נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:14 am
מיט רעספעקט צו אזעלכע וואס גייען אין די שיטה, אזלכע וואס האבן באשלאסן צו אריינלייגן זייערע כשרונות, ענערגיע, לייב און לעבן צו פארטיידיגן א שורה אגדתא גמרא אין מסכת כתובות, וואס זעכציג יאר האדעווען זיי די קינדער און מען איז זיי מחנך איבער די גרויסע סכנה פון די מדינה, אבער דאך פעהלט נישט אויס צו לייגן די אויגן אין זאמד און שרייען אז די גאנצע מדינה איז א ליצנות, עס איז פשוט נישט אמת.
אפילו אין די אויגן פון די גרעסטע קעגנער איז די מדינה איז ווייט פון א גלעכטער, עס איז א וועלטס וואונדער ווי א יונגע מדינה אין אזעלכע אוממעגליכע אומשטענדען האט באוויזן צו אויסשטייגן אלס א סעמי-אימפעריע, א ריז אין מיליטערישע ערפינדונגען, א ריז אין סטארט-אפ טעכנאלאגיע, פון די גרעסטע ביישטייערערס פאר אגריקולטור טעכנלאגיע, א קליין לענדעל מיט עטליכע נאבל פרייז געווינער, א מדינה אן קיין נאטורליכע אוצרות וואס זיצט ארומגענומען מיט שונאים פון אלע זייטן און פארט שפרודלט דארט א געזונטע עקאנאמי, און איז א מיטלגליד אין די oecd
פון אידישן שטאנדפונקט, א פאלק וואס האט זיך געהאלטן ביים אויסלעשן, שטיקער זענען געפאלן פון אידן סיי בגשמיות, און סיי ברוחניות, שמד אסימילאציע האט געהאלטן ביים ברענגען א סוף צו כלל ישראל, און אט איז אויפגעשטאנען א אידיש לאנד ווי מיליאנען אידן זענען שטאלצע אידן, דאס רוב פון די אידן אין מדינת ישראל זענען רעליגיעז למחצה לשליש ולרביע, אנשטאט אמאל ווען איינער איז אביסל שוואך געווארן האט ער אויסגעדרייט זיין רוקן צו זיין אפשטאם האט די ציוניסטישע באוועגונג געברענגט א שטאלץ אפילו ביי פרייע אידן, עטליכע דורות פון מיליאנען אידן זענען אפגעראטעוועט געווארן פון אסימילאציע א דאנק די ציוניסטישע באוועגונג.
שוין אפגערעדט אז תורה אין אידישקייט בליהט אויף א אופןוואס מען האט נישט געזעהן זינט ימי חזקיהו המלך, אידן אין ארץ ישראל לעבן א חיים טובים, מען לערנט מען דאווענט אין מען שנארעט און מען לאזט זיך וואוילגיין אויפ'ן חשבון פון די מדינה, [און טאמער די מדינה געט א קרום מיט די נאז ארגאניזירט מען מאסן דעמאנעסטראציעס] ריזיגע חסידישע הויפן וואס זענען כמעט אפגעמעקט געווארן האבן ווידער אויפגעבליהט אין ארץ ישראל, איינער וואס זוכט צו פארגלייכן די אידיש לעבן אין ארץ ישראל צו סיי וועלכע אנדער פלאץ אין חוץ לארץ איז אומוויסנד אדער אראגאנט.
יא מיר אידן האבן א אנטוויקלטע זעלבסט-הומאר און עס איז לעגיטים צו כאפן א לאך אויף פארשידענע סורעאליסטישע און קאמישע ערשיינונגען וואס די מדינה האט געברענגט מיט זיך אבער פון דא ביז דערקלערן אז די מדינה "איז א געלעכטער און א שפאט" איז פאלג מיר א גאנג, און איינער וואס זאגט אזוי איז אדער נאריש, אדער אונגעפרעסן מיט א בלינדע שנאה.