בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am
דורך איך אויך
וועלכע?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:42 am
דורך ברוך שאמר
פליקער האט געשריבן:פאפעוו

?????

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:42 am
דורך יין שרף
פליקער האט געשריבן:פאפעוו

וועלכע פאפא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:48 am
דורך petergrifin
דער דריטער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:50 am
דורך קאפקעיק
יין שרף האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:פאפעוו

וועלכע פאפא?

פאפא עזה

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:52 am
דורך שמעקעדיג
באבוב מיט א פ'....
חחחחח פליקער דו ביסט פיין

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:14 pm
דורך אויס מענטש
ערנסט גערעדט
קרייז- באבוב
אדרע אנ א נאמען פלעין קהל בני שלמה וכדו', און יעדער וועט זיי במילא רופן באבאוו

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:02 pm
דורך לאליפאפ
עטליכע הצעות דורך הרב וואטסעפפ

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:05 pm
דורך יין שרף
אזוי? ווער איז געווען די פריעדיגע צאנז-באבובע רבי זצ"ל...?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:38 pm
דורך הדד בן בדד
לאליפאפ, עס איז פסול, 45 מוז זיין די זעלבע סייז...

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:14 pm
דורך דולה ומשקה
* ער האט שוין דעמאלס געזאגט: סאטמאר מאכט א חילול השם דורך גיין אין קאורט, באבוב מאכט א חילול השם דורך גיין צו א בית דין

* סאטמאר איז געוועהן דער ערשטע צו גיין אין קאורט, באבוב איז דער לעצטע צו גיין צו א בית דין.

* בפי המון עם: "באבוב פלעין" נגד "באבוב 45"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:51 pm
דורך דולה ומשקה
אויב רופט ער זיך "48 באבוב", וועט זיך טוהן א צושטיפענישט, יעדער וועט קוקן וועלן כאפן א בליק ווער עס קומט ארויף...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:01 pm
דורך שרייבער
יין שרף האט געשריבן:אזוי? ווער איז געווען די פריעדיגע צאנז-באבובע רבי זצ"ל...?

חכם, ער האט יעצט א אפערטונינטי צו זיין דער ראש השושילתא קדישא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:14 pm
דורך טעפל
מ'רעדט ערענסט אז ר' מרדכי דוד (האדמו"ר מבאבוב45/48/צאנז/קרייז/ וגו') וויל זיך רופען צאנז-באבוב אבער די עולם ביי איהם וויל בעסער 45 אזוי וועט בלייבען 48 אויך..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:53 pm
דורך באבובער
טעפל האט געשריבן:מ'רעדט ערענסט אז ר' מרדכי דוד (האדמו"ר מבאבוב45/48/צאנז/קרייז/ וגו') וויל זיך רופען צאנז-באבוב אבער די עולם ביי איהם וויל בעסער 45 אזוי וועט בלייבען 48 אויך..

שרייבער האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אזוי? ווער איז געווען די פריעדיגע צאנז-באבובע רבי זצ"ל...?

חכם, ער האט יעצט א אפערטונינטי צו זיין דער ראש השושילתא קדישא



וואס הייסט? דער הייליגער דברי חיים איז דער מייסד,
ואחריו כל האדמורי"ם לבית צאנז-באבוב זי"ע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:44 pm
דורך דולה ומשקה
אסאך מענטשען דרייען זיך יעצט ארום ווי א קינד פאר'ן ברית - אן קיין נאמען, היינט נאכט איז דער וואך נאכט, מארגען איז דער דרשת הסברה דהיינו דעם נאמען געבן.
דער עולם האלט זיך וואך (קרי: פתח) משמעוסט אין מקייעט איבער און איבער, מחר יהיה האות הזה...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:42 pm
דורך ביבער
פארוואס מאכט באבוב אזא אישו מיט די נעמען, וואס איז שלעכט מיט בענצי מאטי אזוי ווי אין סאטמאר ארוני זאלי?
די פארמאלע נעמען זאל זיין מהרב"ץ און מהרמ"ד.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:51 pm
דורך ביבער
נחום רז"ב האט איינעם באקרוינט אלס באדזשי'ער רב, געפעלט מיר דעם נאמען אבער פון צווישן אזויפיל קללות איז שווער אויפצוכאפן וועם ער מיינט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:56 pm
דורך אפטעמיסט
איך בין דאך א מתנגד, אבער ווי מער איך טראכט אריין אין דעם פארשטיי איך די טראמא און ווייטאג וואס חסידי רמ"ד גייען דורך. כ'מיין, שטעלט אייך פאר איר זענט דורי דורות א סאטמארער חסיד, נישט נאר איר זענט א חסיד, נאר איר זענט דבוק ומקושר צום רבי ז"ל אויף אזוי ווייט אז סאטמאר איז ווי א חלק פון אייער לעבן, און פלוצלינג, איין טאג, איז מען אייך מודיע אז וועדער יו לייק איט אר נאט — מהיום והלאה זענט איר א פאפא'נער. אנטשולדיגט, אבער איך וואלט געפאלן חלשות! שטעלט אייך פאר א בעלזער צי וויזניצער ווערט איין טאג געוואויר אז ער ווערט מער נישט פאררעכענט א וויזניצער נאר א גור'ער חסיד, גלייבסט מיר ער וואלט זיך גענומען דאס לעבן.

דערפאר, דער וואס האט שכל טוט וואס איך טו און מ'לאזט זיך אפ פון די אלע מעשיות און מ'ווערט א מתנגד. וואס דארף איך אז אין צעהן יאר ארום זאל איך אויסגעפונען אז מ'נעמט מיר בעל כורחי אוועק מיין מוטער-קרייז?! ס'איז מיר בעסער דאס וואוינען אין לעיקוואד, רעדן מיט א סמך און זיין פארשפארט אין פריזער. איר זענט אלע געלאדענט עס צו אויספרובירן. טעמי וראי כי טוב.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:02 am
דורך אויליגער
יתרו האט געשריבן:מאז היתה ישראל לגוי האט נאך קיין רבי נישט געהאט צוגעשטעפעט א נומבער צו זיין נאמען, און ער זאל נישט זיין דער ערשטער נאר עס צו האבן.


ספינקע 18

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:03 am
דורך יאסל ראקאווער
טשאקעווע באבוב
גאליציאן באבוב
גופלעך באבוב

וויקיפידיע האט א גאנצע ליסט פון שטעט וואס איז קוים א האלבע אות לאנג. קען 45 צולייגען א האלבע אות און מקיים פסק זיין על אפם פון די 48

http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... lace_names

וואס שלעכט פון ק"ק אדמו"ר ד' באבוב..
D, De, da, איז א שם עיר..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:04 am
דורך ונבנתה העיר
אפטעמיסט האט געשריבן:גלייבסט מיר ער וואלט זיך גענומען דאס לעבן.

און וואס טוהט א מתנגד אז ער געפונט אויס אז ער איז א חסיד?...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:10 am
דורך אפטעמיסט
כ'גיי טאקע נישט צום גריבוב'ער משום פיקוח נפש