בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 1:02 pm
דורך שעפטל
ס'וועט זיין אפשר אביסעלע באורינג און קינדעריש צו שרייבן אז אויף דעם האמער געווארט, מ'זאגט עס נאכאמאל און נאכאמאל אויף יעדע צווייטע אלבום.
גראדע איז אבער די אלבום א חידוש נפלא! ביז יעצט האט מען געהערט גוטע אלבום'ס מיט קינדער פון קינדערלעך, יעשיווע בויס, צו מיאמי (פוי!) בויס, העכסטענס א קעמפ שלוה... אבער אזאנס פראפעשענאל פון [tag]MK Studio[/tag] קווייער איז העכער אלע ערווארטונגן! שיין, זיס און אזוי פראפעשענעל, מ'קען (עכ"פ איך) דאס הערן און הערן נאכאמאל און נאכאמאל.
פאר ווער ס'האט ליב וויאזוי יוסי זינגט און קרעכצט איז דאס ממש וואונדערבאר, סיי זיין ווילדע זינגן ביים ערשטן ניגון, סיי זיין קרעכצט ביי "קדוש".
האט פיינע סאולא'ס, שיין און טייל קוקט מיר אויס גאר אינגע וואס געבן צו אביסל ספייס צום נייעם אלבום.
די קווייער פון די קינדער בשעת יוסי זינגט איז מלא חידושים, זייערע געשרייערייען זענען ווערט אלע געלטער, איך האב שוין באלד מורא אז משי געט זיי צופיל קולעי וואסער צו העכערן זייער ציקער און צולאזענקייט... יו נאו וואט? איך ספאנסער נאך א פולע קעיס פון קולעי..!
און יא, דער אדרבה ניגון, איז גראדע גאנץ א גוטע אויסוואל פון זיינע אלטע ניגונים!
אוי ווי מעכטיג אוי ווי הייליג... אפפס סארי ס'ארבייט יעצט דא
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 3:52 pm
דורך פליקער
איך האב איצט געקויפט זיין קאסעט, עס איז א מייסטער אלבאם, הגם זיין שטימע איז עפעס א מאדנע שטימע, ווי ער זאל וועין אינהעילען םוילעה, ווער עס האט אים איינגערעדט אז זיין שטים איז גראד פון געניידעם גייט גראד אין געהענם, אבער די קינדער זענען עפעס הערליך, די קאמפאזישן'ס זאנען גאר גיט, אפילו אדרבה האט באקימען א נייעם צורה, א כלל עס האט געלוינט די צעינער.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:15 pm
דורך ציגרעטל
?is it on the play store yet
?link
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:59 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער האט געשריבן: ווי ער זאל וועין אינהעילען םוילעה
תם מה הוא אומר מה זאת?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:17 pm
דורך מצטמק ויפה
יא! איך האב שוין מסיים געווען דעם סידי בלי גוזמא 30 מאל און איך קען ענק זאגן דאס איז וואָן אָוו עי קיינד. און די סיבה פארוואס איך האב געווארט ביז דרייסיג מאל צו שרייבן עפעס אויפן סידי איז פשוט ווייל געווענליך נאך דריי מאל הערן א סידי קען איך שוין די גאנצע זאך אויסעווייניג מיט יעדע קנייטש, און מפּאקט עס אוועק אז עס זאל זיין וואס צו מסדר זיין פאר פסח. אבער עפעס דא איז עס בכלל נישט אזוי, איך הער עס איבער און איבער און איבער און יעדעס מאל הער איך א נייע חידוש א נייע קנייטש א נייע הארמעני עס איז עפעס געוואלדיג.
די ניגונים איז א הערליכע קאלעיקשן ספעציעל געקליבן אז עס זאל זיך הערן שיין מיט א קינדער כאר יעדע ניגן איז מלא חידושים און געשמאק. די קינדער כאר איז עפעס וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן מושי האט אריינגעלייגט שעות שעות ארבייט, די הארמעני, די נאכפאלגן, עס איז געוואלדיג. יעדע פאל פונעם ניגון האט ער א פרישע איינפאל א פרישע געדאנק בקיצור א מעסטער פּיס.
יוסי איז דאך נישט קיין סוד אז ער איז א שטיק ניגון און ווען מ'הערט א ניגון פונעם קאומפוזער אליין האט עס גאר א אנדערע טעם, ער זינגט געוואלדיג אויף דעם אלבוים און אויך אלעס מיט א חשבון וואו יא און וואו נישט אז עס זאל זיך הערן פּערפעקט.
די מוזיק אויפן אלבום האט נפתלי משה געמאכט. איך מיין אז מ'קען זאגן אז ער האט נאך אזאנס נישט באוויזן עס אעז טאקע נישט די סארט מוזיק וואס א נישט-מוזיק גלייכער האט ליב ווייל עס האקט נישט און זעצט נישט אבער אז מען לייגט צו קאפ הערט מען ממש פלאים אויף יעדע ריר "נפתלי משה ביסט ריזיג".
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:08 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:פליקער האט געשריבן: ווי ער זאל וועין אינהעילען םוילעה
תם מה הוא אומר מה זאת?
העליום צוריקצעוועגס, ווען מען רעדט נאכן אריינאטעמען העליום גאז קומט די קול ארויס זייער נידריג, (סאיז זייער פאני צו זען, גראדע)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:41 am
דורך פליקער
העליום איז באקאנט אז אויב אטעמט מען עס אריין מאכט עס די קול מאדנע דין, אזש אז עס קימט שרעקליך צי לאכן,
עיין ביו טוב, על כן אויב נעמט ער איין עפעס פארקערט ווי העליום וואס מאכט דעים קול דיק אזש אז עס קימט צי לאכן, אבער אז מען ברויך מסביר זיין א וויץ האט עס א נאך טעם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:12 am
דורך מ גפני
וואו קען מען באקומען העליום אויף אריינצוהעילן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:01 am
דורך איך אויך
ביי די סטארס וואס פארקויפן באלאנען ,אויב דו דארפסט א גרעסערע קוואנטיטום פראביר ביי די קאמפאניס וואס שיקן ארויף די בלימפס/הייסע ליפט באלאנס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:27 pm
דורך שעפטל
ווי [tag]מצטמק ויפה[/tag] הער איך עס און קען נישט אויפהערן, ס'מיר ממש אן עדיקשאן געווארן.
און יא איך האב פריער געטראפן א חידוש.... ביי די ערשטע ניגון זינגט מען "התקבצו מלאכים זה אל זה, זה לקבל זה ואמר זה לזה", די קווייער ווען זיי לויפן נאך מיט א שטיקל הארמאני (ביים צווייטן מאל..), ווידער זינגט "ואמר זה אל זה"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
לעיקוואד האט געשריבן:סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?
זיי קומען שוין צום שכל
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=24950
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 4:35 am
דורך כלבאשבוע