בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:12 pm
דורך I'm back
מקור?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:14 pm
דורך ישראל קאפקע
אידיש הארץ!
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:15 pm
דורך ברוך שאמר
j net news
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:16 pm
דורך I'm back
פארוואס איז געווען א אידישע מיליטער?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:23 pm
דורך לאליפאפ
קושקע האט געשריבן:נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!
געוואלד! וויפיל איז די שיעור!
ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!
אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!
עד מתי יהי' זה לנו למוקש!
יוש! פליז! טאמער קומט א גוי אין ווילאמסבורג מיט א מעסער וויבאלד פאפאנער האבן אים אויפגערייצט, טאר א פאפאנע טאטע אים נישט אקעגנלויפן כדי צו ראטעווען קינדער? טראכט ארויס פון דיין קעסטל.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:29 pm
דורך קושקע
לאליפאפ האט געשריבן:קושקע האט געשריבן:נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!
געוואלד! וויפיל איז די שיעור!
ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!
אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!
עד מתי יהי' זה לנו למוקש!
יוש! פליז! טאמער קומט א גוי אין ווילאמסבורג מיט א מעסער וויבאלד פאפאנער האבן אים אויפגערייצט, טאר א פאפאנע טאטע אים נישט אקעגנלויפן כדי צו ראטעווען קינדער? טראכט ארויס פון דיין קעסטל.
כ'וואלט עטליסט פארשריגן דעם פאפענער, אבער דאס ווילסטו דאך אויך נישט.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:33 pm
דורך קושקע
פונקט ווי אנדערע פארשטייען אז דער איירען-דאום איז נישט גענוג נאר מ'מוז גיין צום שורש אריין אין עזה.
גיי איך צום שורש השרשים, דהיינו די כופרים וואס האבן אנגזאלצן דאס אידיש פאלק מיט זייער מיליטער.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:34 pm
דורך לאליפאפ
קושקע האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:קושקע האט געשריבן:נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!
געוואלד! וויפיל איז די שיעור!
ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!
אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!
עד מתי יהי' זה לנו למוקש!
יוש! פליז! טאמער קומט א גוי אין ווילאמסבורג מיט א מעסער וויבאלד פאפאנער האבן אים אויפגערייצט, טאר א פאפאנע טאטע אים נישט אקעגנלויפן כדי צו ראטעווען קינדער? טראכט ארויס פון דיין קעסטל.
כ'וואלט עטליסט פארשריגן דעם פאפענער, אבער דאס ווילסטו דאך אויך נישט.
You're loosing the point.
גיין לוחם זיין פאר כלל ישראל האט גארנישט מיט די עוולה פון אויפשטעלן א מדינה ציונית!
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:46 pm
דורך קושקע
האלא! ס'האט אלעס איינס מיטן אנדערן, ס'איז תרי רעין דלא מתפרשין!
ווייל לוחם זיין קעגן רוצחי אומות העולם בחרב ובזרוע בשר, איז אך ורק צוליב המדינה הציונית און נגד התוה"ק!
הקב"ה האט אונז געגעבן אונזער וועג וויזוי צו לוחם זיין פאר כלל ישראל בגלותם, און דאס איז תורה ומצות!
דער רעיון הקמת המדינה איז דער שורש הצרה וואס מ'זעמיר יעצט, און עס מעג עטליסט געזאגט ווערן און נישט אונטערווארפן אונטערן קאָץ!
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:54 pm
דורך berlbalaguleh
ניין. דער בלאט די וואך שרייבט אז מדינת ישראל פראקטיצירט א שרעקליכן התגרות באומות. איך וויל דא געיבן אביסל קילורין לעיניים. והנה. די רשעים די ציונים, די גילגול פון ערב רב און פון די בריונים און פון די ציונים, וועלכע זענען שולדיג פאר'ן חורבן בית המקדש. (כ'האב פארגעסן. פאר'ן מאכן דעם עגל.), גירוש שפאניע, גזירות ת"ח ות"ט , די קאמוניסטישע רעוואלוציע, די צווייטע וועלט מלחמה, וואו זיי האבן צוזאמענגעארבעט מיט די נאציס, כידוע. און זיי זענען נאך ערגער ווי די נאציס. און זיי האבן נישט צוגעלאזט אז מ'זאל ראטעווען די אידן, כדי מקיים צו זיין דעם פסוק פון "רק בדם תהי' לנו הארץ". ווען זיי האבן געשיקט דעים ערליכן, וואוילן יוד און תלמיד חכם, קדוש וטהור, מרנן ורבנן הרה"צ ר' יואל בראנד שליט"א (זצ"ל). קיין איסטאמבול טוערקיי, כדי מ'זאל עים ארעסטירן און ער זאל נישט קענען שתדל'ן לטובת די הצלה פון די אידן. און זייענדיג אין תפיסה האט ער געלייגט רבינו תם תפילין און געפאסט משבת לשבת על צרת ישראל. שיעור פארגעסן. די רשעים די ציונים האבן אויכעט געפראקטיצירט שרעקליכע התגרות באומות ווען זיי זענען געגאנגען קיין ענטעבע, אוגאנדא, כדי צו ראטעווען די יודן וועלכע זענען געווען איינגעשפארט דורך דעם חסיד אומות העולם דער גאריללא און מענטשן פרעסער אידי אמין. און דער דייטשער שגץ און שיקסע האבן געהאלטן גאנס אויף די אידן. זענען געקומען די רוצח'ישע,ציוניסטישע סאלדאטן פונ'ם טמא'נעם צה"ל, כידוע. און זיי האבן געהרג'עט דעם דייטש און זיין שיקסע. (אפשר קרובים פאר ר' סענדער זכותו יגון עלינו) .ועודנו עומדים ברשעתם. זיי הרג'ענן נעבעך אומשולדיגע פאלעסטינער יונגלעך און קינדער, און נשים, וועלכע גייען אנגעטון שטארק בצניעות...אט דאס איז געוועין קילורין לעיניים. דאס ווייס איך נישט. אבער קיין אלקא-סעלצער דארף איך שוין נישט. ב"ה א סאך לייכטער געווארן...

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:03 pm
דורך ישראל קאפקע
אידי אמין איז בכלל נישט געווען דער גרויסע שונא מדינת ישראל,
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
אבער א שונא ישראל, רוצח און מענטשן-פרעסער איז ער יא געווען.
נ.ב.: אין וועלכן חדר האט איהר געלערנט היסטאריע?...

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:34 pm
דורך ישראל קאפקע
אין מיין חדר האט מען נישט געלערנט היסטאריע,
ש"י רוצח מענטשן-פרעסער?
א דיקטאטור ווי אנדערע אפריקאנע פירער דאן.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:55 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 2:50 pm
דורך תמים
משוגאים קריכטס אוועק פון דא, זענט עטס דא אויף א סאבאטאדזש מיסיע פון אייוועלט??
פלאנסט דא איבערצעשפילען ווי ביי די אשכול פון די דריי בחורים?? פארוואס קען מען נישט לאזן א נארמאלע נייעס אשכול פארן אויף די רעלסן?? האלטסט בשיטה אז די גייסטו עפעס אויפטוען מיטן אריינהאקן יעדע מינוט מיט די מדינה הציונות??
קען זיין ביסט 100 פראצענט גערעכט אבער טו עס נישט דא, עפען נאך א אשכול און שריי אריין די גאנצע אמת'א תורה'דיגע השקפה!!
מען קען דאך נישט האלטן דא עפעס צי די פאונט מער ווי 2 מינוט אדער פרא אדער אנטי שיטה מיז אריינקומען.
קושקע דיין גאנצע זיך דרייען דא און קאווע שטיבל איז אונטער גרויס פראגע צייכן לויטן הייליגען שיטה, אויב ביסו דא אויפציטוהן זאג איך דיר יצא שכרו בהפסדו די ברענגסט די פארקערטע ריזאלט
#קבל עם ומלואו: די ציוונים פאטרעטן נישט כלל ישראל און עטס פארטרעטס נישט סאטמאר..!!!
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:13 pm
דורך מאטי
ח(כ)אמאס פירט א רעליגיעזע קריג קעגן ישראל זיי רעכענן זיך נישט מיט ראציאנעלע פאקטן ווייל איסלאם איז איבער אלעס.
#סאונדספאמיליער?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 5:05 pm
דורך petergrifin
@berlbalaguleh איך פיל אויך אסאך בעסער װען דו שרײבסט. כמעט אזוי גוט װי נאך מײן חמין במוצ״ש.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 10:29 pm
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:ח(כ)אמאס פירט א רעליגיעזע קריג קעגן ישראל זיי רעכענן זיך נישט מיט ראציאנעלע פאקטן ווייל איסלאם איז איבער אלעס.
#סאונדספאמיליער?
אין אידיש מיינט ישראל א פאלק,
אין מאדערן העברעאיש און אין ענגליש מיינט ישראל/Israel דאס לאנד וואס גרעניצט זיך מיט עזה, עגיפטן, דער ים סוף, ירדן (דאס לאנד), דער ים המלח, די פאלעסטינער געביטן, סיריע, לבנון, און דער מיטללענדישן ים.
אין א אידישן פארום דעריבער איז ריכטיג צו רופן דאס לאנד אדער ארץ ישראל (אין אירע היסטארישע גרעניצן), אדער מדינת ישראל (אין איר מאדערנער פארמאט).