בלאט 3 פון 4
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2018 7:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא, מ׳לייגט די פארשריפטען אליינס, וועלכע קאטעגאריע לאזט מען יא און וועלכע נישט. דאס אלס קען מען טוישען מיט די פעסווארד.
טאמער מ׳וויל אז עס זאל ארבעטען קעגען זיך זעלבסט, זאל מען לאזען דין פעסווארד ביד שני.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2018 4:12 pm
דורך א שרייבער
קעי 9 ארבעט נישט. איך האב דאס אויספרובירט.
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2018 4:13 pm
דורך א שרייבער
איינער מיט אן אנדערע פילטער וואס מען קען דאונלאדן אנליין, און עס קאסט נישט קיין געלט?
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2018 9:43 am
דורך אישתישבי
א שרייבער האט געשריבן:קעי 9 ארבעט נישט. איך האב דאס אויספרובירט.
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
אבי גערעדט.
עס ארבעט פיין.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פראביר יעצט Norton family און עס האט נישט די פראבלעמען וואס איך האב געהאט מיט אנדערע פילטערס. K9 ארבעט שוין נישט אויף ענדרויד, כפי מיטב ידיעתי. דאס זעט מיר אבער אויס בעסער. עס טוט נישט מאכען מיין טלפון שטאטער און עס עסט נישט אויף די באטערי. טעפעטאלק ארבעט נאך פאר מיר, אבער רוב סייטס ווי איך האב געקענט פאטשקען צייט זענען בלאקט. מ'זאגט אז מ'קען עס באזייטיגען, אבער פארשטייט זיך אז די ערשטע פאר טעג און נאך פאר ר"ה זוכט מען דאס נישט צו טון.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט ערפארונג איבער פראבלעמען אין qstudio
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
איינערווייסט איבער א גוטע פילטער א שטייגער ווי טעקלאק פאר בחינם?
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2020 8:11 am
דורך דעברעצינער
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינערווייסט איבער א גוטע פילטער א שטייגער ווי טעקלאק פאר בחינם?
די אידיש פילטערס איז נישט דא פאר בחנם כפי ידיעתי אגב איך מיין טעקלאק איז די ביליגסטע פון אלע
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2020 12:24 pm
דורך אישתישבי
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2020 10:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז איינער האט אויפגעוועקט די אשכול, וועל איך זאגן מיין ערפארונג מיט נארטאן. איך נוץ איהם יעצט אויף מיין לעפטאפ און אויף מיין ווייב'ס סמארטפאון (מיין סמארטפאון איז געגאנגען קאפוט, און איך האב עס ריפלעיסד מיט א פליפ-פאון, ביזדערווייל). פאר $45 א יאר קען איך עס לייגען אויף פינף דעווייסעס. איך האב עס בעיקר צו פארמיידן צייט פארשווענדעניש, און מיין ווייב'ס איז ווייל די קינדער וואקסען אונטער, און זי האלט עס נישט אויפ'ן פאסיק אגאנצע צייט, און ווער ווייסט וואס זיי קענען אלס טון דערמיט.
איך בין צופרידן, נאר איין פראבלעם האב איך. ווען די קאנעקשען איז שטאט, טוט עס צוערשט קאנעקטן צום גע'אסרט'ע סייט, און ערשט א פאר מינוט (צו סעקונדעס, איך האב נישט געציילט) שפעטער, בלאקט עס יענער סייט. ביי א שנעלער קאנעקשען פאסירט עס נישט, אבער ביי א שטאטליכער פאסירט עס.
באופן כללי בין איך למעשה יא צופרידן, מ'דארף נאר זיכער מאכען אוועק צו געבן די פעסווארד פאר א צווייטן. אז נישט איז עס דאך א ברכה לבטלה.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 3:16 am
דורך טראכטכמוני
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז איינער האט אויפגעוועקט די אשכול, וועל איך זאגן מיין ערפארונג מיט נארטאן. איך נוץ איהם יעצט אויף מיין לעפטאפ און אויף מיין ווייב'ס סמארטפאון (מיין סמארטפאון איז געגאנגען קאפוט, און איך האב עס ריפלעיסד מיט א פליפ-פאון, ביזדערווייל). פאר $45 א יאר קען איך עס לייגען אויף פינף דעווייסעס. איך האב עס בעיקר צו פארמיידן צייט פארשווענדעניש, און מיין ווייב'ס איז ווייל די קינדער וואקסען אונטער, און זי האלט עס נישט אויפ'ן פאסיק אגאנצע צייט, און ווער ווייסט וואס זיי קענען אלס טון דערמיט.
איך בין צופרידן, נאר איין פראבלעם האב איך. ווען די קאנעקשען איז שטאט, טוט עס צוערשט קאנעקטן צום גע'אסרט'ע סייט, און ערשט א פאר מינוט (צו סעקונדעס, איך האב נישט געציילט) שפעטער, בלאקט עס יענער סייט. ביי א שנעלער קאנעקשען פאסירט עס נישט, אבער ביי א שטאטליכער פאסירט עס.
באופן כללי בין איך למעשה יא צופרידן, מ'דארף נאר זיכער מאכען אוועק צו געבן די פעסווארד פאר א צווייטן. אז נישט איז עס דאך א ברכה לבטלה.
נישט צו נישטערן אין יענעם'ס אינטערוועש קאנעקשאן, אבער טאמער קאנעקט עס צום גע'אסר'טע סייט בה' הידוע - אפי' פאר אביסל - זעט מיר אויס ווי א ברכה לבטלה ספיציעל אז די קינדער וואקסן אונטער
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 8:14 am
דורך אישתישבי
גיב א קוק אױב עס איז דא א סעטטונג וואס געשעהט ווען נארטאן איז נישט עוועיליבעל. א. אלעס איז אפען, ב. אלעס איז פארמאכט.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 9:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט אזוי מורא פאר זיך. מיין קינדער קומען נישט צו צו מיין קאמפיוטער, און די סבה פארוואס איך האב ארויף געלייגט א פילטער אויפ'ן קאמפיוטער איז ווייל איך וויל האבען אינטרנט אינדערהיים צו קענען ערלעדיגן מיין עניינים פון שטוב, און טאמער איך וועל נישט האבען א פילטער, וועל איך פאטשקען צופיל צייט. ווען איך באקום אינטרנט אינדערהיים, וועל איך נישט באקומען די שטאטע אינטרנט וואס איך נוץ יעצט, דורך דער mobile hotspot פון מיין 3g פאון.
די גע'אסרט'ע סייט איז ישיבה ווארלד אדער ענליך, נישט עפעס צו אייאייאיי. ווער נישט עקסייטעד דערפון.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:42 am
דורך טראכטכמוני
אקעי כ'בין אויס עקסייטעוועט, כ'האב געמיינט דו מיינסט אפשר ק"ש נישט חלילה ערגערע אייאייאיי
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 11:31 am
דורך היסטאריקער
איינער האט די אינפארמעישן פון א גיטע פילטער פאר android למשל norton לינק אדער פאון #
למצוה גדולה יחשב
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
family.norton.com
דארט קען מען פילטערן פינף דעווייסעס פאר $45 א יאר. מ'דארף טרעפן אן עצה פאר די פעסווארד, כדי מ'זאל עס נישט אליינס האבען אדער אריין לייגען אין די קאמפיוטער און גוגךל זאל עס סעיווען, ווייל דעמאלס מה הועילו חכמים בתקנתם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:27 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:family.norton.com
דארט קען מען פילטערן פינף דעווייסעס פאר $45 א יאר. מ'דארף טרעפן אן עצה פאר די פעסווארד, כדי מ'זאל עס נישט אליינס האבען אדער אריין לייגען אין די קאמפיוטער און גוגךל זאל עס סעיווען, ווייל דעמאלס מה הועילו חכמים בתקנתם.
געוויסע מאכן אז האלב פעסווארד ווייסט די מאן אין די אנדערע האלב די ווייב,
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:06 pm
דורך starfromusa
איז דא א אידשע פילטער וואס לאט דורך קאווע שטיבל ?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
techloq!!
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:14 pm
דורך פאליטיקאנט
Gentech
ווענדט זיך אויב ביסט אונטער א קהילה, אויב ביסטו אינטער זיי דירעקט איז עס אפן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:27 pm
דורך starfromusa
פאליטיקאנט האט געשריבן:Gentech
ווענדט זיך אויב ביסט אונטער א קהילה, אויב ביסטו אינטער זיי דירעקט איז עס אפן.
א גרויסען יישר כח
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
גם אנכי בצרה הזאת
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:50 pm
דורך שמעקעדיג
Netspark