בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 3:32 pm
דורך סמבטיון
everyones heart goes out for this chayal, and you are busy why israel is booming tunnels........where is your jewish heart??? i
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 3:38 pm
דורך ישראל קאפקע
פארוואס? האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:
סארי, איך האב בראבירט צו אפלאודן א מאפע פון דרום עזה,
ווי אזוי האסטו דעוועליפט דיין אראבישע אקצענט?

האהא, יו גאט מי דהער

נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 4:42 pm
דורך בר דעת
א דאנק פארן אוועקנעמען דברים בטלים פון א טראל. עס איז א זייער ווייטאגליך אז עס פאלן קרבנות, אבער דא רעדט מען פון א פארכאפטן סאלדאט.
קאפקע, באמת וואס איז פשט פון דיין זיין אזוי נייטראל און אפשר אפילו מילד גענויגט צום שונא?
די האסט נישט קיין טראפ פאטריאטיזם? די קוקסט אן אזוי ווי א מלחמה צווישן ניקאראקגוווא און באליוויע אן קיין עמאשען?
כ'קען הערן אזא זאך אדער אפילו עס שעצן, אבער פון ווי קומט עס? האסטו סימפאטיע צום געליטענעם פאלעסטינער און דאס באלאנסירט עס? צו אפשר קומט דאס פון קנאות, אבער עס זעהט נישט אויס. אלזא וואס יא?
בכלל ווען א איד שטארבט איז עס דיר מער נוגע צום הארץ ווי א נישט איד? אויב די ענטפער איז נישט, ווי ווייט? א היימישער? א בן עירך, א שכן? אדער איז ביי דיר אלעס ריין לאגיק ומאי חזית שמא דידך מדמא דידי
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:17 pm
דורך ישראל קאפקע
בר דעת האט געשריבן:א דאנק פארן אוועקנעמען דברים בטלים פון א טראל. עס איז א זייער ווייטאגליך אז עס פאלן קרבנות, אבער דא רעדט מען פון א פארכאפטן סאלדאט.
קאפקע, באמת וואס איז פשט פון דיין זיין אזוי נייטראל און אפשר אפילו מילד גענויגט צום שונא?
די האסט נישט קיין טראפ פאטריאטיזם? די קוקסט אן אזוי ווי א מלחמה צווישן ניקאראקגוווא און באליוויע אן קיין עמאשען?
כ'קען הערן אזא זאך אדער אפילו עס שעצן, אבער פון ווי קומט עס? האסטו סימפאטיע צום געליטענעם פאלעסטינער און דאס באלאנסירט עס? צו אפשר קומט דאס פון קנאות, אבער עס זעהט נישט אויס. אלזא וואס יא?
בכלל ווען א איד שטארבט איז עס דיר מער נוגע צום הארץ ווי א נישט איד? אויב די ענטפער איז נישט, ווי ווייט? א היימישער? א בן עירך, א שכן? אדער איז ביי דיר אלעס ריין לאגיק ומאי חזית שמא דידך מדמא דידי
איך בין ב'שיטה' אן אנטי ציוניסט, און פאליטיש אויך קעגן מדינת ישראל,
וועגן דעם קען איך פארשטיין ווען די פאלעסטינער אויפברויז ווען אזויפיל ציווילע ווערן געהרגט,
כאטש איך האלט אז דאס הרגנען ציווילע איז א געפערליכע אומרעכט, קען איך נישט זאגן אז איך פיל ממש א ווייטאג מיט יעדן באריכטעטע טויט, (ווען איך זע א טויטע קינד, אדער א מאמע קלאגן נאך איר פאמיליע, טוט מיר עס אסאך מאל יא באמת וויי)
מיר שטערט מער די אומרעכט, דו האלסט א פאלק פארשפארט אין א געטא/תפיסה, שוין צען יאר, דאס איז חוץ דעם וואס רוב עזה איינוואוינער זענען שוין פליטים פון 48' און 76', נאכדעם ווען עקסטעמיסטן אטאקירן דיר ווערסטו אויס מענטש?
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער וואס טענהט אז ער איז נישט קיין ראסיסט פרובירט מסביר צו זיין וויאזוי א איד פון קאליפארניע האט רעכט צו מאכן עליה, אבער א פאלעסטינער וואס איז געבוירן אין יפו, נישט נאר קען ער נישט צוריק גיין צו זיין היים, ער האט נישט קיין שטום רעכט, ער קען נישט באזוכן די מיטללענדישן ים וואו ער איז אויפגעוואקסן, העלאו וואס דען אויב נישט ראסיזם, וואס דען אויב נישט אפארטהייט?
די מערסטע שטערט מיר די היפאקריטיע דערפון,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:27 pm
דורך אפטעמיסט
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך בין ב'שיטה' אן אנטי ציוניסט, און פאליטיש אויך קעגן מדינת ישראל
חסורי מיחסרא והכי קתני: איך בין ב'שיטה' אן אנטי ציוניסט, און
דערפאר פאליטיש אויך קעגן מדינת ישראל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:33 pm
דורך קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע האט געשריבן:וויאזוי א איד פון קאליפארניע האט רעכט צו מאכן עליה, אבער א פאלעסטינער וואס איז געבוירן אין יפו, נישט נאר קען ער נישט צוריק גיין צו זיין היים, ער האט נישט קיין שטום רעכט, ער קען נישט באזוכן די מיטללענדישן ים וואו ער איז אויפגעוואקסן, העלאו וואס דען אויב נישט ראסיזם, וואס דען אויב נישט אפארטהייט?
די מערסטע שטערט מיר די היפאקריטיע דערפון,
הלמאי, און אפשר זאלן אונזערע זיידעס האבן שטום רעכטן אין בודאפעסט און ווארשא? און אפשר גאר זאלן זיי זיך צוריק קערן צו זייערע היימען?
האסט ווארשיינליך נישט געלערנט חזקת הבתים.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:58 pm
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:איך בין ב'שיטה' אן אנטי ציוניסט, און פאליטיש אויך קעגן מדינת ישראל
חסורי מיחסרא והכי קתני: איך בין ב'שיטה' אן אנטי ציוניסט, און
דערפאר פאליטיש אויך קעגן מדינת ישראל
גראדע נישט, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם אפילו זאלסט אננעמען אז יא,
איך קען מיך אויס פאליטיש נאכמער ווי בשיטה,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:59 pm
דורך בר דעת
איך זעה נישט דיין פראבלעם. די מישט זכות השיבה מיט חק השבות. די מדינה האט פארשלאסענע טויערן, אזוי ווי זייער אסך לענדער, אן קיין פלאץ פאר נייע לעגאלע אימיגראנטן. פאר אידן מאכן זיי אן אויסנאם. קענענדיג די היסטאריע פון אידן מאכט עס זייער אסאך סענס. זיי האבן נישט קיין שום אייגן היים און שפירו אין ערגעץ נישט זיכער.
די פליטים איז שוין אויסגעקייט, עס איז געווען א מלחמה ווי די אראבער האבן געוואלט פארניכטן די מדינה אן קיין שום פשרה. דער זיגער האט פארטריבן און שוין.
פאר וואס זענען זיי נאך פליטים? ווייל זיי זענען אייזל טרייבער און עסן יו עם געלט. ווען מיר וואלטן געווען ווי זיי וואלטן מיר נאך געוואוינט אין די פי לאגערן אדער גאר על נהרות בבל.
לאמיר זיך מתווכח זיין נאך שבת מיט מער צייט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:00 pm
דורך ישראל קאפקע
קינד_אן_קייט האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:וויאזוי א איד פון קאליפארניע האט רעכט צו מאכן עליה, אבער א פאלעסטינער וואס איז געבוירן אין יפו, נישט נאר קען ער נישט צוריק גיין צו זיין היים, ער האט נישט קיין שטום רעכט, ער קען נישט באזוכן די מיטללענדישן ים וואו ער איז אויפגעוואקסן, העלאו וואס דען אויב נישט ראסיזם, וואס דען אויב נישט אפארטהייט?
די מערסטע שטערט מיר די היפאקריטיע דערפון,
הלמאי, און אפשר זאלן אונזערע זיידעס האבן שטום רעכטן אין בודאפעסט און ווארשא? און אפשר גאר זאלן זיי זיך צוריק קערן צו זייערע היימען?
האסט ווארשיינליך נישט געלערנט חזקת הבתים.
ווארשיינליך נישט,
אבער איך ווארט נאך אויף דיין הסבר פארוואס סאיז נישט ראסיזם און אפארטהייט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:02 pm
דורך ישראל קאפקע
'איים אלל פאר' ממשך זיין נאך שבת. סאיז פארט שפעט,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:36 pm
דורך קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף דיין הסבר פארוואס סאיז נישט ראסיזם און אפארטהייט.
אז כ׳וויל נישט צולאזן אז מיין שכן דער פאטאריקאנער אדער כינעזער זאל אריין קומען אין מיין בעק יארד און איינפלאנצן (אדער זיך גאר באזעצן) כאוות נפשו מיינט נאך נישט אז כ׳בין א ראסיסט, אז דאס בעלות באלאנגט יעצט פאר מיר במציאות (אפגעשיידט וויאזוי ס׳איז צושטאנד געקומען) מעג איך דאס נישט צולאזן.
אין פאקט, כ׳וואלט אזא התנהגות אויך נישט געדולדעט פון א צווייטען איד, מעג ער זיין פון מיין פארטיי אדער אפילו מיין משפחה, ס׳האט נישט מיט ראסיזם, אפארטהייט אדער היפאקראטיע, והבן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:46 pm
דורך ישראל קאפקע
און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:52 pm
דורך I'm back
ישראל קאפקע האט געשריבן:און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?
און זייער וואוינארט איז עס געווארן ווען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:53 pm
דורך קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע האט געשריבן:און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?
נו, נו טאקע, וואס איז דער תירוץ?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 7:13 pm
דורך ישראל קאפקע
I'm back האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?
און זייער וואוינארט איז עס געווארן ווען?
נאכן וואוינען דארט טויזנט יאר
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 8:26 pm
דורך איש עברי
די סאלדאט איז פארמאל דערקלערט געווארן טויט דורך די אויטאריטעטן, חלקים פון זיין קערפער געפונען זיך אין די הענט פון צה"ל און ווארשיינליך וועט מארגן זיין די לוויה
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 10:13 pm
דורך איך אויך
בר דעת האט געשריבן:קאפקע, באמת וואס איז פשט פון דיין זיין אזוי נייטראל און אפשר אפילו מילד גענויגט צום שונא?
אר יו פור ריעל?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 11:34 pm
דורך I'm back
ישראל קאפקע האט געשריבן:I'm back האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?
און זייער וואוינארט איז עס געווארן ווען?
נאכן וואוינען דארט טויזנט יאר
און בעפאר זיי האבן דארט געוואוינט (וואס איז אגב נישט אמת)?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 11:40 pm
דורך ישראל קאפקע
וואס הייסט אגב נישט אמת, וואס איז אויב אזוי געווען די קרייץ צוגן?
טויזנט יאר צוריק זענען די קריסטן ארויף אויף ארץ ישראל זיך צו שלאגן מיט וועם?
אויסצורייניגן דאס לאנד פון וועלכע אומגלויביגע?
(אגב היסטאריש זענען א היבשע פראצענט פאלעסטינער קריסטן)
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 11:47 pm
דורך I'm back
די רעדסט וועגן אראבער, אדער וועגן פאלעסטינער?
אגב, איך וויל פארן אויף עטליכע טעג קיין וואשינגטאן די סי.
אין וועלכע האטעל זענט עטס איינגעשטאנען, און האט איר הנאה געהאט פון די האטעל?
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:11 am
דורך ישראל קאפקע
קיינמאל נישט געווען אין וואשינגטאן די סי
זיך קיינמאל נישט באטייליגט אין א נטורי קרתא פראטעסט/דעמאנסטראציע,
כהאב געקלערט עטליכע מאל דערפון, אבער פאקטיש קיינמאל נישט געווען.
נאכן וואוינען עטליכע הונדערט יאר אויף איין פלאץ, איז די סדר פון די וועלט צו רופן די איינוואוינער אויפן נאמען פונעם פלאץ,
עיין ערך: אמעריקאנער, קאנאדער, אויסטראליער, בראזיליאנער, סאוט אפריקאנער, וכו,
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:24 am
דורך I'm back
אהא, און יעצט ענטפער ביטע מיין ערשטע פראגע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:33 am
דורך אפטעמיסט
ישראל קאפקע האט געשריבן:(אגב היסטאריש זענען א היבשע פראצענט פאלעסטינער קריסטן)
ס'איז שוין גארנישט קיין ווערטל. כ'האב ערענסט מורא אונז האמיר דא א פאלעסטינער שפיאן.