בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:20 pm
דורך אויסגערוט
דער גאנצער קלאס האט מסתם געכאפט נאכדעם

די גוטע געפיל ווען...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:59 am
דורך יין שרף
מען עסט א פעקל ניסלעך, און די לעצטע איז פונק א גוטע...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:36 am
דורך חלה דעקל
מעזיצט אין בית הכבוד פאר א געזונטע שעה און גארנישט גייט נישט האסט שוין געטוהן אלעס אין די בוק.. געסט שוין כמעט אויף און ס'קומט צו קנאקען נאך מער ווי געראכטען.. ממש חסדי ה'! :lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:04 pm
דורך יעדער לאכט
נעכטן נאכט אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד נאך מעריב

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:15 pm
דורך לית דין בר נש
ווען מען פארט זונטאג (שבוע שחל בו סוכות) שאפינ"ג אויף 13 עוו. און עס איז דא פיר שורות געפארקטע קארס צוויי אויף יעדע זייט
און פארנט פון דיין נאז פארט איינער ארויס פון א גיהעריגע ספא"ט און די ביזט זוכה אין דעם!!!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:17 pm
דורך יין שרף
ווען מען קען מישן פופצען בלעטער פון יוצרות וואס אונז זאגען נישט...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:12 pm
דורך למדן
כ' האב געמיינט דו רעדסט פון מישן פופצן בלעטער הונדערטערס וואס איינער האט דיר אקארשט (?...) באצאהלט

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:50 pm
דורך יין שרף
נעה קומט נישט צו...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 7:08 pm
דורך מאטי
נאך צוויי שעה שטעכן מיט א טוט פיק גליטשט זיך דער הארטער בעל דבר ארויס פון צווישן די ציינער במלא הידורה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:32 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דער רבי אין חדר האט געגעבן א לויף צו, צו מיר, מיר צו געב'ן א פאטש... און גיבט זיך א גליטש אויס (אויף זיין אויסגעגאסענע קאפי) און טראסקעט אראפ... און האט זיך "גוט" צוקלאפט...

(דער פאטש האט שוין נישט ווייגעטוהן)

אויסגערוט האט געשריבן:דער גאנצער קלאס האט מסתם געכאפט נאכדעם


נאך דעם האט שוין איעדער געקענט באשטיין צו כאפען... עס האט שוין נישט אזוי וויי געטוהן.
מען האט דאך געכאפט די רפואה פאר די מכה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איך האב היינט אינדערפרי געהערט אז מיין באליבטע הקפה ניגון 1877kars 4 kids האט צוגעלייגט א הויעכע פאל צו די ניגון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:08 am
דורך שמעקעדיג
:lol: :P :D