בלאט 3 פון 5

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
דער אויבעשטער באשאפט נישט א זאך וואס איז כולו רע, כ'בין זעכער געווען אז עפעס גוטס וועט נאך ארויסקומען דערפון.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
אויליגער האט געשריבן:בושה וחרפה תכסה רגלינו!

מאך זיכער ס'נישט דורכזיכטיג ח"ו

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:19 pm
דורך יאיר
דער המלוכה והממשלה פארשטייט נישט וואס מען רעדט צו אים. נעבעך.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:35 pm
דורך שמעקעדיג
אליבא
:P :lol: :P :lol:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:43 pm
דורך אפטעמיסט
אקעי, כפירה און שמוץ האט אויך א גבול. גענוג איז גענוג.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:46 pm
דורך יאיר
יא איך האלט אין איין שרייען מען זאל שוין אויפהערן רעדן דערוועגן. איך רעד און איך רעד מען זאל אויפהערן רעדן אבער מען רעדט ווייטער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:48 pm
דורך אפטעמיסט
אוי יאיר'ל, לץ אחד דוחה מאה תוכחות. ס'איז צייט זאלסטעך נעמען אין די הענט אריין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:35 pm
דורך zurich
און איי וועלט רעדט מען שוין אז ק"ש איז שוין אויך פרום געווארן זיי האבן זיך זיך שוין גענימען אויסראטען דעים גרימפיגזא....

זעט אויס ס'מאכט טאקע חרוב הייזער אז אפילו די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל זעהט שוין אויך איין דעם פראבלעם

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:14 pm
דורך דריידל
ס'מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי יעדער דמיונ'ט זיך די אויסזעהן פון דעם גרימפיגזא. איך שטעל מיך פאר ס'איז געמאכט פון שטיין מיט א פורפעל קאליר און ס'דא בילדער אויסגעקריצט דערויף. ס'גרויס בערך א טפח און לענגלעכיג.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:33 pm
דורך ביבער
דריידל האט געשריבן:ס'מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי יעדער דמיונ'ט זיך די אויסזעהן פון דעם גרימפיגזא. איך שטעל מיך פאר ס'איז געמאכט פון שטיין מיט א פורפעל קאליר און ס'דא בילדער אויסגעקריצט דערויף. ס'גרויס בערך א טפח און לענגלעכיג.

דאס איז די גאנצע כח זיינער ער שטעלט זיך צו יעדן לויט זיין געשמאק, אויף דעם האבן דאך חז"ל געשריגן הרהורי עבירה קשים מעבירה, אבער וויי געוואלד וואסארא טעיסט דו האסט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:40 pm
דורך קאפקעיק
יעצט הותר לפרסם! ביי אונז אין די קהילה איז דא איינעם וואס פארקויפט עס פאר בערך $416.28 , כל הקודם זוכה!, סטריקטלי קאנפידעטשעל,
ווער עס גייט מיך אנשרייען זאל וויסן אז איך האב ביי מיר די ליסט פון ווער ס'האט עס שוין געקויפט, וד"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:59 pm
דורך petergrifin
ענדליך!!! איך װײס שוין װאס ״ער איז גימל״ מײנט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:03 pm
דורך למדן
איינער האט מיר געשיקט א דיעל אין אימעיל אז מ' קען עס באקומען באקומען פאר 389 מיט טשענדזש איז עס די מיני אדער די זעלבע זאך? אדער ווער ווייסט אין וואס איך קענאך אריין פאלן, אפשר מוז מען אלעס קויפן ביי דיר אז נישט וועסטאך נישט האבן די ליסט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:17 pm
דורך קאפקעיק
יענץ איז די נאכגעמאכטע, גיב אכטונג ווייל די קענסט גוט אריינפאלן, און ווי שוין דערמאנט דא אפאר מאל ווי שעדליך עס קען זיין איין קליינע ריר נישט גוט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:46 pm
דורך נולד מאוחר
גרימפיגזאא האט א שייכות מיט זר זהב'ס וויאזוי האט יענס געהייסען טאצמאכידת?
ווי איז יענע אשכול?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:49 pm
דורך אויליגער
מקען עס באקומען בחנם
און מאנסי ביי משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
און וויליאמסבורג ביי יואל ציממערמאן

בתנאי מדארף אונטערשרייבן
א) זיך צו באטיילינגען ביי כאטש 5 דעמאנסטראציעס און שטאט און איינס און מאנהעטאן אדער וואשיגטאן יעדע חודש
ב) פארן איין מאל א יאר קיין עזה אדער איראן
ג) זיך צוריקהאלטען פון טוהן יעדע זאך וואס איז קורב לנארמאל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:11 am
דורך קאפקעיק
און דאס ריפסטו נאך בחינם?!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:30 am
דורך ישראל קאפקע
אויליגער האט געשריבן:מקען עס באקומען בחנם
און מאנסי ביי משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
און וויליאמסבורג ביי יואל ציממערמאן


נו מוציא שם רע, טפוי, טפוי, טופי!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:55 pm
דורך שעפטל
הייליגער קוה! וואס דא גייט אלץ פאר... וואס אביסעלע ג' קען אלץ אנמאכן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:36 am
דורך קאפקעיק
ס'דא א קאנספיראציע, אז די גאנצע סיבה פארוואס כאצמעטידית האט פארלוירן איז ווייל מ'האט אמאל געטראפן ביי עם א גרימפיגזא....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:19 am
דורך דריידל
נישט יושר חושד צו זיין כאצמעצידיס מיט אזעלכע געמיינע מעשים בלויז אויף השערות. למעשה האט מען עס אויסגעפארשט בשעתו און די פסק איז ארויסגעקומען אז ס'איז בלויז שמועות פורחות באויר און ווער ס'איז חושד בכשרים איז עתיד ליתן את הדין. ובכלל, ווי איז דיין געפיל פאר זיינע קינדער און אייניקלעך וואס דרייען זיך מעגליך דא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:23 pm
דורך קאפקעיק
א נייע מעשה!!! פורחות באויר, און דו גלייבסט עס נאך?! , אפשר ווילסטו מיר זאגן אז די טרעפיק אויפן דז'ארדז' וואשינגטון ברידז' האט גארנישט מיט דעם קריסטי'נען?!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:49 pm
דורך אפטעמיסט
זיי מעגן עס בכלל רופן גרימפיגזא?