בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:46 pm
דורך דולה ומשקה
63) ווען מ'פאלט א רבי'שע כורעים יום כיפור ביי מוסף, דארט ווי עס שטייט "כאן המנג שאין כורעים".

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:00 pm
דורך דריידל
ווען מ'שרייט אריין אינמיטן ליינען מיינענדיג אז די בעל קורא האט געמאכט א טעות און דערווייל ווערט מען געוואר אז מ'האט אליינס געמאכט א טעות (מעשה שהיה פאריגע וואך)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:06 pm
דורך יעדער לאכט
איך זעה מיינ'ס א חבר(?) קומט מיר אקעגן אויפן גאס, און איך ווייס אז אויב כאפט ער מיר איז טייטש אז ער וועט מיר אויפהאלטן ביזן לעצטן מנין מעריב אין שומר שבת. איך בין נישט געווען גרייט דערצו.
איך גיב א כאפ ארויס מיין טלפון פון טאש און הייב אהן פירן א גאר וויכטיגע דיסקאסיע מיט... קיינעם נישט.
"סאו ווען וועט ער עס האבן?"
---שטיל 3 סקונדעס
"ניין, איך מוז עס האבן מארגען אינדערפרי!"
---שטיל 4 סקונדעס
"זאג אים קלאר, אויב האב איך עס נישט מארגן 9 אזייגער, וועל איך מוזן" ------ אפפס. מיין טלפאון קלינגט...........

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:07 pm
דורך Kool man
אז מ'בייסט אריין אין אנ'עפעל און מ'טרעפט דארט א האלבער ווארעם
:cry: