בלאט 3 פון 5

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:47 pm
דורך טאמבל סאס
אנשטאט 'ריפלעיסמענט' פאסט זיך ענדישער 'אלטערנאטיוו' לויט ווי דו זאגסט אז ס'איז נאר אין א צייט וואס מ'קען קיין תגובה נישט שרייבן

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:20 pm
דורך יונגערמאנטשיק
האב איך שוין היינט געלערענט עפעס אויך, ס'איז גוט צו קענען די זאכן, נישט אלץ טרעף איך די ריכטיגע ווערטער זיך אויסצודריקן, איך בין נישט אזוי גוט אין "Grammar".

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:52 pm
דורך שרגא
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:האב איך שוין היינט געלערענט עפעס אויך, ס'איז גוט צו קענען די זאכן, נישט אלץ טרעף איך די ריכטיגע ווערטער זיך אויסצודריקן, איך בין נישט אזוי גוט אין "Grammar".


אז דו לערנסט שוין עפעס, מעגסטו שוין אויך הערן אז "גרעמער" איז דער טייל אין שפראך וואס פארנעמט זיך מיט די גראמאטיק פון א ווארט אדער זאץ, דער מין פונעם ווארט, די אויסשטעל פון א זאץ, וכדומה, ממילא ווען דו זאגסט אז "דו טרעפסט נישט אלץ די ריכטיגע ווערטער זיך אויסצודרוקן" איז דאס נישט קיין "גרעמער" פראבלעם.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:59 pm
דורך יונגערמאנטשיק
ביסט גערעכט אז דאס איז נישט קיין גרעמער פראבלעם דירעקט, אבער דאס איז א תוצאה פון א שוואכע גרעמער.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:03 pm
דורך שרגא
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:ביסט גערעכט אז דאס איז נישט קיין גרעמער פראבלעם דירעקט, אבער דאס איז א תוצאה פון א שוואכע גרעמער.

עס איז לכ' נישט קיין "תוצאה" פון א שוואכן גרעמער. נאר מיינסט אפשר צו זאגן אז ביידע פראבלעמען זענען די תוצאה פון איין שוואכקייט.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:31 pm
דורך טאמבל סאס
וואס דאס קען זיין עטליכע גורמים, אריינגערעכנט נישט לייענען גענוג אידישע מאטריאל, אדער פוצן די נאז ביים לערנען וכדומה. :) אבער זארג נישט ס'נישט קיין שום עולה, און די חשיבות בלייבט דאס זעלביגע, מיט קיין פינטעלע נישט קלענער ווי א צווייטער וואס קען יא. יעדער האט זיך זיין אייגנארטיגקייט און כישרון מיט וואס ער צייכנט זיך מער אויס ווי זיין חבר. דער עיקר איז אז מ'פארשטייט זיך איינער דעם צווייטן. און נאך אביסל שרייבן אידיש גאראנטיר איך דיר וועסט זיך גאר שנעל צופאכענען. די שרייב-כללים אין אידיש איז איזי פיזי

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:27 am
דורך א איד
איך באנוץ זיך מיטן לייק קנעפל, ווען כ'האב עס ליב באמת.

און נישט איבעראל קום איך אן עס צו געבן.

האסט מורא צו געבן א 'לייק'?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:58 am
דורך קורץ און שארף
אסאך מאל זעה איך דא בין קאווע לקאווע, ובין אשכול לאשכול, ובין תגובה לתגובה. אז אפילו ווען איינער האט הנאה פון א צווייטען'ס תגובה, גיבט ער נישט א 'לייק'.

און אפילו ווען יא, קען ער עס אוועקנעמען שפעטער... [ווען איז אין א שווערע גוסטע...] ער וועט גיין אויפזוכן דער לייק וואס ער האט היינט געגעבן און מיט רואיגע געמיט עס אוועקנעמען.

וואס איז די סיבה?

לכאורה ווייל מען וויל האבן מער לייקס פון אנדערע ווי וואס מען גיט פאר א צוייטן?


שעמט אייך נישט, לאמיר הערן דיין סיבה.......

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:03 pm
דורך זר זהב

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:09 pm
דורך לאדיך אפ
כ'האב נאך קיינמאל נישט אוועקגענומען א לייק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:17 pm
דורך חכם מחוכם
כ’קען אביסל דן לכף זכות זיין, דיע וואס לייקן נישט, ואני הקטן בתוכם, היות מ’ניצט א מאביל בראוסער, און כדי צו לייקן דארף מען קאפיען דעם URL און ערשט נאכדעם קען מען לייקן. כ’האף די הנהלה וועט מאכן ארבעטן די עפפס, אפשר דארט וועט זיין גרינגער צו לייקן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:24 pm
דורך שמעקעדיג
חכם, וועלכע בראוזער נוצטו?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:28 pm
דורך חכם מחוכם
אפרא מיני, שמעקעדיג, אדרבה העלף מיר ארויס,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:31 pm
דורך געפילטע פיש
אפערא מיני באהאלט די לייק קנעפל (ווי אויך די ענטפער, ציטיר, פריוואט, און נאך) נאר אין די מאביל וויו, אויב ווילסטו קענען לייקען, גיי אין סעטינגס און לעש אויס די Single column view אפציע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:34 pm
דורך חכם מחוכם
דא האסטו א לייק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב קיינמאל נישט גענוצט אפרע.
איך נוץ אפט דאלפין. דארט איז זייער גרינג צו געבן א לייק, פונקט ווי אויפן קאמפיוטער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:40 pm
דורך ידען
איך האב שוין געגעבן 500 לייקס און האב באקומען ווייניגער ווי 200. אז מה?

ביי מיר איז גארנישט קיין פעלער צו האבן ווייניגער לייקס ווי באקומען. נאר פארקערט סע מיינט אז מע איז א גוטער און מע פארגינט אנדערע און נאך דערצו ווען סע קאסט גארנישט צו לייקן.

סע מיינט נישט אז איך געב לייקס סתם אין די וועלט אריין נאר ווען איך הנאה אדער איך האלט ווי יענעם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:46 pm
דורך חכם מחוכם
געפילטע פיש האט געשריבן:אפערא מיני באהאלט די לייק קנעפל (ווי אויך די ענטפער, ציטיר, פריוואט, און נאך) נאר אין די מאביל וויו, אויב ווילסטו קענען לייקען, גיי אין סעטינגס און לעש אויס די Single column view אפציע.

געפילטע סאיז א מחי’

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:29 pm
דורך ברוין
Which settings?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:51 pm
דורך ונבנתה העיר
ידען האט געשריבן:איך האב שוין געגעבן 500 לייקס און האב באקומען ווייניגער ווי 200. אז מה?

וואס הייסט, דו האסט דאך געהאט די מעגליכקייט צו לייקן 34781 הודעות, משא"כ באקומען לייקס קענסטו נאר אויף דיינע 1159 הודעות.

הגם דו ביסט איין מענטש קעגן 34781 הודעות, און מצד שני זענען דא 460 מענטשען וואס האבן די מעגליכקייט צו לייקן דיינע 1159 הודעות, איז עס אבער דאך שלא בערך.

נחמו נחמו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:05 pm
דורך ונבנתה העיר
אחרי שובי ניחמתי, איך בין צומישט, וועט עס א מאטאמאטיקער דארפן אויסקלארן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:36 pm
דורך געפילטע פיש
וואס פארשטייסטו נישט? זאגסט דאך גאלד! ווען יעדער וואלט געלייקט יעדע תגובה וואלט ידען באקומען 460 לייקס פאר יעדע פון זיין 1159 תגובות, קומט אויס 553,140, און ער וואלט געדארפט לייגען יעדע פון די 34,781 -מיינוס 1159 פון זיין אייגענע- תגובות, קומט אויס ער וואלט געגעבן 33,622 לייקס. יעצט אז ער האט נאר געלייקט 502 מאל, קומט אויס ער האט געלייקט נאר איינס פון יעדע 66.9 תגובות, און באקומען האט ער איין לייק פאר יעדע 2911 פאטענציאלע לייק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:47 pm
דורך ונבנתה העיר
איז ער דאך יא גערעכט ווען ער רעדט זיך אפ אז ער האט באקומען ווייניגער ווי ער האט געגעבן.

איך האב עפעס געמיינט פארקערט, יישר כח שסברת.