.‏

א ווארטזאגער פאר צה"ל האט איבערגעגעבן "די ערד אינוואזיע איז באשטעטיגט געווארן צוויי טעג צוריק ווען חאמאס האט צוריקגעוויזן די עגיפטן פייער-אפשטעל" א אנדערער האט צוגעגעבן "מ'האמער עס געמוזט אנהייבן נאכדעם וואס זיי האבן נישט איינגעהאלטן די יו ען פייער-אפשטעל, און נאכדערצו אריינגעשיקט טעראריסטן דורכן בונקער" וואס אגב, 8 פון די 12 זענען געהרג'ט געווארן, כן יאבדו.‏

גאנץ עזה איז אויסגעשאלטערט, כ'קען נישט באקומען קיין אפדעיטס פון די איינוואוינער ווייל זיי האבן נישט קיין אינטערנעט....‏

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:57 pm
דורך יתרו
וואס איז פשט אז דער עולם שרייבט חאמאס מיט א חי"ת כ'מיין מען שרייבט דאס מיט א כ' וכצ"ל כאמאס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
קיין איינס איז נישט 100% ריכטיג. ביידע זענען אפטייטשען פון א שווערע אראבישע דגוש "ה".

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:27 pm
דורך ישראל קאפקע
יתרו האט געשריבן:וואס איז פשט אז דער עולם שרייבט חאמאס מיט א חי"ת כ'מיין מען שרייבט דאס מיט א כ' וכצ"ל כאמאס.

אין מדינת ישראל שרייבט מען מיט א ח, אין אידיש קומט עס מיט א כ,

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:05 pm
דורך קליגער אינגערמאן
אין די צייטשריפט (ווער געדענקט נאך) איז געווען אזא שמועס צו חיזבאלא אדער כיזבאלא.. לויט ווי עך געדענק איז ער ציגעקימען אז מען שרייבט חיזבאלא... סאו דא איז די זעלבע זאך.