בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:43 pm
דורך געוואלדיג
שוין האבן מיר ישראל שניידער קעגן בי"ד פון העדה החרדית, לכאורה איז ער גערעכט, נישטא ווער עס זאל לאכן.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:56 pm
דורך פלעין יודיש
א באנדע מטורפים די אלבוים'ס
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:04 pm
דורך חסידי לאומי
פלעין יודיש האט געשריבן:א באנדע מטורפים די אלבוים'ס
אז די אטאקירסט און ביסט מוציא לעז אויף א חשובע משפחה בישראל וואס זענען שוין יארן זיך מוסר נפש פאר כבוד שמים, זיי על כל פנים מסביר אויף פלעין יודיש פארוואס די ביסט געקומען צו די החלטה? אונז וועלן שוין עקסטער באשליסן צו מיר זאלן מקבל זיין דעם לשון הרע
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:12 pm
דורך ישראל קאפקע
חסידי לאומי האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:1967 ווען ארץ ישראל איז געווארן אטאקירט האבן זיי איינגענומען הר הבית ומשום זה באלאנגט עס דוקא פאר מנצח כמבואר בהלכות אונטערנאציאנאל
???
ביידע טיילן זענען אן דעקונג.
ד"ר ז'אק גוטיאר איז שוין מבאר א לאנגס און א ברייטס וועגן די סטאטוס פון ירושלים לפי חוק הבינלאומי
איך גיי זיך נישט באצוען צו וואס ער זאגט יא (אז עס געהערט באמת יא פאר מדינת ישראל, צוליב פריערדיגע דעקלעראציעס)
נאר וואס דו זאגסט אז עס געהערט פאר מדינת ישראל וויל זיי האבן עס איינגענומען אין קריג. קלאר אז ער זאגט דאס נישט.
אדרבה ער זאגט דארט פונקט פארקערט, ביז די צוואנציגסטן יארהונדערט האט א לאנד געקענט איינעמען שטחים דורך געווינען אין קריג. נאך די ערשטע וועלט קריג האבן די וועלט מאכטן אראפגעשטעלט אינטערנאצינאלע געזעץ (אויף די אינסיסטנס פון די דעמאלטיגע אמעריקאנער פרעזידענט, דאכט זיך ווילסאן) אז א לאנד קען 'נישט' האלטן שטחים וואס מען געווינט אין קריג.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:04 pm
דורך חסידי לאומי
איך וויל נישט אריינגיין דא טיף אין די גאנצע סוגיא ווייל דאס וועט פארדרייען די שמועס נאר אריינווארפן אז די חילוק איז צו ס'איז אן אגרעסיווע קאנקוועסט אדער א פראטעקטיווע קאנקוועסט ווי אין 67
http://www.britannica.com/EBchecked/top ... 8/conquesthttp://en.wikipedia.org/wiki/Right_of_conquesthttp://en.wikipedia.org/wiki/Acquisition_of_sovereigntyזה דברי האחרונים בענין זה כאן
אז די ווילסט עפען נאך א אשכול אודות דיון זה ושם נרחיב בעז"ה
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:36 am
דורך פלעין יודיש
חסידי לאומי האט געשריבן:פלעין יודיש האט געשריבן:א באנדע מטורפים די אלבוים'ס
אז די אטאקירסט און ביסט מוציא לעז אויף א חשובע משפחה בישראל וואס זענען שוין יארן זיך מוסר נפש פאר כבוד שמים, זיי על כל פנים מסביר אויף פלעין יודיש פארוואס די ביסט געקומען צו די החלטה? אונז וועלן שוין עקסטער באשליסן צו מיר זאלן מקבל זיין דעם לשון הרע
געב א קיק אין דיקשענארי וואס איז די אפטייטש פון "מטורף" אין יודיש און ס'וועט דיר אפטייטשען א פארטיגע משפחת אלבוים...
א חשובע משפחה בישראל, מוסר נפש פאר כבוד שמים??? זאג מיר ביזטו נארמאל??? אפן קאפ געפאלן??? אך און וויי פאר אזא כלל ישראל וואס דאס זענען זייער חשובע, כבוד שמים? אפילו פאר א בשר ודם איז א בושה אויב דאס איז זיין כבוד.
אין בעלזא וויל מען זיי שוין לאנג זען אינדרויסען, זיי געבן גאר נישט צו, ס'פארשעמט נאר די פנים פון אזא הערליכע גרויסע חסידות מיט זייערע ציווילדעוועטע אקטן.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:42 am
דורך איש את רעהו
חסידי לאומי האט געשריבן:פלעין יודיש האט געשריבן:א באנדע מטורפים די אלבוים'ס
אז די אטאקירסט און ביסט מוציא לעז אויף א חשובע משפחה בישראל וואס זענען שוין יארן זיך מוסר נפש פאר כבוד שמים, זיי על כל פנים מסביר אויף פלעין יודיש פארוואס די ביסט געקומען צו די החלטה? אונז וועלן שוין עקסטער באשליסן צו מיר זאלן מקבל זיין דעם לשון הרע
זיי פארשעמן יעדן חסידישע איד אין די וועלט
זיי רייצן אן יעדע היציגע גוי קעגן חסידים און אידן איבעראל
מיט וועלכע רעכט האסטו די העזה פארצוהאלטן איינער וואס געט אויס זיין ווייטאג
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:43 am
דורך חסידי לאומי
@פלעין יודיש
במחילת כבודך האסטו בלויז געמאלן וואסער, געווארפן ליידיגע סלאגאנען און גארנישט צוגעגעבן.
@איש את רעהו
וויאזוי פונטליך פארשעמן זיי? זיי מסביר, מיין הארץ ווערט דוקא אנגעפילט מלא גאוה, אז עס איז נאך דא אפאר חסידישע יודן וואס קענען גיין אנטקעגן די שטראם, בלויז ווייל עס ארט זיי כבוד שמים לאוקמי שכינתיה מעפרא, בלויז ווייל עס באדערט זיי אז קודשא בריך הוא ושכינתיה איז האומלעס, אינדערצייט וואס רוב רביים זענען פארנומען בויען זייערע חסידישע הויפן, זענען זיי עוסק מיט פארשפרייטן הלכות בנין בית הבחירה ועבודת הקרבנות.
אינדערצייט וואס געוויסע יודן דאווענען און וויינען מיט קראדאקיל טרערן והשב כהנים לעבודתם אבער וועלן נישט גיין ווייטער לשמור ולעשות אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער, שטייען דא יודן שוין קרוב צו 50 יאר מיט מסירת נפש ממש און אטעמען די מצוה פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, קומט זיך א צוצוקעל און דערוואגט זיך זיי צו רופן מטורפים אן קיין שום בעקינג??? הזאת נעמי???
קוק אביסל אריין אין זייערע גליונים יבנה המקדש ועוד קונטרסים מלא וגדוש מיט תורה הלכה ועוד תורה ועוד הלכה, אינדערצייט וואס זייערע קעגנערס די סיקרוקים הענגן ליידיגע פלאקאטן וואס שרייט נאר רוצחים.
די גוים ווערן אסאך מער אנגערייצט פון די ווילידזש אין מאנראו אדער פון די לענדלארטס אין וויליאמסבורג דרייט נישט דעם קאפ. איעדער רעכט דענקערער מענטש ווארט אויפן מינוט וואס די יודן נעמען צוריק דעם הר הבית און בויען א בית תפלה לכל העמים, א בית שמשם יצא אור ואויר לכל העולם כולו
די איבריגע ישמעאלים ועוד העטערס זענען סייווי אנטיסימיטען און נוצן הר הבית אלץ א תירוץ.
און בכלל זייט ווען לעבן מיר אין א וועלט ווי מ'טוט נישט זאכן וואס איז רייט ווייל מ'גייט אויפרעגן א גוי?? ווילסט מיט מיר דורכגיין גאנץ תנ"ך און מיר זאגן ווי די טרעפסט אזא מין קאנסעפט? האסט געהערט פון חנוכה, חשמונאים, יוונים? רינגס א בעל?
אפילו הרב פישר זצל פון די עדה החרדית האט געהאט פאר הרב אלבוים גרויס דרך ארץ, און אפילו האדמור מבעלז שליטא האט זיי נישט ארויסגעווארפן פון בעלז כל אלו השנים טאקע ווייל דער רבי ווי שטארק ס'שמעקט אים נישט איז ער מלא רעספעקט פאר אזוילכע הייליגע יודן.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:44 am
דורך איש את רעהו
חסידי לאומי האט געשריבן:@פלעין יודיש
במחילת כבודך האסטו בלויז געמאלן וואסער, געווארפן ליידיגע סלאגאנען און גארנישט צוגעגעבן.
בכלל נישט ליידיג
מיר האט עס יא צוגעגעבן
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:11 pm
דורך געוואלדיג
נו האמיר שוין צוויי, די אלבוים'ס מיט ישראל שניידער...
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:20 pm
דורך איך אויך
כ'האב געווארט צו זעהן ווער עס גייט זיין דער ערשטער אהערצוברענגן די שרעקליכע התגרות באומות פון די ס''ח בקעי דשעי און ווילי אבער איינס כ'שרט נישט דעם צווייטן זו נבילה וזו טריפה .דאס אז סאטמאר פראקצירט טאג טעגליך וואס איז בפשטות די ערגסטע און לענגסטע התגרות באומות זייט בריאות העולם מאכט נישט אלבוים פאר א קלענערע מטורף ,נאכדערצו אז זיי נעמען מיט קליינע קינדער.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 6:35 pm
דורך חסידי לאומי
לשיטתך ווערט עס שרייבט אויף ביידע מטורפים קען לכאורה גאנץ מעגליך זיין גערעכט אויב וועט ער צושטעלן באווייז
דערווייל
ווער עס שרייבט נישט אויף ביידע נאר אויף איינעם איז נישט גערעכט
ווער עס שרייבט אן מסביר זיין איז אויך נישט גערעכט
יעצט זיי די ביטע מסביר די מצוה פון שלא להתגרות באומות בטוב טעם ודעת, מיר ווארטן צו הערן
דער פותח האשכול האט געמאכט געלט...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 9:45 pm
דורך Buddy
אזוי זיך ארויסצודרייען פון אפענע מקורות אויף חיוב עליה אין די ספרי השו"ת, און די חיוב כיבוש מתוך מצוות התורה?
די מציאות הייבט אן צו קלאפן...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 10:50 am
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rMA46ZUQ7MQ[/youtube]
Re: אידן אויפ'ן הר הבית?!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 11:24 am
דורך mevakesh
Buddy האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rMA46ZUQ7MQ[/youtube]
תרגום חופשי
השר ארדן: היות שנכשלתי פעמיים בבחירת מפכל אני מבקש להישאר רלוונטי לקראת הפריימריז על ידי ההכרזה שצריך לשנות הגבלת היהודים בהר הבית
Sent from my XT1060 using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 3:30 pm
דורך Buddy
איבערבליק
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:27 am
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Tqe3w_JctEM[/youtube]
בעיסיק היסטארי
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2019 9:39 pm
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_8Z4c3OqRnw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 11:55 am
דורך Buddy
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 1:43 pm
דורך Buddy
נאר
דא ווערט געברענגט אוטענטיש וידיאו
א בענקעניש....
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 9:06 am
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PSZHt49o8Rk[/youtube]