בלאט 3 פון 6

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:49 am
דורך פישלע העררינג
עס איז א כבוד און א טשאלענדזש צו דינען דעם חשוב'ע עולם אלץ גבאי חודש. יהי נועם ד"א במעשה ידינו, ומעשי ידינו כוננה עלינו. ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 7:47 am
דורך פלעין יודיש
מיטן שטעלן פישעלע אלס גבאי אפשר וועלן מיר דעם חודש זוכה זיין צו חנוכה קאווע בלעטער
איינער געדענקט נאך?

פישעלע אז די ביסט שוין דא, זיי דא אינגאנצן
חדש ימינו כקדם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:53 am
דורך פישלע העררינג
פלעין יודיש האט געשריבן:פישעלע אז די ביסט שוין דא, זיי דא אינגאנצן
חדש ימינו כקדם

אויפגעבן דער דזשאב? ארויסמופען פון די היים פאר א חודש (חנוכה פארטי'ס מאכט עס אביסל פראבלעמאטיש :roll: )? וואס מיינט "אינגאנצן"?

קאווע שטיבל ברויך זיין א מקום ווי עס איז רואיג, אביסעלע נייעס, אביסעלע קריטיק, אביסעלע בויכוויי, דא און דארט פאלט מען אריין דורכ'ן טאג. מען שרייבט עפעס, מען ליינט עפעס, און צוריק צום לעבן. עס טאר נישט ווערן ביי קיינעם א "אינגאנצען דא". איינער וואס ווערט אדיקטעד צו קאווע שטיבל אויף גענוג ווייט אז עס נעמט איהם איבער זיין לעבן, ברויך קריטיש וויכטיג זעהן א פסיכיאטער, ווייל סונער אר לעיטער וועט זיין לעבן גיין אגאנג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:11 pm
דורך יואב
דאס בין איך יואב, ס'איז מיך א כבוד צו באדינען דעם עולם. כ'האף אז כ'וועל פאר קיינעם נישט דארפן שאפן צער און עגמת נפש, און איך האף אז כ'וועל נישט ברויכן זיין אזא איינער וואס וועט באשולדיגט ווערן אין האבן מתיר געווען דאס וואס איז אסור און גע'אסר'ט דאס וואס איז מותר. מיין ציל איז אך ורק צו הייבן דעם ניווא פון אונזער קהילה, און ביישטייערן צו דער פארבעסערונג פון דעם זייטל. איך וויל, און איך גיי בל"נ לייגן א באזונדערן דגוש אויף די תורה ודעת פארומען זיי זאלן נישט סובל זיין אזופיל הבלים, אומערוואקסענע אטאקעס און סתם דברים שלא מן הענין וועלכע געהערן אין בעסטן פאל אין צימעס אדער שמייכל. אויב עמיצער באמערקט אזא אנשטויס און איך בין נישט דארט, זאל נישט האזאטירן מיך צו אישי'ן, איך וועל בעזר ה' פראבירן זען וואס איך קאן טאן.

גלייכצייטיג וויל איך באגריסן מיין קא-ווארקער ערעב פישלען – אם פישל כאן הכל כאן. ויהי רצון שלא יצא מכשול מתחת ידינו.

All the best.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:07 pm
דורך שעפטל
איבערגעגעבן אין גוטע הענט... (א ברירה האב איך געהאט???)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:26 pm
דורך איך אויך
שעפטל ,אויב די מסירה איז נישט געווען מרצונך הוק דיך אן מיט הרב ירא שמים ער קען נאך אפשר ראטעווען די מצב.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:41 pm
דורך שעפטל
זיך גענוג געמיטשעט... ס'ליגט אין בעסערע הענט יעצט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:02 am
דורך קעלנער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש טבת:
[tag]נח בער[/tag]
[tag]אבטולמוס[/tag]

ראובן איז ברייט באקאנט אין שטיבל, און דארף נישט קיין אינטראדאקשען. נח בער איז נישט אזוי באקאנט, ווייל ער האט נישט אזוי סך געשריבן דערווייל. אבער נח בער האט שוין אין די פארגאנגענהייט אויסגעשטרעקט זיין האנט ארויסצוהעלפן, און האט יעצט באוויליגט צו נעמען אויף זיך גבאי חודש פאר חודש טבת.
מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:21 am
דורך נח בער
ווען מיר האבן איבערגעשמועסט דעם תפקיד פון ווערן גבאי און צוהעלפן אזא טייער פלאץ ווי עס איז "קאווע שטיבל" האבן מיר עס אנגעבליקט אלס אן עהרנפולער דזשאב וואס איז א כבוד צו דינען אין דער אמט. יעצט אנטוענדיג די גבאות קליידער האט א ציטער און יראת הכבוד מיר איבערגענומען.

דערזעענדיג ווער עס איז מיין שותף אין דער ארבעט, נישט קיין צווייטער ווי דער גאר רעספעקטפולער "ראובן", דער וואס האט מיינע ידיעות דערקוויקט און בארייכערט אויף ריזיגע נומערן, איז דער ציטער געמישט געווארן מיט פרייד אז מיר זיצן נעבן אזא אדם גדול.

מיר האפן צו ערפילען בשלימות דאס וואס מיר האבן אנגענומען און ערנסט אויספירן דער שליחות צו אלעמענס צופרידנהייט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:25 am
דורך כוכב
אי מלכא אנא - עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי? (גיטין נ''ו א')

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:07 am
דורך לעיקוואד
פאלט מיר איין א חקירה, וויאזוי מאכט די הנהלה זיכער אז די צוויי גבאים זענען טאקע צוויי אנדערע מענטשען?
כ'רעד נישט ספעציפיש, סתם בכללות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:10 am
דורך אבטולמוס
עס איז מיר א כבוד אריינצוטרעטן אין די גרויסע שיך פון די וועלכע זענען געקומען פאר מיר, און ארויסהעלפן ככל יכולתי. כ'פארשפרעך צו ארבעטן ביושר ובצדק, און נישט אוועקגעטראגן ווערן מיט אייגענע נגיעות.

כ'ווייס נאך נישט פינקטליך מיינע רעכטן, אבער כ'וועל פרובירן ארויסצוהעלפן וועמען אימער מיט וואס איך קען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:32 am
דורך מאטי
לעיקוואד האט געשריבן:פאלט מיר איין א חקירה, וויאזוי מאכט די הנהלה זיכער אז די צוויי גבאים זענען טאקע צוויי אנדערע מענטשען?
כ'רעד נישט ספעציפיש, סתם בכללות.

די הנהלה ווייסט דורך די איי פי אדרעס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:54 am
דורך דריידל
הוא קעירס אויב ס'איז דער זעלבער מענטש, ווילאנג די ארבעט ווערט געטון.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:57 am
דורך שמעקעדיג
און ביי דע וועי, לעיקוואד, דעס איז א פשוט'ע שאלה, נישט קיין "חקירה" ;)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:26 am
דורך איך אויך
דיזע חודש אויסוויילן זענען סורפרייזענד משני הצדדים ,מצד אחד איז טאקע נישט צו פארשטיין ווי אזא חשובע ניק ווי ראובן באקומט ערשט יעצט דאס בענקל ומצד שני דער אנדערער בן בלי שם איז אויך א סורפרייז (אחוץ אויב ער איז פשוט איינע פון די הוקט אפ חברה'ס צווייטע ניק).

זאלן זיי ביידע האבען מוטשאס הצלחה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:43 am
דורך מאטי
איך אויך האט געשריבן:דיזע חודש אויסוויילן זענען סורפרייזענד משני הצדדים ,מצד אחד איז טאקע נישט צו פארשטיין ווי אזא חשובע ניק ווי ראובן באקומט ערשט יעצט דאס בענקל ומצד שני דער אנדערער בן בלי שם איז אויך א סורפרייז (אחוץ אויב ער איז פשוט איינע פון די הוקט אפ חברה'ס צווייטע ניק).

זאלן זיי ביידע האבען מוטשאס הצלחה.

בקיצור, אז מ'עוורעדזשד אויס ביידע אויסוואלן הערט זיך דאס יא ווי א נארמאלער אויסוואל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:06 pm
דורך שלמה המלך
גבאי הולך וגבאי בא והשטיבל במקומו עומדת....
געוואלדיג די אייגענארטיגקייט פון די מנהל מיט די חודש'ליכע גבאים... א נאבעלע ארבייט!
יש"כ
שלמה מלך ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:52 pm
דורך ידען
ווער סע מיינט אז סיז מער אזא כבוד זאך האט א טעות. די גבאים קענען דערציילען (נאך די חודש) אז סיז נישט אלץ אזוי גרינג. א סאך מאל מיז מען גיין צווישען טראפען אז יעדער זאל זיין צופרידען.

בציקער, סיז נישט א טייטעל וואס מע געט פאר די מער חשובע שרייבער. סיז א ארבעט. און סיז א ריזיגע העלפ פאר אונזערע פלאץ דא. א גרויסע ישר כח פאר אלע גבאים פון פריער און פון יעצט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:28 am
דורך לית דין בר נש
ר' נח בער איך זיי גראדע אז די ביסט ב"ה אן אקטיווע גבאי און די טוסט דיין דזשאב בנאמנות. און יישר כח פאר דעם

אבער איך וואלט געוואלט בעטן אויב ביסטו שוין יא דא פארוואס זאלסטו אונז נישט אביסל מהנה זיין פון דיין שרייב ווערק?

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:29 am
דורך קעלנער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש שבט:
[tag]ברסלבער[/tag]
[tag]פישלע העררינג[/tag]

דארף מען עפעס צולייגן ווען מ'רעדט פון אזעלכע קאנאנען?

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:45 am
דורך איך אויך
פיין שיין אבער פישעלע האט שוין געהאט א טוירן ,קען זיין ער האט געזאגט ער איז ערשטע אין ליין פאר דאבעלס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:47 am
דורך ישמעאל הכהן
ער איז נאך נישט געווען גבאי מיט זיין נייע ניק אנעם שטרעכל