בלאט 3 פון 5
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:10 pm
דורך היסטאריקער
[quote="יין שרף"]און א זייטיגע אינטרעסאנטע נאטיץ אז די ווארט orange האט נישט קיין שום גראם אין די ענגלישע שפראך../quote]
אין די יודישע שפראך איז נישט דא קיין גראם אויף די ווארט "טשאלענט"
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:15 pm
דורך קינד_אן_קייט
טשאלענט = געווארענט.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:20 pm
דורך כוכב
מאטי אילאוויטש האט אמאל געזאגט אויף אן אינטערוויו אויף קול מבשר עטליכע גראמען אויף טשאלנט. איינס געדענק איך די צוזאם שטעל פון מאל - הענט.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:29 pm
דורך שבת אחים
אז רוב חרדישע אידן וואס וואוינען אין אויסגעצאלטע הייזער הייסן געוונטליך טייטלבוים האלבערשטאם האגער טווערסקי
אז די ארבעט פון די ״מקוה איד״ ווערט געטוהן 99 פראצענט דורך א ״גוי״
אז ציווישן 1985 ־ 1960 האט יעדע איד געהאט 3 געילע באטלעך אין די בעיק פון זיין סטעישאן וואגן
אז ביז 70 יאהר צוריק האבן ס׳רוב חסידישע אידן נישט געהאט קיין בערד
אז דאס איינציגסטע מאהל וואס דער ״מוכר״ באקומט גארנישט און ער דארף נאך באצאלן איז ביי מכירת חמץ...
המשך יבוא
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:42 pm
דורך שמעקעדיג
סמבטיון האט געשריבן:א פערד קען נישט ברעכן.
אילו לא באתי לק"ש אלא בשביל זה, דיינו
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:31 pm
דורך כוכב
[tag]יין שרף[/tag]
כאטש מ'האט באסיסטעמט דיין אשכול מיט אלע סארטן פאקטן פון הסיסטעם ואביזרהו, אבער דו גיי אן, עס איז געווען זייער אינפארמאטיוו.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:50 pm
דורך יין שרף
נישט געווען היינט אזא היציגע טאג דא אין שטיבל, צו דארפן בארואיגן די געמיטער...
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:35 pm
דורך יין שרף
41] א זכר פערדל האט פערציג ציינער, און א נקבה פערדל האט נאר זעקס און דרייסיג...
42] א יעדע צוויי וואכן פראדעצירט די מענטשליכע בויך א נייע שיכט פון mucus (א סארט שליים), וואס אן דעם וואלט די גאנצע בויך ח"ו פארדייט געווארן פון די שארפע ענזיימס וואס עס פראדעצירט, צו פארדייען די עסן.
43] אויב לייגט מען אריין א ראזינקע אין א גלעזל פון פרישע שאמפניע וויין, וועט עס פארן ארויף און אראפ הלוך וחזור.
44] און "עווערידש" ווערן יעדעם טאג צוועלעף ניי געבוירן קינדער איבערגעגעבן צו די נישט ריכטיגע עלטערן...
45] פינלאנד האט פארבאטן די קאמיקס פון "דאנעלד דאק" וויבאלד די קערעקטאר איז אן הויזן...
46] און די אכטצען הונדרעט יארן, פלעגט מען פארקויפן "קעטשאפ" אלס רפואה...
47] "upper case" אותיות און "lower case" אותיות ווערן גערופן אזוי, ווייל אמאל ווען מען פלעגט אויסשטעלן די בלעכענע אותיות באזינדער אין א "פרעים" צו דרוקען, איז די "אפער קעיס" אותיות געליגן און א קעסטל אויבן, און די "לאעור קעיס" אונטען...
48] Leonardo da Vinci האט געקענט מאלען א בילד מיט איין האנט, און שרייבן מיט די צווייטע האנט, אויף איין מאל! אויך האט ער אינווענטעד די שערל!
49] אויב לייגט מען איין טראפ "ליקער" אויף א סקאפיען (עקרב) וועט ער זיך אליין שטעכן ביז צום טויט!
50] אויב האסטו דריי קוואדערס, פיר דיימס, און פיר פעניס, פארמאגסטו $1.19, דאס איז די מערסטע מטבעות וואס מען קען האבן אויף א מאל, אבער נישט קענען אויפטוישן פאר א דאללער!
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:56 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז פשט פון #49?
אפשר צייכנסטו מיר אן עפעס א מקור דערצו?
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 9:11 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט פון #49?
אפשר צייכנסטו מיר אן עפעס א מקור דערצו?
ס'איז גירסא דינקותא..... אסאך אויפן געוועב לייקענען עס טאקע.
קוק
דא אדער
דא אן קיין מקור
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 12:04 am
דורך סמבטיון
21) רוב מענטשן דרייען זך ארם בערך 40 מאל א נאכט אין זייער שלאף.
22) 15 ביליאן פאפיראסלעך (ציגארעטן) ווערן גערייכערט אלוועלטליך איעדן טאג.
23) סע נעמט 20 מעניט פאר דיין מח צי רעגיסטרירען אז די מאגן איז שוין פוהל.
24) במשך א מענטש'ס לעבן וועט ער עסן 2222 טשיקענס, 1 שעפסעל, 6 קאטשקעס, 9 קיען, אין 63 אינדיגס.
25) 88.8 פראצענט מענטשן, פיהלן בעסער נאך זיך אויסוויינען.
26) אויב דרייט מען ארים די ווערטער mother-in-low, ווערט פין עס woman hitler.
27) 95 פראענט מענטשן טעקסטן זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געזאגט פריזענליך.
28) א עוורידזש פרוי ספענד 5 טעג א יאהר זיך אנקיקען אין שפיגעל.
המשך יבא בע"ה
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 12:58 am
דורך שמעקעדיג
פון וואו נעמסטו #27?
פון גאלאנטער רב?...
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 10:09 am
דורך שבת אחים
שבת אחים האט געשריבן:אז רוב חרדישע אידן וואס וואוינען אין אויסגעצאלטע הייזער הייסן געוונטליך טייטלבוים האלבערשטאם האגער טווערסקי
אז די ארבעט פון די ״מקוה איד״ ווערט געטוהן 99 פראצענט דורך א ״גוי״
אז ציווישן 1985 ־ 1960 האט יעדע איד געהאט 3 געילע באטלעך אין די בעיק פון זיין סטעישאן וואגן
אז ביז 70 יאהר צוריק האבן ס׳רוב חסידישע אידן נישט געהאט קיין בערד
אז דאס איינציגסטע מאהל וואס דער ״מוכר״ באקומט גארנישט און ער דארף נאך באצאלן איז ביי מכירת חמץ...
המשך יבוא
אז רוב מענשטען אין די וועלט וואס ליידן פון עצירות געבן נישט קיין ש...ט
אז די מאווי ״קאַנצטעפעיט״ (constipate) איז למעשה קיינמאל נישט ארויסגעקומען
אז ס׳רוב מענטשען וואס טראגן שטריימלעך ווייסן נישט פון ווי ס׳נעמט זיך און וואס די מקור איז
אז נח איז בכלל נישט געוועהן בלינד
אז רוב אידן ביים סדר עסען למעשה מעהר ווי א כזית פון די גרינצווייג
אז א עוורידזש חסיד איז שוין געווהען לכה״פ 6 מאל אין א״י 14 מאל אין מיאמי 2 מאל אין ווילעדניק 4 מאל אין ליזענסק
המשך יבוא
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 11:44 am
דורך רויטע וואנצעס
... און 200 מאל אין ביקור חולים רום.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 2:18 pm
דורך סמבטיון
29) טרערן זענען 1 פראצענא וואסער אין 99 פראצענט געפיהלן.
30) לאכן איז איבערשטעקיג. (contagious).
31) יעדע נאכט 40 פראצענט פין אלע האטעל צימערן אין אמעריקע בלייבט ליידיג.
32) קאלטע וואסער וועיגט מער ווי הייסע וואסער.
33) 40 פראצענט פרויען זענען מודה אז זיי האבן שוין געווארפען שיך אויף די מענער.
34) מער ווי 800,000 מענטשן ווערן יערליך ארעסטירט פארן האבן דראגס אין זייער באזיץ.
35) 13 פראצענט אמעריקאנער האבן שוין פאברענגט א נאכט אין חד גדיא.
36) א קנאפע 21 פראצענט אמעריקאנער מאכן זייער בעט טעגליך.
37) 10 פראצענט פין די וועלט פאפעלאציע זענען געלינקטע.
38)די לענגסטע מענטשליכע מעוברת אין היסטאריע איז 17 מאנאטן מיט 11 טעג.
39) אין אמעריקע ווערט געגעסן דארעכשניטלעך א טאג 18 עקערס פיצא.
40) אין אלעבאמא אין נישט לעגאל צי טראגען א פאלטשע שנארץ, ווייל עס פירט צי צו געלעכטער אין קירכע.
41) די וועלטס העכסטע בוים איז 369 פוס הויעך, צוויי מאל אזוי הויעך ווי די statue of liberty.
42) מער געלט ווערט געשפענד יערליך אויף אלכעהאל אין ציגארעטן ווי אויף לייף אינשורענס.
43) א 4 יעריג קינד פרעגט אן ערך פון 437 פראגעס א טאג.
44) 42 פראצענט אמעריקאנער קטן'ען אין די שאוער.
45) ביים ארויף גיין א טרעפ, ניצט א מענטש 200 מוסקלען.
46) מער געלט ווערט טעגליך געפרינט פאר די מאנאפעלי געים ווי פאר די אמעריקאנער טרעזשערי.
47) בערך 8 פראצענט פין דיי וואג איז בליט.
48) איבער 6 ביליאן טעקסט מעסעדזעס ווערן טעגליך געשיקט.
המשך יבא בע"ה
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 2:21 pm
דורך יין שרף
סמבטיון האט געשריבן:33) 40 פראצענט פרויען זענען מודה אז זיי האבן שוין געווארפען שיך אויף די מענער.
44) 42 פראצענט אמעריקאנער קטן'ען אין די שאוער.
און די איבריגע פראצענט זענען ליגענערס...
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז טאקע פשט? זיי ווארפן עס פאר כעס? און ווער האט אדורכגעפירט די לעכערליכע שטודיע?.. אדער די שטודיע #44?
ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים, ביי אונז אידן ווארפט מען נישט קיין שיך אויף די מענער, בפרט אין די אומריינע טעג...........
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 7:17 pm
דורך סמבטיון
49) דיין מח איז 75 פראצענט וואסער
50) 3 יאהר פין דיין לעבן וועט ווערן פאברענגט אין טוילעט
51) עס איז פארהאן 6800 שפראכן אין די וועלט.
52) ווערן איגנארירט טריגערט די זעלבע ריאקציע אין די מוח ווי עקספיריענסן פיזישע ווייטאגן.
53) די עוורידזש צייט א פרוי קען האלטן א סוד איז 47 שעה מיט 15 מעניט.
54) דזאן עף קענעדי האט איינגעקויפט 1200 קובאנער ציגארעטלעך הארט איידער ער האט עס פארבאטן.
55) קעז איז די מערסט געגאנבעטע עסענווארג אין די וועלט.
56) מאסקיטאס באגניגן זיך נישט מיט די עצם בליט צאפונג, זיי קטנ'ען באותו מקום תיכף נאכן סאק.
57) אויב מאכסטו א האפטשו אימיטען דרייווען ביים פארען 70 מייל א שעה, וועסטו האבן געדרייווט 300 פוס מיט פארמאכטע אויגן.
58) נאך וואס צוויי דזיראפען שלאגן זיך ארים, זענען זיי עוסק בבנינו של עולם..
59) א פריינטשאפט וואס האלט זיך פאר 8 יאהר וועט געווענליך בלייבן אויף אייביג.
60) אין 1970 איז געוועהן די העלפט סכום פין מענטשן וויפיהל סע דא יעצט.
המשך יבא בע"ה בל"נ.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 7:31 pm
דורך ישמעאל הכהן
נומבער 55 , איז נומבער 37
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:00 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע ביך האט די guinness world record צו ווערן די מערסטע ארויסגע'גנבעט פון די לייברעריס?
קליק דא פאר די ענטפער
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:09 pm
דורך וויליאמסבורגער
קליקסט מיר צום גינעס בוך אף ווארלד רעקארד, אבער איך קען דאך נישט ליינען דעם בוך צו קענען זען וואס די רעקארד ארויסגע'גנב'עטע בוך איז...
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:12 pm
דורך חד גדיא
כוכב האט געשריבן:מאטי אילאוויטש האט אמאל געזאגט אויף אן אינטערוויו אויף קול מבשר עטליכע גראמען אויף טשאלנט. איינס געדענק איך די צוזאם שטעל פון מאל - הענט.
גע'חלומ'ט איז נישט קיין כשר'ע גראם?
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:15 pm
דורך כוכב
סדארף זיך ענדיגן מיט 'נט'.