בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:21 am
דורך אחד העם
אשכול קאכט זיך: 'העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה'
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:56 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:15 pm
דורך יידל
פארוואס? האט געשריבן:כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.
[tag]פארוואס?[/tag] כ'האב אן עצה בדוק ומנוסה וועלכע נעמט בלויז דריי סטעפס:
סטעפ נומער איינס: גיי צו wolframalpha.com און געב רעב וואלפרעמ'ן דיין עיקוועזשאן. וואלפרעם וועט דיר צוריקגעבן א שיינער בילד פונעם עקוועזשאן.
סטעפ נומער צוויי: רייט-קליק אויפן בילד פונעם עקוועזשאן וועט ארויפקומען א מעניו, וועל אויס "copy image URL" (אין קראום. אין פייערפאקס הייסט עס "copy image location" און אין אינטערנעט עקספלארער קומט זיך דיר פעטש פארן עס נוצן... דזשאסט קידינג, אין אינטערנעט עקספלארער הייסט עס "copy".)
סטעפ נומער דריי: קום צוריק צו קאווע שטיבל, קליק אויף Img קנעפל, און פעיסט אריין דעם URL, אין ווינדאוס דורכן דרוקן Ctrl צוזאמען מיט V און אין מעק דורכן דרוקן Command (⌘) צוזאמען מיט V.
דעטס איט! זע דוגמא: כ'האב אריינגעלייגט x^2+(y-(x^2)^(1/3))^2=1 אין וואלפרעם און ער האט מיר געגעבן דעם פאלגענדעם בילד.

דאס אלעס האסטו חנם אין כסף. ווי איז אבער אויב האסטו וואלפרעם פרא דאן האסטו צענדליגע אפציעס וויאזוי צו אהערברענגן דעם עקוועזשאן ואכמ"ל וד"ל ודפח"ח.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:17 pm
דורך יידל
אה, העיקר שכחתי. כ'ארבעט יעצט אויף א רעצענזיע פון דזשאסעף בערגער'ס נייע בוך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:57 pm
דורך אויליגער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:10 pm
דורך יידל
יעצט זע איך אז וואלפרעם מעקט אויס דעם בילד נאך א שעה צוויי. שגץ וואס ער איז. שוין, בלית ברירה וועל איך דיר מוזן געבן א פיר שטאפלנדיגער פלאן:
סטעפ 1: ווי פריער
סטעפ 2: רייט קליק אויפן בילד און וועל אויס save image as (אזוי איז עס אין קראום און אין פייערפאקס. אין אינטערנעט עקספלארער איז עס Save picture as.
סטעפ 3: לאדן ארויף דעם בילד דורכן נוצן דעם"" צולייגן א פייל" קנעפל.
סטעפ 4: פעטישאן די הנהלה זיי זאלן לאזן מער ווי פיר בילדער פער תגובה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:22 am
דורך טעפל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:56 am
דורך אויליגער
טעפל האט געשריבן:אויף וועלעכע נושא??
שמייכעל. כהאף עס איבער צו שרייבען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:11 am
דורך געדיכטע
כוכב האט געשריבן:צומאל זיצט מען מיט א דרעפט עידן ועדנים און מ'האט עפעס נישט דער געדולד זיך צוזאמצונעמען און מסדר זיין.
דא וועט דער עולם קענען מיטטיילן זייערע פלענער, איבער אלעס וואס באקט זיך אין אויוון.
איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.
איך מיין זאלסט עס טאקע לאזן אין דרעפט... סאיז בעסער אזוי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:14 am
דורך געדיכטע
כוכב האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:חמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
איין סטעיטמענט נארישער ווי די צווייטע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:34 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:שמעקעדיג אין דעם אשכול האט געשריבן:מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה...
איך האלט אינמיטן אויס'דמיונ'ען דעם שטעטל, אין פארעם פון א אשכול.... סטעי טונד.
ונבנתה העיר האט געשריבן:קיינמאהל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ניוטאנ'ס צווייטע געזעץ...
[כוכב, שמעקעדיג, ווי לאנג דארף מען ווארטן?]
האפענטליך די וואך. לכבוד מעמד הרבבותינו.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:23 am
דורך shem-tov
איז שוין דא א אשכול איבער די וועכענטליכע בילדער מאגאזינען. ווי גרויליג דאס איז און וואסערע מעסידש דארף דאס שיקן פאר אונזערע קינדער. דאס פארשטאפן דעם קאפ מיט פוסטע בילדער אן א שום טעם וריח ניואמאל א דעסקריפשאן ערלויבן זיי זיך. אנשטאט לערנען אדער כאטשיק ליינען א באלערנדער ארטיקל. כוויל באשרייבן מיין מיינונג. איז שוין דא עפעס דערוועגן? ווייסט איינער
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:28 am
דורך בשבילי!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:29 am
דורך בשבילי!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:34 am
דורך shem-tov
שכח בשבילי. דאס האב איך טאקע געזוכט. סי יא לעיטער
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:10 pm
דורך געוואלדיג
געדיכטע האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:חמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
איין סטעיטמענט נארישער ווי די צווייטע
איך פארשטיי נישט די דאנצע סומאטוכע חז"ל מיינען סה"כ צו זאגן אז ווען נישט השי"ת איז דאס מטביע אין די בריאה וואלט דאס געווען די פארמיאוסטע זאך צו וועלן. ודי בזה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:12 pm
דורך נח בער
שוין א וואך וואס איך "וויל" אנהייבן מיט א פראיעקט ספעציעל פאר קאווע שטיבל, נעמליך, צו אפשרייבן און איבערטייטשן ענגלישע ביכער פאר אונזערע אידיש ליינענדע ברודער.
נישט איבערזעצן פראפעסיאנאל, ווייל דאס וועט פאדערן שווערע כוחות וואס כ'בין מאמענטאל נישט מעגליך צוצושטעלן, ווי אויך איז דאס שוין פארבינדן מיט בעטן רשות פון די אריגינעלע ארויסגעבער און פובלישער, אבער מיין פלאן איז אפצוליינען א קאפיטל און עס דערנאך אראפגעבן קאנדענסירטערהייט.
איצט בין איך אריינגעקומען אהער אפשרייבן א קורצע הקדמה, און דאס, נאך איידער כ'האב רעכט אנגעהויבן ליינען דעם בוך וואס איז אין פלאן אראפצוגעבן פאר אייך, אבער צו עפענען דעם אשכול און דאס זאל מיר טרייבן ממשיך צו זיין.
דערזעענדיג ידידינו הנכבד הר' כוכב'ס אשכול דא, האב איך זיך דערין אנגעהאנגען און עס איז צום האפן אז גאר בקרוב וועלן מיר זיך נעמען דערצו מיט א פלייס.
דער נאמען פון בוך וואס ליגט אויפן טישל איז גאנץ א געשמאקע און וויכטיג נוצבארע טעמע וואס וועט זיכער העלפן פאר אחינו בני ישראל הנמצאים בגולה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 9:08 am
דורך טעפל
נח בער, מיר ווארטען מיט אנגסט..
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:12 am
דורך שמערל
לדעתי איינער וואס איז נישט גרייט צו נעמען די מי זיך אויסצולערנען ענגליש, איז זעכער נישט גרייט זיך צו לערנען די תוכן פון עני אינפארמאטיווע ביך, אבער אדרבא אויב האלט איר אנדערש, בודאי תבוא עליך ברכה פארן זיכוי הרבים.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:40 pm
דורך נח בער
טעפל האט געשריבן:נח בער, מיר ווארטען מיט אנגסט..
זינט כ'האב זיך אונטערגענומען צו טאן דערין האט זיך מיר אנגעהויפנט אזויפיל ארבעט אז עס איז מיר פשוט ארויס פון קאפ מיין פרישער איניציאטיווע.
א דאנק פארן דערמאנען, און האפנטליך וועט נאך היינט ארויפקומען א שטיקל.
שמערל רעדט צו מיר?
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:59 pm
דורך שמערל
יא
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:04 pm
דורך א איד
שמערל עס איז נישט אמת, איך וואלט זיך אויסגעלערנט ווען עס איז ווען דא נאך אידישע ביכער.
האלטסט אז די וואס קענען נאר ליינען ענגליש, און אלע ביכער וואלטן געווען אויף העברעיאיש אדער אידיש, וואלטן זיי זיך אויסגעלערנט די שפראך, אוודאי נישט, מיר זענען גארנישט אנדערש.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:07 pm
דורך נח בער
שמערל האט געשריבן:לדעתי איינער וואס איז נישט גרייט צו נעמען די מי זיך אויסצולערנען ענגליש, איז זעכער נישט גרייט זיך צו לערנען די תוכן פון עני אינפארמאטיווע ביך, אבער אדרבא אויב האלט איר אנדערש, בודאי תבוא עליך ברכה פארן זיכוי הרבים.
אז דו רעדסט צו מיר, לאמיר פרובירן צו פארשטיין וואס דיין חוות דעת איז.
וואו האסטו געזען אז "איך בין נישט גרייט זיך צו לערנען ענגליש"?
און ווער האט דיר דערציילט מיינע קענטעניסן אינעם ענגלישער שפראך?