בלאט 3 פון 6

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:19 am
דורך [NAMELESS]
ביסט גערעכט, איינער האט פשוט געשטעלט אויף איבעי צו פארקויפן 4 טויזענט משפחות, און ער האט עס געוואונען.

קענסט אפשר דיסעגריען מיט זיינע מעשים ודיבורים (אויף וואס ער האט יא איבערגעבעטן און אויף וואס ער האט נישט). און מיר אלע ווייסן אז עס איז דאך א סאך וואס צו רעדן. אבער ער האט נאך אלס אויפגעבויעט אן איפעריע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 7:01 am
דורך הדד בן בדד
ווייסטו ווואס, ביסט גערעכט. ישכר דוב רוקח האט איין טאג מחליט געווען אז ער גייט ווערן א רבי, ער האט זיך אנגעהויבן ארום דרייען אין די גאסן, און אויפפיקן מענטשן מיט זיינע צען פינגער, אין וועלכע עס ליגט א מורא'דיגע כח, און מיט אט די באהאלטענע כח וועלכע ליגט אין זיינע פינגער האט ער געבויעט א אימפעריע ביז עס איז אנגעקומען צו טויזענטער משפחות...

וואסא שטותים רעדסטו דא. ער איז געווען דעמאלס דער אויטאמאטישער ממשיך פון דעם בעלזא'ער דינאסטיע, און דער בעלזער אימפעריע האט שוין דעמאלס פארמאגט א שיינע פאר הונדערט משפחות, פילע בתי מדרשים און זיבן!!! תלמודי תורה, און ער האט דאס אלעס איבערגענומען און ווייטער געבויעט. איך זאג נישט אז ער האט נישט קיין כושר הנהגה, ער האט עס דוקא יא, ער איז זייער א געלונגענער מענטש און א בעל כשרון ווען עס קומט צו פירן און בויען א פארטיי, אבער מאך עס נישט כאילו ער האט עס געמאכט א יש מאין, ער האט געהאט מיט וואס אנצוהייבן.

כ'מיין אז אין תשכ"ו-כ"ז, (ווען ער איז געווארן רבי אין בעלזא) האט נאך קיין איין אנדערע חסידות נישט פארמאגט זיבן תלמוד תורה'ס (אפשר סאטמאר, ווייסעך אויך נישט). דאס מיינט נישט ער האט עס געמאכט מיט זיינע צעהן פינגער. דאס מיינט אז ער האט איבערגענומען א שטארקע זאך און ער האט עס שיין אויפגעבויעט ווייטער.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:23 pm
דורך קאווע טרינקער
הדד'לע, זענען די בערעלעך אין דיין אוטוואר מכוון נגד ?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 4:03 pm
דורך ביג יוס
ר"חצ מייזליש איז נישט געווען ביי די ווזניץ בר מצוה אין נישט נאכגזאגט אז נעכטען אינדערפרי האט ער באקומען א טעלעפאון פון זיין פעטער האדמו"ר מסאטמער אז ער זאל גיין צום וויזניץ שמחה ??????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm
דורך בעל הבית
איך בין נישט משג ווי אזוי די מענדלע האט זיך אזי שנעל אופגבויט פין סקראטש

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 4:20 pm
דורך דולה ומשקה
לעצטנס ארויס א קונטרס "משולחן מלכים" וואס אינהאלט אלע שמועסן פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בעת שהותו בארה"ק, איז דארט אויך געדריקט די צוויי שמועסן מיט גיסו האדמו"ר מבעלזא-ירושלים?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 4:22 pm
דורך בעל הבית
גראדע איז ער יא געווען אין וויזניץ ביי די בר מצוה

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:22 am
דורך טעפל
בעל הבית האט געשריבן:גראדע איז ער יא געווען אין וויזניץ ביי די בר מצוה

איך מיין מ'זעהט איהם דא

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:01 pm
דורך ידען
יעצט איז געקומען די צייט מיט תולדות א"י ?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:58 pm
דורך בעל הבית
ווי עס זעט אויס איז תולדות אברהם יצחק רבי געקומען מיט זיין רעגין שטריימיל נישט צו שטארק אופרעגן די עדה

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:09 pm
דורך זר זהב
here they dance

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=c33Fy1fliA8[/youtube]

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 4:16 pm
דורך אויס מענטש
ווייסט איינער דא די מעשה וואס דער אדמו"ר ממבקשי אמונה א ברודער פאר די תודולותים רבי'ס פארציילט בשם סאטמאר רב אז דער בעלזער רב גייט זיין דער מנהיג לפני ביאת משיח

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 4:25 pm
דורך לעיקוואד
סקען זיין אז אמאל וועט איינע פון די אדמורי"ם כאפן אז די ריזיגע שטריימלאך מיט די בעקיטשעס און רעזשוולקעס איז פשוט פאני, אדער סנישטא קיין האפענונג?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 4:39 pm
דורך גאלד
און זיך לאזן וואקסן לאנגע האר ביי די צוויי זייטן פון אויער און אפגאלן דאס איבריגע, איז יא דא האפענונג?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:16 pm
דורך קינות גירושין
לעיקוואד האט געשריבן:סקען זיין אז אמאל וועט איינע פון די אדמורי"ם כאפן אז די ריזיגע שטריימלאך מיט די בעקיטשעס און רעזשוולקעס איז פשוט פאני, אדער סנישטא קיין האפענונג?

לעקוואד וואס האסטו יעצט געכאפט אן אטאקע?
אגב איך וואלט גקענט באשטיין די זאלסט מיר פונקטלעך דיסקרייבען וויאזוי משה רבינו האט אויס געקוקט (נדב ואבוהו האט שוין סאטמער רב אויסגעמאלען בערך אזוי ווי רב קוק)

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:23 pm
דורך קאווע טרינקער
חיים שאהלסאהן זאגט אז ר'טויביה גייט צו א שבע ברכות

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:50 am
דורך משגיח
איך הער אז מהרא מסאטמאר האט געקאלט זאגן מזל טוב פארן בעלזא רבי שליטא

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:26 am
דורך קאווע טרינקער
משגיח האט געשריבן:איך הער אז מהרא מסאטמאר האט געקאלט זאגן מזל טוב פארן בעלזא רבי שליטא

ס'מאכט סענץ. אזוי טוט מען ווען א שוואגער מאכט חתונה.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:28 am
דורך זר זהב
אזוי? אקעי נעקסט טיים מיין שוואגער מאכט חתונה וועליך אים קאלן זאגן מזל טוב

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:33 am
דורך קאווע טרינקער
דיין פריש געווארענע רייכע שוואגער וואוינט דאך א גאס אוועק..

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:54 pm
דורך לעיקוואד
קינות גירושין האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:סקען זיין אז אמאל וועט איינע פון די אדמורי"ם כאפן אז די ריזיגע שטריימלאך מיט די בעקיטשעס און רעזשוולקעס איז פשוט פאני, אדער סנישטא קיין האפענונג?

לעקוואד וואס האסטו יעצט געכאפט אן אטאקע?
אגב איך וואלט גקענט באשטיין די זאלסט מיר פונקטלעך דיסקרייבען וויאזוי משה רבינו האט אויס געקוקט (נדב ואבוהו האט שוין סאטמער רב אויסגעמאלען בערך אזוי ווי רב קוק)

קיין שום אטאקע, סתם איך קוק אויף די בילדער ווי איינער איז מכבד דעם צוייטען מיט בגדים גרעסער ווי פיתום ורעמסס און איך וואונדער זיך אויב איך בין דער איינציגסטער צו וועם דאס קוקט פשוט אויס פאני.

משה רבינו האט אויסגעקוקט בערך אזויווי הרב קוק'ס חסידים. (אזוי טענה'ן זיי עניוועיס..)

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:22 pm
דורך smart
https://www.youtube.com/watch?v=6_K8XXY ... r_embedded

וער איז דער איד? כהאב נישט געוויסט מיר פארמאגען נאך היינט אזעלעכע!!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:23 pm
דורך זר זהב
He is a cute nutjob