אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
מיט רעספעקט צו אזעלכע וואס גייען אין די שיטה, אזלכע וואס האבן באשלאסן צו אריינלייגן זייערע כשרונות, ענערגיע, לייב און לעבן צו פארטיידיגן א שורה אגדתא גמרא אין מסכת כתובות, וואס זעכציג יאר האדעווען זיי די קינדער און מען איז זיי מחנך איבער די גרויסע סכנה פון די מדינה, אבער דאך פעהלט נישט אויס צו לייגן די אויגן אין זאמד און שרייען אז די גאנצע מדינה איז א ליצנות, עס איז פשוט נישט אמת.
אפילו אין די אויגן פון די גרעסטע קעגנער איז די מדינה איז ווייט פון א גלעכטער, עס איז א וועלטס וואונדער ווי א יונגע מדינה אין אזעלכע אוממעגליכע אומשטענדען האט באוויזן צו אויסשטייגן אלס א סעמי-אימפעריע, א ריז אין מיליטערישע ערפינדונגען, א ריז אין סטארט-אפ טעכנאלאגיע, פון די גרעסטע ביישטייערערס פאר אגריקולטור טעכנלאגיע, א קליין לענדעל מיט עטליכע נאבל פרייז געווינער, א מדינה אן קיין נאטורליכע אוצרות וואס זיצט ארומגענומען מיט שונאים פון אלע זייטן און פארט שפרודלט דארט א געזונטע עקאנאמי, און איז א מיטלגליד אין די oecd
פון אידישן שטאנדפונקט, א פאלק וואס האט זיך געהאלטן ביים אויסלעשן, שטיקער זענען געפאלן פון אידן סיי בגשמיות, און סיי ברוחניות, שמד אסימילאציע האט געהאלטן ביים ברענגען א סוף צו כלל ישראל, און אט איז אויפגעשטאנען א אידיש לאנד ווי מיליאנען אידן זענען שטאלצע אידן, דאס רוב פון די אידן אין מדינת ישראל זענען רעליגיעז למחצה לשליש ולרביע, אנשטאט אמאל ווען איינער איז אביסל שוואך געווארן האט ער אויסגעדרייט זיין רוקן צו זיין אפשטאם האט די ציוניסטישע באוועגונג געברענגט א שטאלץ אפילו ביי פרייע אידן, עטליכע דורות פון מיליאנען אידן זענען אפגעראטעוועט געווארן פון אסימילאציע א דאנק די ציוניסטישע באוועגונג.
שוין אפגערעדט אז תורה אין אידישקייט בליהט אויף א אופןוואס מען האט נישט געזעהן זינט ימי חזקיהו המלך, אידן אין ארץ ישראל לעבן א חיים טובים, מען לערנט מען דאווענט אין מען שנארעט און מען לאזט זיך וואוילגיין אויפ'ן חשבון פון די מדינה, [און טאמער די מדינה געט א קרום מיט די נאז ארגאניזירט מען מאסן דעמאנעסטראציעס] ריזיגע חסידישע הויפן וואס זענען כמעט אפגעמעקט געווארן האבן ווידער אויפגעבליהט אין ארץ ישראל, איינער וואס זוכט צו פארגלייכן די אידיש לעבן אין ארץ ישראל צו סיי וועלכע אנדער פלאץ אין חוץ לארץ איז אומוויסנד אדער אראגאנט.
יא מיר אידן האבן א אנטוויקלטע זעלבסט-הומאר און עס איז לעגיטים צו כאפן א לאך אויף פארשידענע סורעאליסטישע און קאמישע ערשיינונגען וואס די מדינה האט געברענגט מיט זיך אבער פון דא ביז דערקלערן אז די מדינה "איז א געלעכטער און א שפאט" איז פאלג מיר א גאנג, און איינער וואס זאגט אזוי איז אדער נאריש, אדער אונגעפרעסן מיט א בלינדע שנאה.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש עברי: ייש"כ. שפתיים ישק. אזעלכע זיסע ווערטער וועלכע זענען כמים קרים על נפש עייפה אין א טאג פון 100 דעגריעס. אין דיין לעצטן פאראגראף זאגסטו אז די מענטשן? וועלכע האבן דעם בייזוויליגן, נעגאטיוון און רשעות'דיגן בליק אויף מדינת ישראל זענען אד ער נאריש אדער רשעות'דיג. איך מיין אז ביידע טעמים גייען דא אן. און אויך א ביסל קאנפיוז'ד. (אשר לא ידע בין ימינו לשמאולו, ובהמה רבה...(...
ווייט פיש האט געשריבן:@איש עברי סאיז א ווינדער וויאזוי אויף אזא לוזערישע נארישע מדינה'לע וואס די וועלט שטייט און שימפט יעדן איד א דאנק זייערע מעשים
זאל מען נאך קענען אזוי ארויסהייבען דאס לאנד פאר אונז אידן
טאקע איינע פון די גרויסע פלאות פון דעם שמד'ינעלע.
אדאנק זייער מעשים פון די שמד׳ינעלע וואס איז כל היום היא מנגינתכם אין דאס געט פאר די ליידיגייערס פון סאטמר אין נטו״ק והמסתעף מיניהון ומתלמידיהון ותלמידי תלמידיהון צו האבן וואס צו טהון מיט די ליידיגע צייט, איז אדאנק די שמדציונילע מדינעלע האבן ענק אזא גרויסען יו״ט כ״א כסליו דאס איז א עכט שמדציונילע יו״ט׳בל ווייל זיי האבן ארויסגענומען דעם רבי׳ן פון עמק הבכא אין יענעם טאג כדי ענק זאלען האבן וואס צו שימפען אין שעלטען דעם הייליגען כותל
תחי כפיות הטובה אין דער יו״ט פון כפיות טובה כ״א כסליו
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען
אתא קלילא האט געשריבן:ווייט פיש האט געשריבן:@איש עברי סאיז א ווינדער וויאזוי אויף אזא לוזערישע נארישע מדינה'לע וואס די וועלט שטייט און שימפט יעדן איד א דאנק זייערע מעשים
זאל מען נאך קענען אזוי ארויסהייבען דאס לאנד פאר אונז אידן
טאקע איינע פון די גרויסע פלאות פון דעם שמד'ינעלע.
אדאנק זייער מעשים פון די שמד׳ינעלע וואס איז כל היום היא מנגינתכם אין דאס געט פאר די ליידיגייערס פון סאטמר אין נטו״ק והמסתעף מיניהון ומתלמידיהון ותלמידי תלמידיהון צו האבן וואס צו טהון מיט די ליידיגע צייט, איז אדאנק די שמדציונילע מדינעלע האבן ענק אזא גרויסען יו״ט כ״א כסליו דאס איז א עכט שמדציונילע יו״ט׳בל ווייל זיי האבן ארויסגענומען דעם רבי׳ן פון עמק הבכא אין יענעם טאג כדי ענק זאלען האבן וואס צו שימפען אין שעלטען דעם הייליגען כותל
תחי כפיות הטובה אין דער יו״ט פון כפיות טובה כ״א כסליו
קיינער שעלט נישט און שימפט נישט דעם הייליגן כותל,
איינער @אותו קללה שימפט און שעלט טעגליך א גאנצע חלק פון כלל ישראל, א גרופע פון ערליכע שומרי תורה ומצות למהדרין מן המהדרין,
ר' קללה האסטו נישט געטענהט עטליכע וואכן צוריק, אז ציוניזם איז טויט, א פארגאנגענהייט?
ווען דו האסט געצילט דיינע שמוציגע פיילן קעגן נטרונא און ניטורי קרתא, האט מען נאך געקענט שווייגן, נו א איד מיט א פארבליטיגט הארץ וואס טוט עם נעבעך וויי אז אידן מאכן חלילה א חילול השם, און לויט דיין פארדרייטע קאפ לייגן זיי אריין אידן אין א סכנה, נו קען מען נאך פארטראגן, אבער וואס האט דיר יעצט אזוי צערודערט? מען האט בסך הכול געשפעט פון מדינת ישראל אויף א אידישע וועבזייטל, נישט קיין חילול השם און נישט קיין סכנה פאר אידן, וואס ביזטו געווארן אזוי אנגעהיצט?
אפשר האט עס צו טון מיט דיין טיף איינגעגעסענע אמונה אין די ציוניסטישע עבודה זרה, א אידעאלאגיע וואס איז לויט דיר בטל ומבוטל, דערווייל פלאקערט עס אין דיין הארץ מיט א גרויס פייער, אזש דו ווערסט נישט מיד פון טעגליך אויסגיסן דיין האס און שנאה אין פארם פון לאנגע צעהיצטע רענטס, וואס דו טוסט איבערחזרן טאג נאך טאג נאך טאג כמעט ווארט ביי ווארט, דיר שטערט נישט קיין חילול השם און קיינע כלומרשטע סכנה פאר אידן, דיר שטערט אז די גרעסטע קהילה פון חסידישע אידן אויפן וועלט, זענען נישט גרייט מודה צו זיין אין דיין עבודה זרה,
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
עס קוקט אויס ווי עפעס א שטיקעל פון דער איד
Since its establishment, more Jews were hurt in wars and terror attacks in Israel than anywhere else. The war in Gaza endangered world Jews as well, as no other war has before it.Israel is today the most dangerous place in the world for Jews. Since its establishment, more Jews were hurt in wars and terror attacks that took place in Israel than anywhere else. The war in Gaza took this one step backward – it endangered world Jews as well, as no other war has before it. The Jewish home, the national refuge, not only doesn’t provide refuge, but even threatens Jews everywhere else. When you tote up the results of the war, include that too in the loss column.A wave of animosity is washing over world public opinion. In contrast to the complacent, blind, smug Israeli public opinion, people abroad saw the pictures in Gaza and were aghast. No conscientious person could have remained unaffected. The shock was translated into hatred toward the state that did all that, and in extreme cases the hatred also awakened anti-Semitism from its lair. Yes, there is anti-Semitism in the world, even in the 21st century, and Israel has fueled it. Israel provided it with abundant excuses for hatred.But not every anti-Israeli sentiment is anti-Semitism. The opposite is true – most of the criticism of Israel is still substantive and moral. Anti-Semitism, racist as any national hatred, popped up on the sidelines of this criticism – and Israel is indirectly responsible for its appearance.But Israel and the Diaspora Jewish establishment automatically tag any criticism as anti-Semitic. It’s an old trick – the burden of guilt is shifted from those who perpetrated the Gaza horrors to those who are tainted with so-called anti-Semitism. It’s not us, it’s you, anti-Semitic world. No matter what Israel does, the whole world is against it.This is nonsense, of course. Just as not every policeman who gives a Jewish driver a traffic ticket is an anti-Semite, as the Jewish organizations try to put it, and not every robbery of a rabbi is a hate crime, so not every criticism of Israel is motivated by hatred of Jews.These organizations have become the lightning rods of the criticism of Israel and they have brought it on themselves. This is the price of their blind support of Israel, their noisy propaganda campaigns in Israel’s name, their turning of every Jewish community center into a PR agency for Israel, and their unanimous support for everything Israel does. We’re all one people, they say. In that case, if every Jew who dares to censure Israel, even when it’s involved in brutal conduct, is a self-hating Jew – then everyone bears responsibility.Quite a few Jews abroad sent me frightened messages during the war, pleading me to stop writing my articles, cease my criticism, because the anti-Semites use them. I replied to all of them that all my articles together haven’t affected Israel’s status as much as one news report from Gaza. I also know many who still harbor sympathy for Israel precisely because of the remnants here of a free society, one that allows criticism.In any case, the address for the Jews’ fear should be the State of Israel. Many Jews now feel afraid. Part of the fear may be exaggerated, part of it is justified. It seems to me that being a Muslim in Europe is still harder than being a Jew. But in Paris, Jews don’t dare wear a kippa, in Belgium a woman wasn’t allowed into a store because she was Jewish and a French journalist who visited Algiers last week told me that the hatred for Israel and the Jews in France has reached an all-time high.The address for all the complaints is Israel, because Israel is the one to blame for Gaza.Whoever is afraid for the Jews’ fate, whoever is shocked by the anti-Semitic incidents, should have thought about it before taking Israel to another runaway war. The world isn’t always against Israel. Suffice it to remember Israel’s status during the Oslo period, when the entire world cheered it, including parts of the Arab world. This world will be happy to embrace Israel again, if this country only changes its bullying, domineering behavior.Gevalt, anti-Semitism? Maybe. But Israel is supplying the fuse.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
און ס'איז זייער פארשטענדליך אז ישראל קאפקע וועט געיבן א לייק (אפשר טויזנט לייקס. אויב מ'קען) פאר דעם בעל המימרא. נישט ווייט פיש. ער האט נאר צוגעברענגט דעם מאמר, וועלכער איז אגב געשריבן געווארן אין א גוטן , גראמאטישן ענגליש. פון ענגלאנד. נאר די אלע מענטשעלעך בכל מקומות ובכל צורה שהם, ווילן נישט איינזעהן איין איינציגע פשוט'ע זאך. אז דער איצטיגער קאנפליקט האט זיך אנגעהויבן ווען די גרויסע און וועלט בארימטע צדקה וחסד ארגאניזאציע "חאמאס" האט במשך פון א לאנגע צייט געהאלטן אין איין שיסן ראקעטס וועלכע זענען געוועהן כדי להמית, אויף די ציווילע באפעלקערונג אין אלע שטעיט אין ארץ ישראל...
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:און ס'איז זייער פארשטענדליך אז ישראל קאפקע וועט געיבן א לייק (אפשר טויזנט לייקס. אויב מ'קען) פאר דעם בעל המימרא. נישט ווייט פיש. ער האט נאר צוגעברענגט דעם מאמר, וועלכער איז אגב געשריבן געווארן אין א גוטן , גראמאטישן ענגליש. פון ענגלאנד. נאר די אלע מענטשעלעך בכל מקומות ובכל צורה שהם, ווילן נישט איינזעהן איין איינציגע פשוט'ע זאך. אז דער איצטיגער קאנפליקט האט זיך אנגעהויבן ווען די גרויסע און וועלט בארימטע צדקה וחסד ארגאניזאציע "חאמאס" האט במשך פון א לאנגע צייט געהאלטן אין איין שיסן ראקעטס וועלכע זענען געוועהן כדי להמית, אויף די ציווילע באפעלקערונג אין אלע שטעיט אין ארץ ישראל...
Moore juice ware kiled inn Isreal sins it's establischment bekause off it's eccistance then were killed in the rest of the world combined because of general anti semitism,
Does the fact that that my prior statement was spelled incorrectly in any way weaken the argument? e
איין לייק איז גענוג,
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ישראל קאפקע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:און ס'איז זייער פארשטענדליך אז ישראל קאפקע וועט געיבן א לייק (אפשר טויזנט לייקס. אויב מ'קען) פאר דעם בעל המימרא. נישט ווייט פיש. ער האט נאר צוגעברענגט דעם מאמר, וועלכער איז אגב געשריבן געווארן אין א גוטן , גראמאטישן ענגליש. פון ענגלאנד. נאר די אלע מענטשעלעך בכל מקומות ובכל צורה שהם, ווילן נישט איינזעהן איין איינציגע פשוט'ע זאך. אז דער איצטיגער קאנפליקט האט זיך אנגעהויבן ווען די גרויסע און וועלט בארימטע צדקה וחסד ארגאניזאציע "חאמאס" האט במשך פון א לאנגע צייט געהאלטן אין איין שיסן ראקעטס וועלכע זענען געוועהן כדי להמית, אויף די ציווילע באפעלקערונג אין אלע שטעיט אין ארץ ישראל...
Moore juice ware kiled inn Isreal sins it's establischment bekause off it's eccistance then were killed in the rest of the world combined because of general anti semitism,
Does the fact that that my prior statement was spelled incorrectly in any way weaken the argument? e
איין לייק איז גענוג,
ר' ישראל קאפקע: ווען איך האב געזעהן די נישט ריכטיג געספעלט'ע ווערטער האביך גלייך געוויסט אז ס'איז נישט מעשי ידיך. אבער דיין טענה און מיין טענה במקומם עומדות.
ס'איז דא צייטן ווען די מדינה מיט אירע פירער זענען עובר אויף התגרות באומות . יא. אבער נישט אין דעים פאל. ווייל דא איז קלאר אז די גאנצע סיבה פון די איצטיגע מלחמה איז געוועין דאס שיסן ראקעטן אויף די ישובים אין ארץ ישראל דורך די כאמאס...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
אתא קלילא האט געשריבן:אן צו אריינגיין אין א ויכוח ארום די גאנצע מדובר פון ציונות והמסתעף און צו סאיז נאך בכלל פארהן אזא מציאות וי ציונות לשמה, אזאך וואס די וואס פארמאגען א משהו פונעם תבלין דמתקרי שכל פארשטייט אז ציונות אקזעסטירט שוין נישט היינט צו טאגס בכלל!!!
ציונות איז אזאך וואס איז שוין כמעט אינגאנצען געשטארבען, נאר וואס די פיצקילע חלקת אדמה אין מיטל מזרח אין די הארץ פון די גאנצע וועלט וואס איז באזעצט מיט 5-6 מליון יידעלעך איז געניג א סיבה פאר 3 מיליארד ארעבער וואס מיינען נאר הוילע שנאת ישראל , כדי צו ברענגען אדריטע וועלט מלחמה אין אויסשעחטען אלע יידען פון די גאנץ כדור העולם ח״ו מיט דעם שוואכען תירוץ פון גנבענען די מדינה פון די גנבים....
ציונות איז שוין טאקע א פארגנגנהייט אבער מדינת ישראל וואס איז בעצם ארץ ישראל , יא אונזער לאנד!!! אין נישט פון די ברברישע רוצחים ונואפים די אראבער די שונאי ישראל ימח שמם וואס האבן דאס געגנבעט פון אונז !!!
ארץ ישראל שטייט אין וועט שטיין לעולם ועד סאיז א מציאות --
אין די הייליגע שטאט ירושלים איז מאז ומקדם גיוועזען די הויפט שטאט פון אונזער הייליגען לאנד נאך אסאך יארן פאר אמריקה האט אויפגעשיינט אין אפילו נאך וואס אמריקה וועט אינטערגיין אין עס פאדערט זיך נישט איר הסכמה צו די אויבנדערמנטער מציאות וואס די רבש״ע האט אויסגעשטעלט אז ירושלים וועט שטענדיג זיין זיין ארט אין די הויפט שטאט פון זיין הייליג לאנד - כי בחר ה׳ בציון אוה למושב לו גייט אן אויך אן די הסכמה פון אמריקה אין אודאי נישט די צוהיצטע קאפ פון די ליידיגייערס אין נטורי קרטא חיזבאללא שלאפערס אין די נארישע מאושענס טאשען נישט קיין שום מציאות חוץ פון אביסל פאון פאר די פאר ליידאקעס וואס זוכען מיט וואס אונציפילען דעם שוויל טאג אין מקוה פון די נטורי קרטא שלעפערס 1 אזייגער נאכמיטאג אין זאלען האבן וואס צו שרייבען אויף די וועבזייטלעך
חוץ פון ציונות וייסען די שלעפערס גארנישט פון זייער לעבען צו זאגען נאר ציונות אין נאכאמאל ציונות ,פראטעסטען , הסגארע׳ס בעימע׳ס אין בלא בלא בלא וחוזר חלילה פון ווען משטייט אויף אינדערפרי (?)- אזוי 1-2 נאכמיטאג צייט היז 4-5 פארטאגס ווען די חברה שלעפערס ווערען שלייפריג פון די שווערע ארבייט פון פלאנירען אין פלוידערען פראטעסטען --מאושענס--פאשקוילען אין קייען זייער טינופת אין צואה רותחת פון די בלא בלא בלא׳ניקעס אין גארנישט אויפטהון מיטן צייט אין מיטן טאג אין מיט זיך אליינס
אמת די חברה זענען צורידערט אין צוקוקט אין וייט פון נארמאל אזוי וי די וייטקייט פון מוסקבה ביז סאן דיאגו אין אפשר נאך מער א צודרייטער בלייבט צודרייט אין דאס איז דאס!!!
בעצם וואס דארף איך שרייבען יעצט די גאנצע דרשה נאר צוליב אפאר בהמות אין משוגעים? בסה״כ א קבוצה פון צורידערטע שלעפערס?
נאר וואס די בראך איז אז מהרסיך ומחריביך ממך יצאו אין טאקע די פאר נטורי חיזבאללללה שלעפערס זענען די וואס וועקען אויף די שנאת ישראל אין די גאנצע וועלט!!!!!
יא נאר די משוגעים זענען שולדיג צו די אלע שפיכות דמים פון יידיש בלוט אין די גאנצע וועלט אין מיט דעם וואס משיידט זיך אפ פון ענק אין מזאגט אז די מהרסים אין מחריבים איז ״ממך יצאו״ זיי זענען אינדרויסען פון כלל ישראל אין נישט קיין חלק ה׳ עמו איז מען מסיר די שרעקליכען חילול ה׳ אין דאס איז די רצון ה׳ צו אויסשפייען פון אונזער קולטור די שונאי ישראל וואס זייעהן אויס כלפי חוץ וי אונז ערליכע יודען
ווי קען א איד וואס גלייבט אין די דרייצן אני מאמין'ס שרייבן אזעלכע ווערטער?!
ווי קען א איד וואס האט אביסל שכל אזוי טראכטן?!
דו שרייבסט: א"י געהערט פאר אונז יודן, נישט פאר די אראבער וואס האבן עס גע'גנב'ט פון אונז. וואס גייט פאר מיט דיר? האסט פארגעסן אז דער חורבן בית מקדשינו און די "גלינו מארצינו" איז נאר געקומען "מפני חטאינו"? דו ווייסט אפשר נישט אז ירמיה הנביא האט מוסר געזאגט פאר יודן אז ס'גייט קומען א חורבן ווייל מען פירט זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין?! האסט אפשר פארגעסן די פשוט'ע באדייט פון גלות וגאולה?!
ניין! נישט די אראבער האבן עס צוגענומען ארץ ישראל פון אונז!! אויך נישט נבוכדנצר הרשע! הקב"ה אליין האט אונז פארטריבן אין גלות, און נאר ער וועט אונז אויסלייזען פון דא! דאס איז פשוטע דיבורי אמונה! פארגעסט אז דו ביסט א איד?! אז אונז ווער מיר פון אייביג אן געפירט דורך השי"ת אליין? די אראבער האבן עס צוגענומען פון אונז??!! כפירה בגזירת הגלות, כפירה בהנהגת ובקיום עם ישראל, אט דאס איז די כפירה עמוקה וואס ליגט אין קליפת הציונות! ככל הגוים בית ישראל, נישטא קיין השגחה אויפן עם ישראל רח"ל, כוחי ועוצם ידי! מ'איז פארטריבען געווארן מחמת א סיבה צדדית, צוליב נישט שטארקע מיליטער, וכדומה.
פאר אונז אידן איז נישט קיין חילוק בכלל וועלכע אומה הקב"ה פירט אז זיי זאלן האבן בעלות אויף ארץ ישראל בזמן הגלות, דאס איז אלעס חשבונות פארן אויברשטען, מיר דארפן נאר אנעמען די גזירות הקב"ה, די גזירת הגלות, באהבה. מתפלל זיין אויף די גאולה, און בעטן אז ביז דערווייל זאלן אידן ווערן געהיטן פון הימעל פון אלעם בייזן, און וכל המינים כרגע יאבדו.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
איש עברי האט געשריבן:מיט רעספעקט צו אזעלכע וואס גייען אין די שיטה, אזלכע וואס האבן באשלאסן צו אריינלייגן זייערע כשרונות, ענערגיע, לייב און לעבן צו פארטיידיגן א שורה אגדתא גמרא אין מסכת כתובות, וואס זעכציג יאר האדעווען זיי די קינדער און מען איז זיי מחנך איבער די גרויסע סכנה פון די מדינה, אבער דאך פעהלט נישט אויס צו לייגן די אויגן אין זאמד און שרייען אז די גאנצע מדינה איז א ליצנות, עס איז פשוט נישט אמת.
אפילו אין די אויגן פון די גרעסטע קעגנער איז די מדינה איז ווייט פון א גלעכטער, עס איז א וועלטס וואונדער ווי א יונגע מדינה אין אזעלכע אוממעגליכע אומשטענדען האט באוויזן צו אויסשטייגן אלס א סעמי-אימפעריע, א ריז אין מיליטערישע ערפינדונגען, א ריז אין סטארט-אפ טעכנאלאגיע, פון די גרעסטע ביישטייערערס פאר אגריקולטור טעכנלאגיע, א קליין לענדעל מיט עטליכע נאבל פרייז געווינער, א מדינה אן קיין נאטורליכע אוצרות וואס זיצט ארומגענומען מיט שונאים פון אלע זייטן און פארט שפרודלט דארט א געזונטע עקאנאמי, און איז א מיטלגליד אין די oecd
פון אידישן שטאנדפונקט, א פאלק וואס האט זיך געהאלטן ביים אויסלעשן, שטיקער זענען געפאלן פון אידן סיי בגשמיות, און סיי ברוחניות, שמד אסימילאציע האט געהאלטן ביים ברענגען א סוף צו כלל ישראל, און אט איז אויפגעשטאנען א אידיש לאנד ווי מיליאנען אידן זענען שטאלצע אידן, דאס רוב פון די And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,אידן אין מדינת ישראל זענען רעליגיעז למחצה לשליש ולרביע, אנשטאט אמאל ווען איינער איז אביסל שוואך געווארן האט ער אויסגעדרייט זיין רוקן צו זיין אפשטאם האט די ציוניסטישע באוועגונג געברענגט א שטאלץ אפילו ביי פרייע אידן, עטליכע דורות פון מיליאנען אידן זענען אפגעראטעוועט געווארן פון אסימילאציע א דאנק די ציוניסטישע באוועגונג.
שוין אפגערעדט אז תורה אין אידישקייט בליהט אויף א אופןוואס מען האט נישט געזעהן זינט ימי חזקיהו המלך, אידן אין ארץ ישראל לעבן א חיים טובים, מען לערנט מען דאווענט אין מען שנארעט און מען לאזט זיך וואוילגיין אויפ'ן חשבון פון די מדינה, [און טאמער די מדינה געט א קרום מיט די נאז ארגאניזירט מען מאסן דעמאנעסטראציעס] ריזיגע חסידישע הויפן וואס זענען כמעט אפגעמעקט געווארן האבן ווידער אויפגעבליהט אין ארץ ישראל, איינער וואס זוכט צו פארגלייכן די אידיש לעבן אין ארץ ישראל צו סיי וועלכע אנדער פלאץ אין חוץ לארץ איז אומוויסנד אדער אראגאנט.
יא מיר אידן האבן א אנטוויקלטע זעלבסט-הומאר און עס איז לעגיטים צו כאפן א לאך אויף פארשידענע סורעאליסטישע און קאמישע ערשיינונגען וואס די מדינה האט געברענגט מיט זיך אבער פון דא ביז דערקלערן אז די מדינה "איז א געלעכטער און א שפאט" איז פאלג מיר א גאנג, און איינער וואס זאגט אזוי איז אדער נאריש, אדער אונגעפרעסן מיט א בלינדע שנאה.
איך וויל מיך בעיקר באציען צו וואס דו שרייבסט אז דו מדינה איז אויסגעוואקסען א ״אימפעריע״ בגשמיות וברוחניות.
בגשמיות איז נישט אינטירעסאנט אריינצוגיין, ווייל ס׳איז נישט מעלה ומוריד צו ס׳איז יא מצליח צי נישט, אויב עפ״י תורה איז עס נישט אויסגעהאלטן. נאר איין קליינע הערה: שרייבסט אז אפי׳ דו גרעסטע קעגנער פון דו מדינה זאגן נישט אז ס׳איז א ליצנות. מאידך גיסא, אפילו דו גרעסטע פריינט פון דו מדינה זאגן אז ס׳איז היינט גרויסע צרות, און אז דו מדינה שטייט אין א מצב וואס זי איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען! -להערה בעלמא, יעצט צום עיקר ענין.
דו שרייבסט:
און אט איז אויפגעשטאנען א אידיש לאנד ווי מיליאנען אידן זענען שטאלצע אידן...
שטאלצע? יא!...יודן? נעבעך, מזרע ישראל, תינוקות שנשבי(אפשר), וכו׳... וואס קען מען דען פארלאנגען, מ׳האט זיי דאך נישט מחנך געווען צו קיין שמע ישראל... אפשר האט דער אייבערשטער א נחת רוח פון זיי אויך...
דאס זענען דו שטאלצע אידן!!....
דאס רוב פון דו מדינה זענען רעליגיעז....עכ״פ למחצה לשליש ולרביע...
איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס מיינט ביי דיר ״רעליגיעז״, אפשר אז מ׳גייט צו דו בחירות און מ׳פאלגט דו ״חוב קדוש״ ....
לפי המציאות איז נישטא קיין דריטל פון די מדינה וואס זענען שומרי תורה ומצות, און אפילו ווייניגער פון דעם.
האט די ציוניסטישע באוועגונג געברענגט א שטאלץ אפילו ביי פרייע אידן....
אודאי א שטאלץ, אבער צו וואס?! צו לעבן א פרייע לעבן אן תורה ומצות, און זיך איינרעדן אז מיטן וואוינען דארטן איז ער א איד!
צו לעבן כגריעים שבאומות, און זיך איינרעדן אז א יוד הייסט ווער ס׳גהערט צו אט דו מדינה!
צו פיינט האבן יעדן ערליכן יוד עד להמית, און זיך איינרעדן אז ער איז פונקט אזא יוד, נאר ער האט גראדע נישט דעם ״מינדערוויכטיגען״ טיטל ״חרידי״!
השם ירחם אויף אזא ״אויפבלי״ וואס ״יודישקייט״ האט געהאט!!
און לאמיר טאקע זעהן דו גאנצע בילד, וויאזוי ציונות האט געראטעוועט יודישקייט!
אנגעהויבן ביי דו קיבוצים, ווייטער ביי דו מיליטער, דא פרשת ילדי תימן, דא ילדי טעהראהן, ילדי מאראקאו, יוסל׳ע שוכמאכער,
אריבער צו גזירות על הדת פון דו מדינה וואס ראטעוועט יודישקייט: גיוס נשים, חיטוטי שכבי, ניתוחי מיתים, תכנית הליבה, גיוס בני ישובות,
אינטירעסאנט דו מדינה האט פארגעסן איר תפקיד? צו ראטעווען אידישקייט!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קענסט אלע דיינע שטותים אריינפיטן אין איין שורה'לע '' אויף וואס איך האב נישט וואס צו ענטפערן איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין''.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
I'm back האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:קענסט אלע דיינע שטותים אריינפיטן אין איין שורה'לע '' אויף וואס איך האב נישט וואס צו ענטפערן איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין''.
פארפאלן @איך אויך, יו פרעקטיס ווהאט יו פריטש!
אבער וואס מאכט @קדש הילולים'ס ווערטער שטותים?
אז אן אראבער נעמט זיך אן פאר עם.
כ'האב געפרעגט פון @איך אויך פארוואס ער האלט אז @קדש הילולים'ס ווערטער זענען שטותים,
כ'האב נישט געבעטן דיר @I'm back צו ווייזן אז דו קענסט אויך! (מיר זעען אז דו קענסט! אין אכט ווערטער!!)
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
I'm back האט געשריבן:ביי אונז אידן, פירט מען זיך ארויסצוהעלפן איינער די אנדערע.
נאכן קוקן אייערע לעצטערע הודעות האב איך א פארדאכט אז דו ביסט א קרוב מיט@איך אויך (בבחינת 'קרוב אצל עצמו')
פארוואס ביזטו אזוי אבסעסט מיט מיר? דו האסט אזא האבי אריינצואווארפן נאך יעדע תגובה מיינע אז איך בין אן אראבער,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.