נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:51 pm
ארבעס האט געשריבן:אויב האסטי 2600 צי שווענדין פאר די סעלף מעיד פראפעשינאלס ניץ עס בעסער אויף פריוואטע counseling בערך 150 פער שעה.
פארוואס זאג איך דאס.
ווייל על פי רוב דער אינגערמאן שפירט ער איז אין א דילעמע. די מהלך החיים ביי עם איז ......ככה ככה. ממילא פארוואס זאלסטי געבן דאס פאר איינער וואס האט ניט א מאל א דיגרי אין counseling or social work געב עס פאר איינער וואס וועסט כאטשעק האבען עפעס פין.
ספעציעל. היינט צי טאג זענען דא אסאך היימישע מיט גאר גיטע degrees אין עקספיריענס.
ועוד. רובא רובא וואס גייען צי די שיעורים איז דא אין זיי טיפערע פראבלעמען הצריכים עיון.
עס איז שוין די צווייטע מאל וואס עס פאסירט צו מיר אז איך פארשרייב א גאנצער דרשה און עס גייט פארביי גלייך וואס איך העט עס אין דרעפט משלים צו זיין. עס איז יתכן צו זאגען אז ווי באלד עס איז נישט געווען באשערט אז עס זאל אנקומען צום אשכול אפשר איז פשוט די ווערטער נישט געווען געניג קלאר, עס וואלט זיכער נישט געווען קיין שום תועלת. אבער דער איינציגער וואס ווייסט מיינע כוונות ביים שרייבן האט אויך געמאכט די החלטה אז עס נעלם ווערן מן הכתב, ממילא בין איך מתפלל אז די דאזיגע פאר ווערטער זאלן זיין מיט די ריכטיגע כוונה, די זעלבע כוונה מיט וואס עס ווערט געשריבען.
און יעצט צום ענין.
די סוגיא איז זייער פארצווייגט עס האט נישט קיין סטרעיט ענסער.
איך בין נישט איבערצייגט אז גיין פריוואט צו א טעראפיסט פאר 150.00 איז די סעלושען, און ווי אויך איז שטארק מעגליך צו זאגען אז א קורס ווי פראדאקטיוו בדיבוק חברים איז אפשר אפי' בעסער באין ברירה.
די זאך איז אזוי, עס איז דא צוויי מיני דאקטורים אין די מענטאל העלט מחלה, א פיסכיאטער, און סעקרייעטיסט. א פיסכיאטער איז איינער וואס דיאגנאזירט, און פארשרייבט רעצעפטן פאר מעדעצינען וואס קען ארויס העלפן די וויקטים זיך ספראווען מיט די תכונת הנפש אישוס ער ספראוועט זיך מיט.
די סעקרייעטיסט וועט פרובירן מיט טעראפי וואס דאס ארבעט מיט מחשבה, און העלפט אויסרעדן די פארביטערטע נפש, עס העלפט ווי די חכם מכל אדם שלמה המלך שרייבט דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים.
די מעדעצינען צו אויסשמועסן איז נישט אזוי אינטערסאנט, איך לאז דאס איבער פאר די גרעדואירטע פראפעסערס. אבער די טעראפי וואס ארבעט מיט בלויז מחשבה, און הרגשים בין איך דאך פונקט אזא מחותן.
די טעראפי האט א נאמען אין די די פיסכילאגישע ביכער עס רופט זיך CBT וואס דאס מיינט קאגנעטיוו ביהעיביראל טעראפי קאגנעטיוו איז די מהלך המחשבה פונעם מענטש.
איצט איז אזוי, דער פסיכיאטער דיאגנעזירט מיט 3 4 בוך שטאבן ADHD אדער סיי וואס Narcissistic איז אויך איינע פון די שמות נרדפים. דער פסיכיאטער גיט ארויס זיין דיעגנאוסעס נאך וואס ער האט געשמועסט מיטן פאציענט בערך פאר א שעה. דאן פארשרייבט א רעצעפט פאר מעדעצין, און פאר CBT טעראפי, יעצט הייבט זיך אן א פרישע פרשה, ווער איז א גוטער טעראפיסט. דאס איז די עכטע טשעלענדזש וואס די מענטאל העלט באטראפענע מאכן מיט.
איך וועל פרובירן צו פארשטיין געבען די ליינער וויאזוי א טאג פון אזא איינעם גייט אדורך, און דאן וועלן מיר פרובירן זעהן וויאזוי די פראדאקטיוו קורסן קומען אריין אינעם בילד. אדרבה ,זייט איר חשובער ליינער דעם פוסק אחרון נאכן איך פארשטעלן די קלארע פאקטן.
די אויבן דערמאנטע צוויי דיעגנאוסעס איז פון די פשוטע פראבלעימען, לאופיקי סקעציפרעניע, BDP, NBP, ועוד.
דער משה (לאמיר אים אנרופן יעצט) הייבט אן נאך די חתונה א נייער לעבן (לאמיר נישט אריין גיין וואספארא לעבן ער האט געהאט בעפאר)
נאך די חתונה א נייער סביבה, כולל, חברותה, נאך א וואך צוויי הילד איננו, ער איז שוין ביזי מיט די באנק און ווי אויך א קרעדיט קארטל צוויי, געווענליך זענען די סארט מענטשען עקסטרימלי געלונגענע, (וואס דארפט איר מער, א יעדע נייער איידיע וואס עס נאר אויף געקומען איז דער ערשטער אינווענטאר געווען אזא סארט נפש) די יונגעלייטלעך וואס זענען נישט אזוי פיפיג און דארפן באצאלן זייער קליינע בילס קומען בעטן דעם פרישער מעכטיגער אינגערמאן ביטע פארשרייב מיר א טשעק פאר מיין געז און לעקטער איך גיב דיר איצטערט די קעש, אוודאי, אבער דו גולם טראכט אריין איין רגע, אה"נ אויפן מינוט ביסטו מעכטיג, אבער די קעש דארף גיין צו די באנק כדי די טשעק וואס דו האסט איצטערט ארויסגעגעבן דארף דאך דעקונג, עס דארף אן קומען צום ציל נישט עס זאל ח"ו זיין א משלחת וחוזרת. אבער אזוי ווי איר טראכט, אפאר טעג שפעטער קומט דער אינגערמאן צוריק וואס גייט פאר, די געז קאמפאני זאגט אז דע טשעק טויג עפעס נישט, וואס הייסט, שטעלט דער מעכטיגער אינגערמאן אן אן אומשילדיג געזיכט, לאמיך קאלן יעצט די באנק זעהן וואס דא קומט פאר.
אה איך האב גערעדט מיט די באנק, עס איז געווען עפעס א טעכנישע סיבה (איך האב פשוט נישט אריין געלייגט דאס געלט), זיי וועלן דאס פארגיטיגען פאר אונז, ווען די טשעק קומט צוריק שיק עס גלייך צוריק עס וועט זיין אי"ה (נאר בטחון).
די ענד ריזאלט איז שוין בכלל נישט נוגע.
פעסט פארווערד אפאר חדשים, לאמיר לאזן די טשעק ביזנעס אין טאקט, אגב האט מען שוין פארקנאקט אפאר אקאונטס מען האט שוין ב"ה א נייער באנק וואס וועט אפי' אויס לייגן די געלט פאר א טאג צוויי, דריי, צען.
מען האט שוין א פערמיט צו פירן אן אויטא, די ראוד טעסט געפעסט מיט איינמאל הייסן, געוואלדיג.
איין טיקעט נאכן צווייטן, וויסטע אנטיסעמיטן זענען די פאליציי, א יעדען טאג זוכן זיי מיך אפיר צו געבען נאך א טיקעט.
געקויפט א שיינע קאר, נאך א חודש די קאר פיינענס קאמפאני איז שוין אויפן טעלעפאן, וואס גייט פאר מושי, וואס ווילן זיי, נע גארנישט, זיי ווילן נאר מאכן זיכער ווער די אינשורענס קאמפאני אויף די קאר איז ווילאנג די לאון איז נאך ביי זיי, אגב שרה איך מיין איך צאל אויס די גאנצע לאון און פטור אן עסק מיט זיי, אבער מושי פון ווי וועסטו דאס באצאלן, וואס הייסט שרה מיר האבן דאך שיין געלט אוועקגעלייגט פון די חתונה, וואס איז מיט דיר מושי, ביסט אויפן קאפ געפאלן, מיט די געלט האבן מיר געוואלט קויפן א קאוטש פאר די ליווינג רום, שרה דו פארשטייסט נישט מען האט נישט געלערנט קיין פיינענס אין סקול, דו האסט אן אנונג וויפיל אין איטערעסט מיר צאלן ארויף, גיב א קוק אויף די סטעיטמענט נעקסטע חודש וועסטו נאר זעהן וואס דאס הייסט האבן אן הלואה פונעם פארשאלטענעם באנק.
אפאר וואכן שפעטער.
מושי, איך האב ענדליך געטראפן די קאוטש וואס איך גלייך אסאך ביליגער ווי איך האב גערעכט, געוואלדיג שרה, ממש אן אשת חיל, אוקעי נאדיר א טשעק און פארמאך דעם געשעפט מיטן קאוטש. אבער מושי פארוואס זאלסטו נישט ארויסנעמען דאס געלט פון גמ"ח ווי דאס געלט ליגט פארשטעקט, איך וועל דיר זייער קלאר געבען צו פארשטיין שרה, ווען אממממ גיי ארויס נעמען דאס געלט פון גמ"ח וועלן מיר אונזער ענטייער לייף סעווינגס פארשפילן, אבער אזוי ווי איך האב דאך אין באנק די אמאונט וואס מען דארף איז אויב אזוי פארוואס זאלן מיר נישט לאזן דאס געלט אין גמ"ח? ריכטיג מושי ממש אימפרעסינג וויאזוי דו טראכסט, ממש צום שטוינען.
אוי, איך האב אינגאנצען פארגעסן אריין צו לייגען צו דעקן דעם טשעק פאר די קאוטש, געב אהער מר. שטערן'ס פאון נאמבער, איך וועל עים קאלן.
איך פארשטיי נישט מושי, האסטו מיר נישט געזאגט אז דאס געלט ליגט אין באנק, וואס הייסט אז דו האסט פארגעסען אריין צו לייגן. אוי שרה, עס פעלט נאר ממש אפאר פיאסטער, די בענק ווערן פשוט זייער שטרענג לעצטענס אפי' פאר א ניקעל שיקע זיי צוריק היינט.
מושי, איך האב געוויסט אז מען דארף עס ארויסנעמען פונעם גמ"ח און גלייך געבן פאר מר. שטערן די גמ"ח טשעק פאר עים, וואס זאג איך יעצט ווען ער קאלט צו דריטען מאל, שרה זאג עים זייער פשוט, עס האט פאסירט א טעכנישע פראבלעם, נאך היינט נעם איך קער דערפון (אפאר יאר שפעטער, איך בין נאכנישט זיכער צו מר. שטערן האט שוין זיין ערליכער פארדינטע געלט)
סטעי טונד פאר די רעסט אף די סטארי איך בין שוין פשוט זייער מיד. מיר וועלן אי"ה מארגן צוריקקומען צו די נקודה וואס מיר ווילן צוקומען.
הענג אין דער, א גוטער נאכט.
פארזעצונג:
ער האט פארפאטשקעט דאס געלט, וואס, ווען, ווער, און, ווי, ווייסט ער אליין אויך נישט, אדרבה קוקט אליינס, ער איז נישט געפארען אויף לעביש וואקעישאנס, ווי אויך איז ער נישט ארויסגעגאנגען עסען אין די טייערע רעסטוראנטן, ווי יא? אויף דערווייל ווייסען מיר נישט, אבער באם הדרך וועלן מיר האפנטליך טרעפן עפעס אפאר טאלער.
די רוגזה אין שטוב האט זיך אויך פארערגערט פארשטייט זיך מיט רעכט, אבער אשת חיל מי ימצא, אונזער שרה איז באמת אן אשה צדקנית העושה רצון בעלה, די הארמאניע אינדערהיים זאל זיך האלטן אויפן בעסטן אופן, פאר אפאר פארשטינקענע דולר וואס משה האט זיך פאררעכנט זאל איך מאכן אזא איבערקערעניש, ניין בשום אין אופן, מיין שלום בית איז מיר וויכטיגער, משה איז א עכטער וואוילער, קליגער יונגערמאן, נעקסט קעיס.
ויהי היום שרה קומט אהיים פון סקול נאכן טיטשען צוויי שיכטעס, נישט מער נישט ווייניגער משה זיצט מיט א יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן, וואס קען דאס זיין אזוי פרי, 4:30 איז ער געווענליך אין כולל, שנירט זיך די געדאנקען פונעם אשת חיל שרה, מן הסתם איז עס א גאר דרינגענדער ענין, אבער משה איז דאך נישט קיין כלל טוער, זי טראכט און טראכט פרובירט צו צולייגען אן אויער הערן ווער איז דער מיטל עלטערער יונגערמאן וואס רעדט זיך אזוי טיף אדורך מיט מושי, וואו, יעדער זעהט שוין איין אין זיין קלוגשאפט קוים אפאר חדשים נאך זיין חתונה, פשי.
פארנעפלטע שמועות קענען זיך שווערליך הערן פון זייער געשפרעך. אינוערעסט, יוניווערסאל, גערענטי, ווען און ווי האט ער די זאכן אויף געפיקט, איך וועל מוזן ווארטן מיט געדולד ביז זיי וועלן ענדיגן די גאר דרינגענדע אסיפה.
די שמועס ציהט זיך און ציהט זיך עס נעמט נישט קיין עק, נאך א שעה, צוויי מען געזעגענט זיך, ביידע זעהן אויס זייער צופרידען, (דער עדשענט האט באוויזען צו מאכען א סעיל, און אונזער משה איז גהירא בגדול, אזא גרויסער עדשענט האט מיט מיר משה חכם פארברענגט מיט די אפ מאסט ריספעקט).
א גוטן טאג משה, מה יום מיומים, פרעגט שרה מיט געהויבענע ברעימען די אשת חיל שרה, ווער איז דאס געווען, וואס האט ער געוואלט?
אה וואס רעדסטו שרה; ער איז איינער פון די שטערקסטע עדזשענטס ביי די ....... לייף אינשורענס קאמפאני, ער פארדינט א יאר הונדערטער טויזענטער דאלארען נאר פון רינועלס אליינס, נייע פאלעסיס מאן דכר שמי', ער איז ריזיג,
אהא, און וואס האט ער געוואלט פון דיר משה? וואס הייסט וואס, מיר פארקויפן א פאליסי, וואס פון דעם וועט מען אי"ה לייגען א דאון פעימענט פאר א דירה, און עס וועט נאך אלץ זיין גענוג געלט צו קויפן א שטיקעלע אינוועסטמענט פראפערטי וואס וועט בעז"ה צאלן די מארדגעדזש, קומט דאך אויס איז משה מסביר מיט לוסט, אז מיט אפאר יאר אפעסעיווטע געלט וועט נאך דעם אלעס זיין בחינם,
אזוי, ווערט שרה נישט אזוי אנטציקט, און גייט נאך נישט מיט מיט מושי'ס עקסייטמענט, און וויפיל קאסט דאס אזא סארט פאליסי וואס מען באקומט אלעס בחינם אין די שפעטערע יארן?
אוי שרה, דו פארשטייסט נישט דאס קאסט נישט, איז משה ווייטער מסביר מיט קלארע דיבורים, א באטעל מילך קאסט, ווייל אז דאס געלט איז שוין נישטא, און דער באטעל מילך איז אויך פארביי. (ווען עס ווערט פארנוצט)
לאמעך דיך פארשטיין געבן, איז משה ממשיך מיט א גמרא תנועה'לה, א יעדע זאך וואס מען באצאלט געלט און די אייטעם גייט פארביי, דאס ווערט אנגעריפען אן עקספענס, לייג צו קאפ. א יעדע זאך וואס מען קויפט און דער זאך בלייבט בעולם און עס ווערט פיין באניצט, און עס איז אויך עטוואס שוה כסף הייסט עס אן עסיט (פארמעגן), און א יעדע זאך וואס מען צאלט און עס ברענגט געלט הייסט עס אן אינוועסמענט,
איצטערט איז אזוי.
די פאליסי וואס דער גרויסער עדזשענט שלאגט מיר דא פאר, איז אן אינוועסמענט, עס קאסט גארנישט, מען שיקט דאס געלט צי די אינשורענס קאמפאני, און דאס געלט איז אייביג דא אוועיליבל פאר דיר צו ניצען, ממש ווי די באנק.
אזוי, המממ סאונדס גראדע אינטרעסטינג, הייסט עס באקומסטו א טשעק ביכעל אזוי ווי א באנק אויכעט?
ניין, נישט ממש אזוי, אבער למשל דו ווילסט האבן געלט פון דארט קאלט מען אן די אינשורענס קאמפאני און זיי שיקען א טשעק.
אה אוקעי נישט געפערליך, לאמעך עפעס פארשטיין מושי, פארוואס טוהט דאס די אינשורענס קאמפאני?, וואס הייסט, זיי פארדינען געלט דערפון,
טאקע דאס פארשטיי איך נישט, רעאגירט שרה, וויאזוי פארדינען זיי? א באנק פארשטיי איך עטוואס, די ביזנעס מאדעל פון א באנק איז, די לאונס, מיט די אינטרעסט וואס מען צאלט דערויף, און כדי צו באקומען געלט פון די פעדעראל ריזערוו איז ערגעץ דארפן זיי האבן אין באזיץ געלט, דערוועגן געבן זיי די סערוויסעס פון עפענען אקאונטס. איך פארשטיי עס נישט אינגאנצן, אבער איך געדענק יארן צוריק ווען אונז האבן געלערנט פיינענס און עקאנאמיע האט מען אילוסטרירט די בענק סיסטעם, עטוואס געדענק איך עפעס, אבער איך דערהער די פראפיטס קומען די אינטרעסט פארדינסטן, אבער די אינשורענס גייט מיר אין קאפ נישט אריין,
אך שרה, איין וויכטיגע נקודה האבעך פארגעסען צו מענטשענען, לעולם איז די פאליסי א דעטה בענעפיט ד.מ. אז ווען דער מאן שטארבט ל"ע קען דאך די אלמנה בלייבן מיט די יתומים בלייבן אויפן וואסער און דארפן אנקומען צו די טובות פון די גאנצע שטאט, מען וועט הענגען ריזיגע פלאקאטן קרן יתומים, אן אלמנה מיט 5 פיצלעך וויינען!! ווער וועט יעצט צושטעלן אונזער ברויט, אבער ווען עס איז דא אן אינשורענס פאליסי ווייל דער טאטע איז נישט געשטאנען גלייכגילטיג ווען דער אינשורענס עדזשענט האט געקלאפט, און געלארעמט האב רחמנות אויף דיין ווייב און קינדער און געטון צו דער זאך, אנגעהאדעלט א דעקרעט פון די אינשורענס פירמע איז די מעשה אינגאנצען אנדערש,
די אינשורענס פירמע שיקט א טשעק צו די אלמנה, א גרויסער סכום (לאמעך נישט אריין גיין אין די דיטעילס, נישט נוגע פאר יעצט) און פון די געלט קען בעז"ה די אלמנה מיט די יתומים דורך שטופען ביז דער נייער זיווג נעמט איבער דעם עול הפרנסה.
מושי דזשיניעס, אבער וויפיל קאסט די בענעפיט וואס די אינשורענס/אינוועסטמענט קאמפאני שטעלט צו,
אה זייער גוט געפרעגט, איז אזוי ווי איך האב דיר פריער מסביר געווען דאס קאסט נישט גארנישט, ווי שוין געשמועסט אן אינוועסמענט איז נישט קיין קאסט, אבער די ערשטע צוויי דריי יאר קען מען נישט טאטשען דאס געלט, און דאן הייבט עס וואקסען ווי אויף הייבן אין א תקופה פון עטליכע יאר קומט עס צוריק צו דאס געלט וואס מען האט אינוועסטירט, און דאן דארף מען שוין נישט לייגן נאר ארויסנעמען.
אוי מושי, איך בין שוין אינגאנצען צומישט, איך בין שוין זייער אויסגעמוטשעט, איי עם לאזינג טרעק, קענען מיר אפשר מארגן ממשיך זיין,
יא זיכער, עני טיים, דו ווייסט דאך אז פיינענס איז מיין ספעשעלטי,
און אויך גייט באלד קומען א פסק פון @כוכב, אז היתכן א גרעדואירטער יונגערמאן פון פראדאקטיוו קורסן פעניעט אוועק די נאכט דא ביז גאר שפעיט. איי עם נאט לאקינג פאר טראבעל
איך מיין אז שרה איז גערעכט. מיר וועלן בעז"ה ממשיך זיין מארגען, כעת חיה.
מורי ורבותי, די מעשה ווערט לענגער און לענגער, איך זעה זיך נאך אלץ נישט קומען צום פוינט, די מעשה וואס מיר לייגן אייך דא פאר איז אמת ויציב, ווארט ביי ווארט, (דזשאסט פיקטיווע פאקטן און נעמען) איך הייב אן מרגיש צו זיין אז דאס איז שוין צו לאנג, און איך האלט נאך ביי די מעשה ווייניגער ווי שנה ראשונה ביי די קאפעל. איז די שאלה יעצט אזוי, בין איך ממשיך מיט 15 20 יאר אויף עפיזאדן, אדער איך גיי ווייטער סטרעיט צום פוינט פון דא אוו ווייטער מיט די חלק וואס מיר האבן ביז אהער ציטירט.
(אין ארדער איר זאלט קענען מאכן די ריכטיגע החלטה דארף איך באטאנען עס ווערט מער און מער אינטערסאנט, און מאדנע מיט א יעדן טאג וואס די קאפעל האט געוואוינט באנעזאם.)