בלאט 3 פון 13
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:26 pm
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:פארוואס מישטי אויס macromutation מיט mutation micro
גראדע האט 'סודני' נישט גערעדט פון mutation בכלל, דו האסט אים אביסל שלעכט פארשטאנען. אבער אז דו ברענגסט דאס שוין אויף, דאס איז אויך א גרויסע טעות ביי עוואלושען לייקענער דאס אפטיילן macromutation פון micromutation (הגם גולדשמידט'ס טעאריע שלאגט יא פאר צוויי עקסטערע פרוצעדורען, אן אפגעפרעגטע שיטה נישט כדאי מאריך צו זיין דערוועגן, ס'איז ממילא נישט דאס וואס דו ציעלסט צוציקומען). אין פאקט איז macroevolution נישט מער ווי א רעזולט פון microevolution. ס'איז בכלל נישט דא במציאות א פאזע פון אריבערגאנג פון איין מין צו א צווייטע אין large scale, פאר א קורצע אילוסטראציע עיין
דאאגב, דאס איז איינס פון די שטארקע סיבות פארוואס biologists האבן שיינערהייט אפגעווארפן Kent Hovind'ס
פערטל מיליאן דאלער challenge ווייל ער פארלאנג איבערצוווייזן א process פון macroevolution ווען זיי האלטן בכלל נישט פון אזא זאך. א ברייט פארשפרייטע שפיצל פון שווינדלער אריינצוצווינגען דעם צד שכנגד אין א וויכוח ווען דער שווינדלער שטעלט פאר "ביידע זייטן" ווען באמת זענען ביידע נישט וואס יענער האלט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:43 pm
דורך הקטן
איך זעה און א געוויסע פוינט און די קליפ ווייזט ער אז די סטעק האט יא א פרשת דרכים.
איז נישט דא קיין קלארע חיליק פין איין סארט ספישי צו די אנדערע?
אויב יא, האט מען געטראפן ספישיס וואס מארפען איינס אריין אין די אנדערע ? (איך שטעל זיך פאר אז דאס וועט ווייזען macro)
אדער זאגט מען לא ראיתי אינה ראיה - ומכלל טעאריא לא יצא
Critics argue that the offer is merely a publicity stunt designed to be impossible to win because it requires the claimant to disprove all possible theories for the origin of species, no matter how ridiculous.[97] His FAQ states that claimants must "prove beyond reasonable doubt that the process of evolution ... is the only possible way the observed phenomena could have come into existence.
"]
פארוואס האב איך געמיינט אז די וואס זענען זיך תולה אויף עוועלאציע האבן נישט קיין פארבלעם צי ברענגען ראית אז דאס איז דער איינציגער וועג.
אויב גייען מיר דן זיין וואס איז אפשר מעגליך אבער זייער ridiculous וואלט איך געזאגט אז דאס ערשטע פלאץ נעמט אוועלאציע
לדעתי (ניין, איך האב נישט קיין phd) איז intelligent design פיל מער plausible אלס א מהלך וואו אזוי עס זאל ווערן סדר פין אי-סדר
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:32 am
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:איך זעה און א געוויסע פוינט און די קליפ ווייזט ער אז די סטעק האט יא א פרשת דרכים.
איז נישט דא קיין קלארע חיליק פין איין סארט ספישי צו די אנדערע?
די פרשת דרכים וואס ער ווייזט דארט אן איז וואו עס צוטיילט זיך די דורות פון ווי עס שטאמען היינט פיש און מענטשן למשל. (נאך א נארישע קשיא וואס לייקענער האבן ליב צו פארווארפן מיט א תמימות'דיגע פנים "אויב ס'איז אמת אז נאך צוויי הונדרעט מיליאן יאר ווערט פון פיש מענטשן דאן פון וואו איז נאך היינט דא פיש צו באקומען?")
איז נישט דא קיין קלארע חיליק פין איין סארט ספישי צו די אנדערע?
אויב יא, האט מען געטראפן ספישיס וואס מארפען איינס אריין אין די אנדערע ? (איך שטעל זיך פאר אז דאס וועט ווייזען macro)
נאכאמאל, חילוקים איז דא פון דיר ביז דיין טאטע, פון מיר צו מיין קליינע טאכטער, פון מיין עלטער באבע ביז רש"י הקדוש'ס רעבעצין און פון איר ביז דוד המלך געוויס. ס'איז נאר צו א קליינע חילוק פונקטליך צו ווייזן מיט די פינגער אן אריינגיין אין די קליינע דעטאלן פון anatomy בכלליות און microbiology בפרטיות, וואס דארטן זעהט מען שוין איינמאל א דיפערענס. (די איינציגסטע large scale mutation וואס מ'קען ווען יא אבזאווירן מיט די פליישיגע אויגן איז "דער גולם פון פראג", טאר מען דאך אבער נישט ארויפגיין אויפן בוידעם..)
ומכלל טעאריא לא יצא
איך מיין אז ווען איינער מאכט א חשבון אז אויב 'צוויי מאל דריי פלוס איינס' איז 'זיבן' דעמאלס מוז זיין אז 'מיליאן' מאל 'צוויי מאל דריי פלוס איינס' איז 'זיבן מיליאן', זאגט מען נישט אויף דעם "מכלל טעאריא לא יצא".
דארפסט פארשטיין די חילוק פון hypothesis ביז theory. איינשטיין'ס general theory of relativity איז אויך א theory, עם כל זה ארבייט מיין
GPS מיט א הערליכע פונקטליכקייט.
פארוואס האב איך געמיינט אז די וואס זענען זיך תולה אויף עוועלאציע האבן נישט קיין פארבלעם צי ברענגען ראית אז דאס איז דער איינציגער וועג
שפיר זיך נישט שלעכט, דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט די טעות, ס'איז אבער א טעות. אויף אן ענדליכער ענין צו דעם שרייבט קארל סעגאן ז"ל אין Cosmos
[left]science works. It is not perfect. It can be misused. It is only a tool. But it is by far the best tool we have, self-correcting, ongoing, applicable to everything[/left]
לדעתי איז intelligent design פיל מער plausible אלס א מהלך וואו אזוי עס זאל ווערן סדר פין אי-סדר
נאך אן עירוב פרשיות שנו כאן. intelegant design וויכוח קומט אריין ווען מ'טענה'ט זיך איבער די origin of life, וואס evolution אדער the origin of species איז אנגאנצען נישט דא צו באהאנדלן. איינמאל ס'איז שוין דא life, אז evolution זאל אריינקומען אין בילד פעלט נישט אויס קיין intelligent design פאר natural selection צו גיין א גאנג. והדברים פשוטים.
נאך א זאך, ביי די וויכוח איבער the origin of life און the first cause איז אויך intelligent design בכלל נישט קיין אלטערנאטיוו צו אנדערע השערות. ס'איז שווער אריינצוגיין אין דיונים, ס'קען זיך גרעניצן מיט כפירה. נאר צו דערמאנען אז פון א וויסענשאפטליכען קוק ווינקל איז intelligent design פונקט אזא תירוץ ווי איינער זאל אוועקשטעלן אז די first cause איז Pk#22*0000065H~55, און ווען מ'פרעגט אים וואס דאס דארף צו מיינען טענה'ט יענער אז מ'קען עס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז א זאך וואס מ'קען נישט פארשטיין מיט א מענטשליכע שכל, בערך אזוי. science גיבט זיך נאר אפ מיט "וויסענשאפט" וואס דער מענטש קען "וויסן" (science איז דער לאטיינישער ווארט פאר וויסענשאפט), אמונה איז פאר דברים שלמעלה משכל האנושי, מ'קען נישט מישן די צוויי.
נאך א ליניע פון קארל סעגאן אויף science איז
[left]It has two rules. First: there are no sacred truths; all assumptions must be critically examined; arguments from authority are worthless. Second: whatever is inconsistent with the facts must be discarded or revised. We must understand the Cosmos as it is and not confuse how it is with how we wish it to be[/left]
נאכאמאל, science לחוד ואמונה לחוד, ס'איז צוויי אנדערע וועלטן (ס'איז דא אויף דעם ספעסיפישען סוגיא מאמרים פון פרופסור ישעיהו לייבוביץ' ז"ל, ס'איז דא אויך א קליפ אויף YouTube פון מאניס פרידמאן, כ'ברענג עס נאר נישט אראפ ווייל איך בין מחולק מיט געוויסע פרטים אין זייערע הסברים און איך וויל זיך נישט דא אריינלאזן אין די נושא. אויב דיר אינטערסירט עס קענסטו בעטן ביי Google זאל די דערלאנגן די סחורה).
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 8:44 am
דורך הקטן
איז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 9:11 am
דורך ישראל קאפקע
הקטן האט געשריבן:איז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
א גוטע שאלה, איינער האט אן ענטפער?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 10:04 am
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:איז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
מיטן גאנצען רעספעקט, פון די קשיות און טערמינען וואס דו נוצט האב איך א חשש אז דו האסט צו ווייניג געליינט איבער אוועלוציע, אפשר בכלל נישט, נאר אין די ביכער פון די וואס שטעלן אוועק א נארישע טעאריע כאילו דאס איז אוועלוציע כדאי צו קענען איבערווייזן אז זיי האבן כביכול אפגעוואנדן די גאנצע אוועלוציע (ס'דא גענוג פון די חברה, ביי יידן און נישט יידן צוגלייך).
אין קורצען, די תירוץ איז א גרויסע יא. נישט נאר "ס'איז דא", נאר יעדע מין חי (צומחים בכלל) וואס איז דא און איז נאר אמאל געווען האט אין זיך חלקים פון ארויף און חלקים פון אראפ. יעדער מין איז אן אריבערגאנג פון איין מין צו א צווייטע מין. נאר אין קלאסיפעקאציע גיבט מען נישט א נאמען "מין" פאר יעדען דור ודור. ווי אזוי יא, דאס איז א סוגיא פאר זיך.
איך לאדען אייך איין צו אנפאנגען לערנען אוועלוציע פון די ביאלאגישע זייט פונעם וויכוח, אביעקטיוו און אנשטענדיג, אויב זענט איר נייגעריג צו וויסן וואס דער מדובר איז בכלל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 10:24 am
דורך הקטן
אויב פארשטיי איך וואס דו זאגסט, איז דאס אז עוועלאציע איז וואו א פילם מיט פיל פיל פרעמס וואס אין דעם ערשטע פרעם זעט מען דער מענטש שלאפט און 10000 פרעמס שפעטער טאנצט ער ביי א חתינה. גערעכט?
יעצט פרעג איך, זענען די 10000 פרעמס דא אין פאסילס?
אויב פעלט - וויפיל פעלט? און פארוואס?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 11:17 am
דורך יאיר
הקטן האט געשריבן:איז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
עס איז קיינמאל נישט געווען א באשעפעניש וואס איז האלב פיש און האלב פייגל, ווייל זיי זענען אפגערוקט מיט הונדערטער מיליאנען יארן, און ציען גאנץ אן אנדער יחוס. די
אור עלטערן פון אונזערע פיש שטאמען נאך פון די קעמבריען עקספלאזיע, בעת פייגלעך זענען אייניקלעך פון די דיינעסארס. אבער אויב דו ווילסט דוקא עטליכע transition fossils, באקען דיך מיט דעם באפליגלטן, קליינעם דיינעסאר,
ארקעפטעריקס, דער ווארשיינליכער זיידע פון אונזערע פויגל. אויב א סקעלעטאן איז דיר נישט גענוג, מאך דיך היימיש מיט דעם
לונגפיש להבחל"ח, א פיש וועלכער קען אטעמען מיט די לונגען אינדרויסן פון די וואסער, אזוי ווי מאמאלס.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:21 pm
דורך הקטן
די פיש איז נאר דער משל.
פין מיין רעבעצן ביז צי רש"י'ס רעבעצן האב איך א ספר יוחסים
מיין שאלה איז צי די לינקס פין איין באשעפעניש וואס אינז ווייסען אז דאס איז געווען פאר א טרילען יאר ציריק, ביז צים היינטיגע אור אייניקעל, וואו למשל יארס טראלי, וויפיל פין די לינקס זענען פרעזערוועט
וויפיל פין די לינקס זענען דא
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:29 pm
דורך יאיר
דאס איז א באזונדערע שאלה. פריער האסטו געוואלט וויסן אויב עס איז בכלל דא פאסילס וואס זענען אין די transition area, האב איך געגעבן עטליכע דוגמאות, און עס זענען פארהאן נאך. דיין יעצטיגע טענה איז אז ס'זענען דא צו גרויסע לעכער אין די פאסיל רעקארד, וואס דאס ווייזט אז אן אינטעליגענטער דעזיינער האט געמוזט אריינטאנצן יעדע פאר מיליאן יאר און פאראויס רוקן די באשעפענישן מיט נאך עטליכע טריט.
האמת אגיד אז כאטש איך האב שוין געליינט אסאך דערוועגן, קען איך נישט געבן קיין קלארע תשובה דערויף. איך ווייס נישט גענוי ווי מצוי פאסילס זענען בכלל, וואס אין דעם ווענדט זיך די עיקר שאלה. אויב דו האסט שוין דורכגעטון דעם ענין, אדרבה, איך בין נייגעריג צו הערן וואס דו ווייסט, וויפיל דורות עס דארף נעמען פאר א באשעפעניש זיך צו עוואלוון צו א צווייטער מין, לויט וואס מיר ווייסן פון די די ען עי, די מעגליכקייטן זיך צו רעפראדוצירן, דער קלימאט און אזוי ווייטער, און ווי גרויס די לעכער זענען אז צוליב דעם פיט נישט די דאטא.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:51 pm
דורך הקטן
קודם איך ברענג נישט קיין טענה איך וויל פשוט זעהן צו דאס קען מאכן סענס אין דערנאך אויב דאס איז דאס מערסטע פלאסעבל.
די פיש קען זיין א transition area וואו די ריפסט דאס, אדער קען דאס זיין א מין בפני עצמו.
(איך בין סתם נייגעריג, איז די לינג א שותפותדיגער אדער צוויי באזינדערע אפעראטען)
אפשר בין איך די transition area פין א בוים צי א פייגעל
איך האב א trunk וואו א בוים אין א מויל וואו א פייגל - און מיין רבי האט מיך געריפען א פויגל
די וועג וואו אזוי איך קען וויסן אז דאס איז א transition area איז נאר אז איך האב די אלע לינקס, נישט אז איך קים אויף מיט 1001 פאני נעמען פאר די אלע "פארגעסענע" דורת
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:קודם איך ברענג נישט קיין טענה איך וויל פשוט זעהן צו דאס קען מאכן סענס אין דערנאך אויב דאס איז דאס מערסטע פלאסעבל.
די פיש קען זיין א transition area וואו די ריפסט דאס, אדער קען דאס זיין א מין בפני עצמו.
(איך בין סתם נייגעריג, איז די לינג א שותפותדיגער אדער צוויי באזינדערע אפעראטען)
אפשר בין איך די transition area פין א בוים צי א פייגעל
איך האב א trunk וואו א בוים אין א מויל וואו א פייגל - און מיין רבי האט מיך געריפען א פויגל
די וועג וואו אזוי איך קען וויסן אז דאס איז א transition area איז נאר אז איך האב די אלע לינקס, נישט אז איך קים אויף מיט 1001 פאני נעמען פאר די אלע "פארגעסענע" דורת
פון דיינע קשיות זעה איך אז ס'איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין מיט דיר (ס'ווייזט נישט אויף קיין שום חיסרון, קיינער ווערט נישט געבוירן מיט א קאנגרעס לייברערי אין קאפ). הייב אן פון
דא, אדער
דא (קענסט דאונלאודען דעם בוך און ליינען צוביסלעך). טאמער נאכדעם בלייבט דיר נאך קשיות קען מען דיר פרובירן צו העלפן, כ'קען מיך נישט אונטערנעמען איבערצושרייבן די גאנצע טעאריע פון אל"ף.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:34 pm
דורך יאיר
הקטן האט געשריבן:קודם איך ברענג נישט קיין טענה איך וויל פשוט זעהן צו דאס קען מאכן סענס אין דערנאך אויב דאס איז דאס מערסטע פלאסעבל.
די פיש קען זיין א transition area וואו די ריפסט דאס, אדער קען דאס זיין א מין בפני עצמו.
(איך בין סתם נייגעריג, איז די לינג א שותפותדיגער אדער צוויי באזינדערע אפעראטען)
אפשר בין איך די transition area פין א בוים צי א פייגעל
איך האב א trunk וואו א בוים אין א מויל וואו א פייגל - און מיין רבי האט מיך געריפען א פויגל
די וועג וואו אזוי איך קען וויסן אז דאס איז א transition area איז נאר אז איך האב די אלע לינקס, נישט אז איך קים אויף מיט 1001 פאני נעמען פאר די אלע "פארגעסענע" דורת
דאס מיינט אז אויף יעדע "מיסינג לינק" וואס איך וועל דיר ברענגען וועסטו זאגן, "דאס איז א באזונדערע מין." יעצט וועל איך שוין מוזן ברענגען צוויי לינקס צו פארבינדן דעם געפינענעם מיסינג לינק מיט די מינים פארדעם און נאכדעם. אין אנדערע ווערטער, די איינציגע וועג ווי אזוי עוואלוציע וועט ווערן געפראווט לויט דיר איז נאר טאמער מיר וועלן טרעפן טריליאנען פאסילס אין א קלארער סדר, וואו מען זעט יעדע שינוי וואס האט פאסירט דורכאויס אלע יארן, וואס איז במציאות אודאי נישט מעגליך. דאס מיינט אז נאך פאר דו הייבסט אן דן זיין איבער די שאלה ווייסטו שוין אז עס האט נישט קיין ענטפער. אבער דאס איז שוין סתם פילאזאפיע
לגופו של ענין איז דער כעלעמער גערעכט אז דו דארפסט בעסער דורכטון דעם ענין כדי צו פארשטיין פארוואס עוואלוציע זאגט נישט אז דו ביסט די טראנזישען צווישן א בוים און א פייגל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 3:26 pm
דורך סודני
כעלעמ׳ר ויאיר, אפשר טוט איר וויליגן אביסל מיט די ליינער דא , אין טאקע אביסל מרחיב בדיבור זיין , וויל יעדעס מאל איינער ברענגט די ארויף די נושא פריש , שטויסט. מ׳זיך ווידער אן , אז מ׳האט נישט גענוג דורכגעטוען דעים ענין, אין אגב איז אינטערסאנט אז שווערערע
עניינים פון דעים איז שוין אויסגעשמיסט גיווארן דא , א דוגמא ווי איינשטיין טעריא איבער זמן, אין עוואלוציע האט זיך ביזדערווייל קיינער נישט אינטערגענומען אויסצישמועסן איך האף אז עס זאל נישט זיין די סיבה חוסר הסברה איז מחוסר הבנה.
איך וויל טאקע פרעגן איז עוואלוציע די. בעסטע טעריא ווילאנג מ׳האלט אז די וועלט האט נישט קיין גאט איינמאל מ׳האלט אז עס איז דא א גאט איז שוין אפשר דא בעסערע טעריא׳ס אדער ניין ס׳איז נישט משנה מי די גלייבסט אין גאט אדער נישט , אין דעיס די מערסטע אויסגעהאלטנע מהלך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:16 am
דורך הקטן
דאס מיינט אז אויף יעדע "מיסינג לינק" וואס איך וועל דיר ברענגען וועסטו זאגן, "דאס איז א באזונדערע מין."
איך פרעג, וואס מאכט דיך זאגן אז דאס איז נישט א באזינדער מין - וואס ווערסטו אזוי עקסייטעט פון א לינג-פיש.
עט וואט פוינט
גייסטו זאגן אז
אפשר איז דאס א באזינדער מין
איך פרעג, און דאס האב איך געפרעגט פון אנפאנג, אויב ס'דא א תהליך פין המשכת הדורות. וואס איך קען זען וואו אזוי זאכן טוישן זיך אן ס'זאל נישט בלייבן א ספק ביי מיר.
אויב די זאגסט אז ס'פעלט לינקס פרעג איך פעלט 10 100 1000 10000 1000000X99 וואו סך?
וויפיל לינקס דארף צו פעלען אז דו זאלסט האבן ספיקות?
למשל איך וועל דיר ווייזען א match box קארעלע אין א 747 jet אין איך וועל זאגן אז די 747 jet איז אן אייניקל פין די קארעלע וועסטו דאס אננעמען?
אויב די מרחק פין די לינקס איז זייער זייער גרויס - הפרוץ מרובה על העומד -
וואו אזוי איז סייענס מסביר א וואו די אלע באשעפענישען זענען נעלם געווארן?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:27 am
דורך [NAMELESS]
דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן, אדער ווייל דו ווילסט פרעגן?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:45 am
דורך יאיר
הקטן, איך כאפ נישט גענוי וואס דיין שאלה איז. פעלעאנטאלאגן זוכן שיריים פון אור אלטע באשעפענישן, אין די אויבערשטע לעיערס טרעפן זיי פייגל, אביסל טיפער טרעפן זיי באשעפענישן וואס ענדלען טיילווייז אין דיינעסארס און טיילווייז אין פייגל, אביסל טיפער טרעפן זיי דיינעסארס. עס זענען פארהאן צוויי אפציעס: אדער אז די זעלבע באשעפענישן האבן זיך עוואלווד, אדער אז גאט האט ספעציעל כסדר באשאפן מער און מער קאמפליצירטע באשעפענישן (וואס ענדלען איינע אין די צווייטע) כדי צו אפנארן די סייענטיסטן. אלע וואס גלייבן אין א יושר'דיגע גאט וועלן אויס די ערשטע אפציע.
הוא הדין מיט דער לונגפיש, אויב דו וועסט ליינען די לינק וואס איך האב צוגעשטעלט , וועסטו זען אז די סייענטיסטן טרעפן די באשעפענישן אין א סדר, וואס מער קאמפליצירט אלס שפעטער.
הקטן האט געשריבן:דאס מיינט אז אויף יעדע "מיסינג לינק" וואס איך וועל דיר ברענגען וועסטו זאגן, "דאס איז א באזונדערע מין."
איך פרעג, וואס מאכט דיך זאגן אז דאס איז נישט א באזינדער מין - וואס ווערסטו אזוי עקסייטעט פון א לינג-פיש.
עט וואט פוינט
גייסטו זאגן אז
אפשר איז דאס א באזינדער מין
אויב מען וועט אנהייבן טרעפן באשעפענישן אין א רענדאם סדר, דיינעסארס פריער, מיקראבן שפעטער, מענטשן אינצווישן. (און די באשעפענישן אליין זאלן אויך זיין רענדאם און מען זאל דאס נישט קענען איינטיילן אין א הערליכע פאמיליע בוים, וואס צייגט אז זיי ציען אן אייניגע יחוס, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך).
אויב די זאגסט אז ס'פעלט לינקס פרעג איך פעלט 10 100 1000 10000 1000000X99 וואו סך?
וויפיל לינקס דארף צו פעלען אז דו זאלסט האבן ספיקות?
אויב די מרחק פין די לינקס איז זייער זייער גרויס - הפרוץ מרובה על העומד -
וואו אזוי איז סייענס מסביר א וואו די אלע באשעפענישען זענען נעלם געווארן?
זיי זענען געשטארבן און צוגאנגען. די באשעפענישן וואס מען טרעפט זענען איינציגע פון צענדליגער מיליאנען וואס זענען פערצופאל געווארן פרעזערווירט. יעצט דארפסטו קודם אפשאצן וויפיל פאסילס זענען בכלל מצוי, און לויט דעם זען אויב עס פעלן צופיל. איך ווייס נישט די נומערן, אויב דו ווייסט יא ביטע זיי מיר מודיע.
למשל איך וועל דיר ווייזען א match box קארעלע אין א 747 jet אין איך וועל זאגן אז די 747 jet איז אן אייניקל פין די קארעלע וועסטו דאס אננעמען?
ניין ווייל קארס קענען נישט געבוירן קינדער. (איך בין אליין אויפגעקומען מיט די ענטפער, מ'פלעגט טאקע זאגן אויף מיר אז כ'בין א עילוי).
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:54 am
דורך יאיר
סודני האט געשריבן:כעלעמ׳ר ויאיר, אפשר טוט איר וויליגן אביסל מיט די ליינער דא , אין טאקע אביסל מרחיב בדיבור זיין , וויל יעדעס מאל איינער ברענגט די ארויף די נושא פריש , שטויסט. מ׳זיך ווידער אן , אז מ׳האט נישט גענוג דורכגעטוען דעים ענין, אין אגב איז אינטערסאנט אז שווערערע
עניינים פון דעים איז שוין אויסגעשמיסט גיווארן דא , א דוגמא ווי איינשטיין טעריא איבער זמן, אין עוואלוציע האט זיך ביזדערווייל קיינער נישט אינטערגענומען אויסצישמועסן איך האף אז עס זאל נישט זיין די סיבה חוסר הסברה איז מחוסר הבנה.
איך וויל טאקע פרעגן איז עוואלוציע די. בעסטע טעריא ווילאנג מ׳האלט אז די וועלט האט נישט קיין גאט איינמאל מ׳האלט אז עס איז דא א גאט איז שוין אפשר דא בעסערע טעריא׳ס אדער ניין ס׳איז נישט משנה מי די גלייבסט אין גאט אדער נישט , אין דעיס די מערסטע אויסגעהאלטנע מהלך
איך האב שוין מערערע מאל געקלערט צו עפענען א אשכול דערוועגן. דער פראבלעם איז אז ס'איז פארהאן אזויפיל מיסאינפארמאציע איבער די יו טוב קליפס וואס רוב שרייבער דא האבן שוין געזען איבער דעם ענין, אז עס איז א ענדלאזע דזשאב צו פארענטפערן אלע קשיות וואס יעדער האט. אויב איינער וויל וויסן פארוואס ער איז נישט דער לינק צווישן א בוים און א פייגל, אדער פון וואו איך ווייס אז א קאר האט נישט געבוירן א עראפלאן, ווייס איך אפילו נישט ווי אים אנצוהייבן פאררעכטן זיינע טעותים. מה שאין כן איינשטיינ'ס טעאריע וואס קיינער זוכט נישט אפצופרעגן אין נארישע יו טוב קליפס און אין קירוב קורסעס.
פונדעסטוועגן, אויב עפעס איז דיר נישט קלאר אויף וואס איך האב געשריבן, אדרבה פרעג (דיין קשיא איבער גאט וכו' האב איך פרובירט צו פארענטפערן אין מיין פריערדיגע תגובה).
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:45 am
דורך [NAMELESS]
איז שטעל'זשע אוועק גייד-ליינס צב"ש אז דו גייסט נישט ענטפערן קיין מקורות פון אבי ווער וכדו'. אפשר דאס וואלט פארגרינגערט.
די איינציגסטע סיבה אנצונעמען עוואלוציע איבער פרישע באשעפענישן איז די ישרות פון גאט?
מיין טעאריע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:00 pm
דורך פליקער
איך וויל דא אראפ ברעינגען מיין טיאריע פון די אריגען אוו לייפ, ווי אזוי איך קלער האט פארסירט אזא הערליכע וועלט באשאפ, דאס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז די וועלט האט געברויכט באשאפן ווערן דורך א מייסטער באשאפער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל מחמת טויזענט טעמים אז זאכן מיט מייסטער ארדענינג פארסירן אזוי מיר נישט דיר נישט, איך וויל דערין נישט אריין, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן בראש האשכול.
נאר וואס דען, וואס עס ווינדערט מיר וואס איך האב נאך קיינעם נישט געזעין ברעינגען, אזא דבר פשוט מאוד, און פילע קשיות קענען דערמיט ווערן פארענטפערט.
ווען איינער זעיט א בעיבי ארויס קומען פון א טיפה סרוחה, ברויך ער זיך געיבן א שטעל אפ, עס ברויך ווערן שווער וואס איז אריין און וואס ארויס, אריין איז א גארנישט און ארויס איז א בעיבי, א עולם מלא, אלעס איז דערין פארהאן, לעקטער, פלאמבינג, א סופער קאמפיוטער, שיפינג, רעסיווינג, א ריזיגע קאמפעני, מיט אלע ארבייטער, אלעס איז ארויס פון איין טיפה סרוחה, איז דא צוויי וועיגן צו זאגן, איינס אז עס האט גענימען הינדערט מיליאן יאר עס זאל ארויס קימען מחמת אלע קאלקעלאציעס וואס עס וואלט גענימען צי פאסירן פון זיך אליין'ס, אבער מיר ווייסן אז דאס איז נישט אמת, והא ראיה מיר שפיאנירן נאך דעים פיטעס אויף טריט און שריט, מיר ווייסן יעדע ליאדע סקונדע וואס עס פאסירט, און מיר זעיען בחוש ווי עס ווערן פאשאפן זאכענעס מידי יום ביונה, מיר פרעיגן נישט ווי אזוי פאסירט דאס אזוי שנעל, ווייל מיר ווייסן די אמת, אז עס פאסירט ווי נומער צוויי.
צוויי, אז די צעלן האבן צוויי מהלכים עס איז דא סטעם סעלס, און געהעריגע צעלן, א סטעם סעל האט א וועיג צו ווערן יעדע אבר וואס דער גוף ברויך, ער קען ווערן א חלק פינעם הארץ, אדער הויט, דער ארגענייזט בעיבי פעקטארי טיט דיסיידן אויף יעדע סטעם סעל וואס ער זאל זיך טוישן צי, ווי ער זאל מעטשורן אין.
אבער איין מאל דער בעיבי איז פיניש, בעתו ובזמנו, רייסט ער-זי זיך אפ און פאלט ארויס, אלע זיינע צעלן קענען מער נישט זיך טוישן צי אנדערע זאכן, עס זענען פון דאן פארהאן לאמיר זאגן רויטע בליט צעלן, די גוף ברויך נאך, איז דא א קליינע רויטע בליט פעקטארי וואס טיט ריפלעיסן לויט די מוס וואס עס פעילט אויס, דער מענטש ווערט מיט די צייט גרעסער און גרעסער, אבער ער טוישט זיך שוין נישט, ער איז וואס ער איז נאר די פארם טוישט צורה מיט צייט אביסל.
די זעלבע זאך שפילט זיך אפ ביי יעדע בלעטעלע, יעדע פרוכט יעדע וועדזשטעבל, פון א קערל ווערט עפל, אינעם קערל ליגט צעלן וואס האט די מעיגליכקייט צי ווערן א פרוכט בוים מיט אלע איר פרוכט, מיט אלע צוגעהערן, אבער איינמאל עס איז דא א פרוכט קען דער מער נישט ווערן גארנישט, נאר עפעס גרעסער, נאר די קערל קען ווידער ווערן עפעס.
השתא אז מיר ווייסן שוין דאס קלער איך אז דער באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט האט עס באשאפן אזוי ווי עס באשאפט א בעיבי, ער האט באשאפן די ערשטע וועלט סטעם צעל, וואס דערפין איז געווארן א וועלט, און איינמאל די וועלט איז געפארטיגט געווארן און זעקס טאג, איז דער וועלט געווארן א קאמפליט וועלט וואס פארט ווייטער אזוי שוין פאר עטליכע טויזענט יאר, אט אזוי שטייט אין פסוק, בראשית ברא אלקים את השמים ואס הארץ וכו', איי וואס זאג איך, איך זאג גארנישט, נאר איך זעי נישט פארוואס מען ברויך זיך מיטשען אז עס דארט אזוי לאנג, מיליאן טריליאן יאר, ווען מיר זעיען יעדע סקונדע ווי עס ווערן ווינדערלעך באשאפן זאכן וואס יעדע דערפין וואלט גענימען מיליאן מאל טריליאן יאר צו ווערן באשאפן בטעות, אבער עס האלט פארט און איין פאסירן און א קארצע צייט אפשניט ווייל אזוי ארבייט די בריאה, על כן זעי איך נישט פארוואס אויפן וועלט מיז מען אנדערש זאגן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:50 pm
דורך מאטי
פליקער, איך האב א געוויסע פראדוקט וואס איך פארקויף פאר וואל-מארט, כ'האב מיך געמוטשעט אין אנהייב אנצוקומען צום בייער, גערופן, געלאזט מעסעזדשעס, אימיילס, אראפגעפארן, געגעבן שוחד. ענדליך נאך יארן פון ביטער שווערע ארבייט האב איך באוויזן ארויפצולייגן מיין פראדוקט אויפן שעלף.
היינט צוטאגס בין איך מיטן בייער אויף ספיד דייעל, איך בין א יוצא ונכנס ביי אים אין אפיס.
פונקט די וואך שפאציר איך מיט א חבר אויפן גאס, און דער בייער פון וואל-מארט קומט מיר אנטקעגן, ער שטעלט זיך אפ פאר מיר און מיר כאפן א פריינטליכן שמועס, בתוך הדברים זאגט ער מיר אז ער איז אויסגעליידיגט פון א געוויסע פלעוואר און ער וויל נאך א באשטעלונג. מיר האבן זיך געזעגנט, און מיין חבר געט מיר א פרעג: "ווער איז דאס?" זאג איך אים: "וואל-מארט". וואס? נע.... "ס'קען נישט זיין... וואל-מארט געט עפעס אזוי גרינג ארדערס? ווייסט ווי גרויס זיי זענען? דאס איז מסתם עפעס א קליין געשעפט, פון זיי קריגט מען ארדערס אזוי גרינג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 4:14 pm
דורך הקטן
פליקער, דו ביסט סטאק, קענסט דאס נישט זאגן, ווייסט פארוואס? ווייל סייענס האט דיך אריין געלייגט און א box דו מעגס'ט נישט ניצן supernatural אלס א טעאריע.
איך האב נישט קיין רעליגעזע פראבלעם מיט עוויליאציע - אויב קבלה מעג זאגן השתלשלות העולמות און די רמב"ן מעג רעדן פין א כח היולי פארוואס זאל נישט דארווין מעגן טעארייזען אוועיליאציע?
אויב גאט האט באשאפן א דיינעסאר וואס קען ווערען א אדווקאט אדער א ברען סערדזען נאך טריליען יאר - קאדאס! wow
אבער פארוואס זיך אריין קוועטשן אין אז דוחק וואס האט נישט קיין קאנקלסיוו באווייז
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:36 pm
דורך סודני
יאיר אזוי איר זענט גוט באקאנט אין ארכילוגיה וויל איך טאקע פרעגן
איז עוואלוציע גענוג הסבר פארוואס די אלע בעלי חיים זענען נעלם גיווארן , אדער מיר דארפן אנקומען צי נאך אסאך אנדער הסברים ווי למשל עפעס א מורא׳דיגון חורבן וואס האט אלעמען אומגיברענגט ,
וויל אויב דארפן מיר אנקומען צי נאך הסברים איז מאן יימר אז די יעצטיגע ברואים זענען אייניקלעך .
אין בכלל איז פאר ווער עס איז באקאנט וויסט אז עוואלוציע איז נישט א פאקטאר אין מאכן בעסער אדער שענער סך הכל ווי איך פארשטיי טוט עס די פעולה אז די באשעפענישן זאלן קענען בעסער סערווייווען לויט אומשטענדן קלימאט ענוויארמענט וכ׳
למעשה איז דא א געוויסע הוכחה ווי עוואלוציע האט געוויזן אין מאכן קלוגער א בעל חי ? וואס אויף דעים וויל מ׳ען אלעס ארוף לייגן אדער אפילו עפעס בעסער. אין קורצן מיט מיין שווערע לשון פרעג איך די סייענטיסטן זאגן אז אדאנק עוואלוציע זענען מיר קלוג מער פארשטענדליך איז דא סיי וועלעכע מינדערסטע הוכחה דערויף