רוחניות, ווער קען דעפינירן ?

מחשבה, השקפה ועיון
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

א דאנק פאר יעדער וואס באטייליגט זיך דא בפרט אזעלכע ריזן ווי יאיר, לעיקוואד און מאטי.
למעשה האלט איך נאך ביי סקווער 1, ווער קען מיר דעפינירן רוחניות אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירה מיניה וביה, רוחניות מיין איך די עצם נישט די הרגשה, צבש"פ קדושה איז א הרגש, אבער אן עצם אויך למשל די בית המקדש איז א הייליג פלאץ נישט קיין נפק"מ אויב מענטשן זענען דאס מכבד אדער שפירן זיך דערהויבן דארט.
אט די סארט רוחניות ווי אויך נבואה, מלאכים, וכו' ווער קען אראפגעבן א גוטן דעפיניציע.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

זיי אביסל בעסער מסביר דיין פראגע. דאס אז מענטשן און הייזער קענען האבן קדושה, מיינט נישט אז ס'איז דא אן אנדערע מציאות פון קדושה. בלויז אז מענטשן קענען שפירן, און הייזער נישט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ווער זאגט א בית המקדש האט קדושה אן מענטשען? עיין משך חכמה. ואמרו רז''ל ממקדשי תיראו לא מהמקדש אתה מתיירא אלא ממי שציווה על המקדש.
ועוד, מה לקדושה ורוחניות?

בכלל די ווארט רוחניות טרעפט זיך נישט בדברי התורה וחז''ל און איז א המצאה פון מיטל אלטער מתרגמים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מ'רעדט דאך ווען ס'איז יא דא קדושה, דאן ליגט דאס יא אין די שטיינער?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

מאטי האט געשריבן:אפילו נישט, וואס טיש זאל נאר נישט זיין, איז דאס א דעזעגנירטע מציאות פון "טיש" קעגן די איבריגע מציאות וואס איז "נישט טיש" חוץ אויב "אלעס איז טיש" וואס דאן ווערט דאס אויס טיש און רופט זיך "אוניווערס".

דאכצעך די ווילסט זאגן אז מקום (און זמן) פעלן אויס כדאי מ'זאל קענען פונאדערשיידן איין מציאות פונ'ם צוייטן. אבער איך מיין דאס איז נישט גערעכט. למשל, צוויי עלעקטראנס קענן זיין אופן זעלבן מקום-זמן ווילאנג זיי האבן אנדערע ספי"ן. דאך זענען זיי צוויי עלעקטראנס, נישט איינס. מערק אויך אז עלעמענטארי פארטיקלס נעמען בעצם נישט אויף קיין פלאץ בכלל. (בפשטות -- אבל יש להאריך בזה.)
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך רעדט במחשבה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

מאטי האט געשריבן:איך רעדט במחשבה.

איך ווייס נישט. איך האב נישט קיין פראבלעם זיך פארשטעלן א מציאות אן דעם מושג פון מקום.
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דאן ווי אזוי דעפינירסטו דעם מציאות קעגן די איבריגע מציאות'ר אין דיין מחשבה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די קענסט זיך פרשטעלען דעם פשוט פשט בדברי חז״ל אז דער מקום הארון איז אינו מן המידה?
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

אתא קלילא האט געשריבן:די קענסט זיך פרשטעלען דעם פשוט פשט בדברי חז״ל אז דער מקום הארון איז אינו מן המידה?

אוודאי. מסתם אי דער ארון געווען אן עלמענטארי פארטיקל. כ'פארשטיי נאר נישט ווי אזוי מ'האט געקענט אריינלייגן עפעס אינעווייניג.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

מאטי האט געשריבן:דאן ווי אזוי דעפינירסטו דעם מציאות קעגן די איבריגע מציאות'ר אין דיין מחשבה.

איינס איז פלירטלעך אין די אנדערע איז העלטלעך, וכדומה. זיי האבן פראפערטי"ס וואס זענען אנדערש, על אף וואס זיי זענען תופס די זעלבן מקום. איך זעי נישט דעם פראבלעם.
I post, therefore I am
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

לעיקוואד האט געשריבן:ווער זאגט א בית המקדש האט קדושה אן מענטשען? עיין משך חכמה. ואמרו רז''ל ממקדשי תיראו לא מהמקדש אתה מתיירא אלא ממי שציווה על המקדש.
ועוד, מה לקדושה ורוחניות?

בכלל די ווארט רוחניות טרעפט זיך נישט בדברי התורה וחז''ל און איז א המצאה פון מיטל אלטער מתרגמים.

א) ווען די זאגסט מה לקדושה ולרוחניות, צו וואספארא רוחניות ביסטו זיך מתייחס ?
ב) נניח מיר וועלן אננעמן ווי די משך חכמה, אז קדושה איז נישט א מושג כשלעצמו ס'טוט סך הכל מתאר זיין די הרגש פון קדושה, און לכאורה קען מען אזוי זאגן לגבי טומאה וטהרה, אבער וואס וועסטו טוען מיט אנדערע מושגים רוחניים ווי מלאכים, נבואה, נשמה, גן עדן וגיהנם, נסים ועוד, וואס זענען אלע מעטאפיזישע מושגים אבער דארפן צו האבן א כח צו באווירקן און אויסקרויזן די געזעצן פון די נאטור.
ג) לגבי חז"ל, דאס אז די מושג רוחני ווערט נישט דערמאנט מיט דעם נאמן איז נישט קיין הכרח אז די געדאנק פון רוחניות געפינט מען נישט ביי חז"ל פונקט אזויווי חכמת הדקדוק ווערט אויך נישט דערמאנט בעפאר ס'איז פורמילאזירט געווארן אין מיטלאלטער, פונדעסטוועגן האט די כללי הדקדוק עקזעסטירט בעפאר
הגם ס'איז א סוגיא פאר זיך, אויב לפי פשטות החז"ל זענען זיי פון די מגשימים לגבי מציאת הבורא, מלאכים, גן עדן וגיהנם, די רמב"ם מטעמים מובנים איז פארנומען אראפרייסן די וואס זענען מגשים שכר ועונש לפי פשטות דברי חז"ל וכ"ש לגבי מציאות הבורא וואס ער באצייכנט אלס כפירה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך זע אז דו האסט אויך א פראבלעם מיט ניסים. פארוואס איז א נס מער פראבלעמאטיש ווי טבע? טבע זאגט אז ים זאל זיך האלטן צוזאמען, נס זאגט עס זאל זיך שפאלטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

וויאזוי קען א מעטאפיזישע זאך מאכן א שינוי אין א פיזישע זאך ?
נאך מער אז ס'זענען פארהאן מאטאפיזישע כוחות וואס באווירקן די נאטור דאן איז זינלאז צו מאכן סיי וואספארא עקספירימענטן ווייל ס'קען זיין אז מעטאפיזישע כוחות האבן interfered.
נאך מער אויב די ים שפאלט זיך ווירקלעך ווער זאגט ס'איז א נס אפשר איז עס טבע און מדארף טרעפן א הסבר ע"פ טבע ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין. אייער שאלה איז גאר א כללותדיגער און איז נישט גענוג מוגדר באמת ממילא רעדט מען דא אביסעל אזוי וואסערדיג. איך וועל פראבירען רעדן ווי קלאר מעגליך.

איך האב מעורר געווען היסטאריש. ביסט גערעכט פון די ווארט איז נישט קיין ראיה ברורה, אבער פון די גאנצער צוגאנג ביי די תורה וחז"ל, זעהט מען אז זיי האבען נישט געהאט אזא קוק אויף די מציאות ווי אייער שאלה הייבט זיך בכלל אן.

=א=

דהיינו אמת קדושה רוחניות נשמה וכו' וכו' און אזוי נאך צענדליגע מושגים ווערט ביי אייך פאררעכנט א חלק פון 'רוחניות' אין איין קאטאגאריע. דאס הייסט איר נעמט אן לכתחילה עס זענען פארהאן צוויי אנדערע סארט קיום. עס איז דא קיום גשמי וואס ווערט גערעכנט בזמן ומקום וכו' ( הגם שכבר העירו למעלה אם זמן ומקום עצמם הם קיימים בגשם ואם כן הכל מעגלי כאן, ואם הגשמי חייב לתפוס מקום גשמי וכו') און עס איז דא קיום רוחני וואס האט אנדערע כללים. אדער פיזיש און מעטאפיזיש. די עצם חלוקה איז נישט צום טרעפן אין די תורה און עס איז נישט קלאר עס האט בכלל האפט.

אין די תורה איז דא גאט מלאכים נסים וכו' וכו' אבער קיינמאל זעהט מען נישט אז די מהות הקיום זייערע איז אן אנדערע סארט קיום ווי חפצים גשמיים טישן און בענק. בכלל די מושג פון פיזישע געזעצן וואס הערשן אין די עולם הגשמי האבען זיי נישט געהאט בכלל. אין תנ"ך זענען דא טישען וואס פירען זיך געווענטליך אזוי אמאל אזי דא א נס א מלאך קען אדורכגיין א טיש. עס איז נישטא די תפיסה אז דאס זענען צווי קאטאגאריעס פון קיום.

=ב=
די פרעגסט אביסעל די שאלה "איז דא רוחניות", צוזאמען מיט די שאלה "וואס איז רוחניות". מציאות און מהות זענען צוויי אנדערע זאכען. און די שאלה וויאזוי אדער צו ווייסען מיר עס איז דא רוחניות איז נישט די זעלבע שאלה ווי וואס איז דער מהות פון רוחניות. עס קען זיין אז לויט די היינטיגע כלים און אמות מידה פון הכרעה איז נישטא קיין גוטע ראיה אויף א שום דבר "רוחני". למעשה איז דאס גארנישט געזאגט ווייל די כלים נעמען שוין אן לכתחילה אז קיום מיינט וואס מען קען טרעפן לויט זייערע כלים. ואילו טאמער זאל איך זיך פארשטעלן עס איז דא א גענצליך אנדערע סארט קיום האט דאס גארנישט מיט די אלע דרכי הידיעה וההוכחה פון די קיום גשמי. נאר כאמור איז די חלוקה פרעמד פאר די תורה וחז"ל און בכלל פאר סאסייעטיס וואס לעבן מיט מושגים וואס מיר רופען רוחניים וואס זיי זענען נישט מחלק צווישען קיום גשמי און קיום רוחני.

די זעלבע איז נישט נאר היסטאריש נאר אויך היינט אז מען פארשט געוויסע אינטואיציעס וואס מענטשען האבען נאטורליך פון א נשמה אדער אן אני, זעהט מען אפילו עס האט נישט פונקט די זעלבע גדרים פון אנדערע חפצים, דאך קומט עס מיט דער הנחה אז דער קיום איז פונקט ווי אנדערע חפצים. און אפילו אז עס האט א זמן ומקום פאר זיך. דער נשמה וואס מענטשען רעדן דערוועגן קען זיך געפינען אין א געוויסע ארט אין א געוויס צייט אן די אינטואציע וואס איז מולד די ידיעה איז נישט נחית צו די טעאריע אז דאס איז א מושג מופשט וואס איז ניש שייך צו דעם.

=ג=
אויב רעדט מען שוין יא טעארעטיש, האבען שוין היינטיגע פילאסאפן מעורר געווען אז דער מושג חומר איז פונקט אזוי נישט קיים במציאות ווי דער מושג רוחניות. ווארום וואס איז די הגדרה "חומר". טאמער וועסטו מגדיר זיין "אלעס וואס איז פארהאנען", האסטו דאך א ליידיגע הגדרה. וואס מען וועט מחליט זיין איז קיים לויט וואסרארא קרייטיריע מיר האבען פון דעם איז דאך בכלל. ווייטער וועט מען מגדיר זיין "אלעס וואס איז אונטער געוויסע כללים" איז דאס סתם א שרירותדיגע הגדרה וואס עפעס מאכט דאס עפעס א סוג קיום. דער ווארט חומר מיינט דאך נישט פרטישע זאכען ווי טישען און בענק נאר איז ווייטער א כלל מופשט וואס קיינער האט נישט געזעהן= א מעטיפיזישע הנחה.

היוצא לנו מזה איז אז אייער שאלה איז לכתחילה א טעות געמישכאץ פון ווערטער. איר זענט מגדיר חומר אדער טבע "דאס וואס איך ווייס עס אזי קיים", און יעצט זוכט איר עפעס מעבר לזה, עס איז ווי כאילו איר בעט "ווייז מיר א זאך וואס מען קען נישט ווייזען", אדער "וויאזוי קען א זאך וואס עקזעסטירט נישט עקזעסטירען". דאס איז דאך סתם נאנסענס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איז אויב ווילסטו דווקא א חלוקה פון פיזיש און מעטאפיזיש בלייבט דיר לכאורה נאר צוויי מהלכים. איינס איז דער פלעטאנישער מהלך פון רופען דער קיום פון כללים אדער צורות א קיום באמת נאר עס איז קיים קיום רוחני. אזויווי דער רויטליכקייט פון א טאמאטא איז נישט קיים בחומר נאר ברעיון און דאך נעמען מיר אן עס איז באמת דא אזא זאך רויטליכקייט. וממילא דער סארט קיום רופט זיך רוחני אדער מעטאפיזיש. (פונקט ווי צו פארשטיין די צורות איז נישט משנה לעצם הדיון זאל זיין במובן אפלטוני או אריסטוטלי או שפינוזסטי של עצם אדער אנדערש) אויב קען מען אזוי מפרש זיין גאט מלאכים נשמה אוודאי די פארצייטישע פילאסאפען האבען אזוי מפרש געווען די שאלה איז אויב בלייבט דער מושג מיט עפעס א שייכות מיט דער מושג גאט נשמות מלאכים וואס נארמאלע מענשטען רעדן דערוועגן

די צווייטע וועג וואס רעדט זיך היינט איז נישט רעדן וועגן צוויי סארטן קיום נאר רעדן וועגן זאכן וואס זענען אימענענט צו אונזער הכרה און זאכען ואוס זענען טראנסענדענט צו איר. דהיינו א זאך וואס איך קען דערקענען גלייך בתוך כלי התפיסה שלי (אור פנימי) הייסט עס איז אימענענט צו איר. יש כוללים בזה אלעס וואס איז ראציאנאל אדער קרוב וכדומה כמובן שיש בזה דיון ארוך אויב איז דא אזא זאך ריכטיג. משא"כ א זאך וואס "פיט נישט אריין" אין מיינע כלי התפיסה, ווי למשל גאט, אדער אפשר אפילו יעדער צווייטער מענטש אדער אובייעקט, הייסט איך ווייס ער איז קיים אבער איך בין נישט תופס זיין קיום גלייך באופן ישיר, נאר כאילו מרחוק אלץ עפעס וואס איז אינדרויסען פון מיר (אור מקיף), דאס הייסט טראנסענדענט צו מיר. דא קען מען זאגן נשמה גאט וכו'. דאס איז אביסעל נענטער צו דער אינטאיטיביער תפיסה פון די מושגים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א באזונדערע שאלה איז בהנחה אז עס איז דא א קיום רוחני וויאזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר א מענטש וואס איז געוואונט צו טראכטען אויף גשמיותדיגע קאטאגאריעס צו טראכטען דערפון. אפשר איז דאס אויך נכלל אין אייער שאלה. אבער אויף דעם דארף מען אריינקריכען וואס מיינען מיר תפיסה און הבנה בכלל. איך האב שוין אבער גענוג געקאטשקעט סאו לאז איך דאס אפ כרגע.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

גאונות, אבער איך בין נישט מסכים מיט אלעס.
איך בין מסכים אז בתנ"ך וחז"ל זענען נישט דא הבחנות צעווישן גשמי און רוחני וכן לגבי נסים כמו שהארכת.
די סיבה פארוואס צומאל פרעג איך די מהות און צומאל פרעג איך איבער די מציאות, איז ווייל מיין עיקר פראגע איז איבער די מציאות, נאר פון נישט קענן דעפענירן איר מהות וויל איך שטערקער מאכן די ספיקות איבער איר מציאות.
די דעפיניציע פון חומר איז יעדע זאך וואס פארנעמט פלאץ, פארשטייט זיך אז חומר קען זיין זייער דקותדיק אז מ'קען איר נישט טאפן מיטן חוש המישוש אבער מ'קען איר אבזערווירן אדער עקספירימענטן.
די טענה אז היות מיר האבן נישט די כלי מדה צו פעסטצושטעלן די עקזיסטענץ פון רוחני קען מען דאס נישט סותר זיין איז מאדנע, וויבאלד איך קען עס נישט סותר זיין זאגט עס עפעס איבער איר קיום ?
דאס וואס איר דערמאנט קאליר, קאליר איז טאקע נישט קיים בעצם, ס'איז אן אפשפיגלונג פון ליכט וואלן וואס מיר פערסעפטן מכח איר כעמישע פראפערטי ממילא איז דאס בוודאי נישט קיין רוחניותדיגע מושג.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דאס נישט קענען סותר זיין ווייזט אודאי נישט עס זאל זיין קיים נאר אויב רעדט מען פון אן אנדערע קאטאגאריע פון קיום איז דער קיום אדער אי קיום פון דער אומנאטורליך אין א וועג ווי נאטורליכע זאכען זענען קיים פשוט שלא מן הענין. ווייטער אויב איז עס קיים דארף מען טאקע חוקר זיין לויט די כללים פון יענע סארט קיום.

דאס איז געווען די עיקר פוינט מיינע אז אויב איז מען מגדיר רוחניות בסוג אחר של קיום איז אלעס וואס מיר רעדן דא דערוועגן נאנסענס און סתם רינדיגע טענות. ווידער אויב איז מען עס נישט מגדיר אנדערש , ווי תנ"ך, ביסטו גערעכט מען דארף פשוט קוקען אויב איז עס דא אדער נישט.

וואס האט די הגדרה פון פארנעמען פלאץ מיט די הגדרה פון וואס מען קען אבזערווירען? דאס איז נישט די זעלבע זאך.
אויב איז דא א קיום רוחני "אבזערווירט" מען עס צו דורך אירע פעולות אין די מציאות (נסים), אדער דורך התבוננות מחשבתית עצמה, אדער דורך רוחניותדייגע הרגשים, אדער דורך די פארשידענע הוכחות שכליות דערצו. דאס איז אלץ אבזערוואציעס וואס ברענגען צו ווייזען דער קיום הרוחני פונקט ווי אלע סייענטיפישע מהלכים צו ווייזען קיום גשמי. (דאס איז אפשר א נייע טענה)

קאליר האב איך נישט געמיינט דער נקודה וואס איר דערמאנט נאר על דרך אפלטון, די זעלבע איז די "טאמטישקייט" פון די טאמאטא. דהיינו דער כלל אדער דער צורה אדער מושג דערפון נישט וויאזוי עס ארבעט פיזיש.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קול דודי האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אפילו נישט, וואס טיש זאל נאר נישט זיין, איז דאס א דעזעגנירטע מציאות פון "טיש" קעגן די איבריגע מציאות וואס איז "נישט טיש" חוץ אויב "אלעס איז טיש" וואס דאן ווערט דאס אויס טיש און רופט זיך "אוניווערס".

דאכצעך די ווילסט זאגן אז מקום (און זמן) פעלן אויס כדאי מ'זאל קענען פונאדערשיידן איין מציאות פונ'ם צוייטן. אבער איך מיין דאס איז נישט גערעכט. למשל, צוויי עלעקטראנס קענן זיין אופן זעלבן מקום-זמן ווילאנג זיי האבן אנדערע ספי"ן. דאך זענען זיי צוויי עלעקטראנס, נישט איינס. מערק אויך אז עלעמענטארי פארטיקלס נעמען בעצם נישט אויף קיין פלאץ בכלל. (בפשטות -- אבל יש להאריך בזה.)


כמדומה שזו הערה כבר העירו על שיטת קאנט שהוא תופס זמן ומקום כתנאים מוכרחים לתפיסה באופן שאינו מדוייק על פי תפיסת היחסיות והקוואנטים שקשורים לזה. מן הסתם עדיין ניתן להצדיק את שיטתו ומ"מ אני לך.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ווען איך זאג אז מ'קען עס אבזערווירן אדער עקספירימענטן מיין איך צו זאגן, אז מ'קען אבזערווירן מיט פארשידענע טעכניקס אז דאס פארנעמט פלאץ, אדער מיט לאגישע הוכחות אז דאס פארנעמט פלאץ, איך רעד נישט פון אבזערווירן כשלעצמו.
די סיבה פארוואס איך האב מוסיף געווען די ווערטער, איז ווייל די קדמונים וואס האבן נישט געהאט די הבנה אין פיזיקס ווי היינט האבן אנגערופען דקות'דיגע חומר אויך מיט נאמן רוחני.
דאס וואס דו זאגסט אז מ'קען אבזערווירן רוחני דורך נסים וכדומה, איז אמת נאר אויב די האדסאן ריווער האט זיך געשפאלטן וכדומה, וואס די אבזערווירסט דעם עצם פאסירונג און אנשטאט צו זאגן אז ס'איז פארהאן אן אי הבנה אין פיזיקס נוצטו אן אומדעפענירטע מושג פון א צעווייטער קיום אלס א שעיר לעזאזאל ארויפצו ווארפן דיין אי הבנה
צווייטענס אויב רוחניות איז אן אומדעפינירטע סארט קיום אדער ישות, און וואס מ'האט נישט קיין השגה אין איר געזעצן, פארוואס איז נישט זינלאז צו מאכן סיי וואספארא עקספירימענטן אין פיזיקס ווען מעטאפיזיקל כוחות, קען האבן interfered.
נאך מער אויב מיר האבן נישט די כלי מדידה צו פארשטיין וואס רוחניות איז, ווי קומט אן צו די מענטשהייט אזא מושג, האט דאס געדארפט אונז פארציילן א נביא וואס באזיצט אליין איבערנאטורליכע כוחות
בנוגע אויב מ'קען טרעפן א פתח פאר רוחני אין מקום וזמן, נאכדעם וואס איינשטיין האט אנדעקט אז זמן איז א פערטע דימענסיע אין די פיזיקל וועלט (ואס דרך אגב איך פארשטיי נישט דאס על בוריה) איז אויך שייך צו זאגן אז זמן ומקום זענען רוחני, און אנדערע ווערטע וואלט איינשטיין אויך געהאלטן אז מקום וזמן זענען רוחני ?
לסיכום וואס איז נישט גענוג מיט אי הבנה אין פיזיקס זעלבסט צו וואס ברויך איך באשאפן א נייעם קיום ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ביז יעצט איז אינעם שמועס ארויסגעקומען דריי סארט קאטאגאריעס וואס מ'קען זיי באטראכטן אלס מעטאפיזישע מושגים
א) אבסטראקטע מושגים, ווי מקום זמן, נומערן, וכדומה, אבער דאס איז נישט נוגע צו מיין שאלה וויבאלד אן אבסטראקטער מושג האט נישט קיין שום השפעה אדער כח צו באווירקן די פיזישע וועלט, צבש"פ לאמיר זאגן אז איך טראכט פון א קעיק וואס האט אין זיך דריי הונדרעט אינגרידיענס, די קעיק איז ווארשיינליך נישט געבאקן געווארן קיינמאל און דער עצם טעארעטישער און אבסטראקטער געדאנק פון אט דער קעיק וועט נישט צוברענגן אז דער קעיק זאל געבאקן ווערן לעתיד, ממילא אט די סארט אבסטראקטער געדאנקן זענען אן אפשפיגלונג פון די פיזישע וועלט אבער ברענגן נישט צו קיין שום ענדערונגען אין די פיזישע וועלט.
ב) די רוחניותדיגע הרגשה, וואס געפינט זיך אינעם געדאנק פון די מענטשהייט, וואס איז ווידעראמאל עפעס וואס שטעלט נישט פאר קיין שום קיום אינדרויסן פון אינזער געדאנק, וכ"ש אז אינזער געדאנק ברענגט נישט צו אז עס זאל געשאפן ווערן קיין שום קיום רוחני.
ג) רוחניותדיגע כוחות, וואס טוען באווירקן די פיזישע וועלט ווי מלאכים נבואה נסים וכדומה, וואס דוקא די סארט קאטאגאריע איז יעצט מיין פראגע וכנ"ל.

די פויבסט איז אנגעקומען קיין ניו יארק פאר א בליץ באזוך, איינע פון די דורכגענג איז געווען נישט מער אין נישט ווייניגער, בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, דאס איז געקומען פלוצלינג אזוי אז ראביי נידערמאן האט נישט געקענט אינטערווינען דאס אפצושטעלן, די פויבסט קומט אן אין וויליאמסבורג זוצענדיג אין אן אפענעם קארעטע צו וואס עס זענען געווען צוגעטשעפט צוויי ווייסע אויסגעפוצטע פערד, פון הינטען האבן אים באגלייט מאסען אנהענגער מיט פענער און צלמים אין זייערע הענט, הרב מנשה פילאפף איז פונקט דעמאלטס געגאנגן אויף בעדפארד עוועניו האלטנדיג און די האנט א שווארצן גארבידזש בעג ענטהאלטנדיג אין זיך צייטונגען ווי ידיעות, מעריב, ישראל היום, די בלאט, ווי אויך תרגום עוז והדר, זוכענדיג א באקוועמע ביסקיסע ערגעצוואו אין די געגענט, ווי מיטאמאל זעט ער די פויפסטליכע סוויטע פארביי פארן די פויפסט פאכעט אים מיט די הענט, און ער שטייט א פארשטיינערטער צום סצענע, די פארציילעמטע קרוין אויפן פויבסטליכן קאפ האבן אים דערציטערט, ער הויבט זיך צוביסלעך אן כאפן אז ער ווערט דא פארזינקען אין א שרעקליכער טומאה, ער זעט מיטאמאל ווי פון איין זייט פונעם וואגן שטייען הערצל און נארדוי, און פון די אנדערע זייט קוק און ריינעס אין העלפן צו שטופן דעם וואגן, אלע מלאכי חבלה זענען זיך צוזאמגעקומען אין פליען העכער די פויבסטליכע סוויטע און מ'קען קלאר שפירן ווי גיהנם פתוחה לו מתחתיו.
צו דער זעלבער צייט דרייווט בערל בעל עגלה זיין באס ס'איז די ערשטע טאג פון זיין נייעם דזשאב אין וויליאמסבורג, מיטאמאל אנקומעדיג קיין בעדפארד ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, פונקט דארף ער באגעגענען הרב פילאפף, די בלוט קומט אים ארויף אין קאפ, מאכענדיג דערביי א האסטיגן שארט סטאפ, מענטשן לויפן צו צו בערל'ן און פרעגן וואס גייט דא פאר, וואס איז די אנלויפענש, אויף וואס בערל ענטפערט איך ווייס נישט דער הרב י. מ. סופר איז יעצט פארביי געגאנגן דא, נו וואס איז פרעגט מען אים, אויף וואס בערל ענטפערט וואס הייסט וואס, א היפאקריט, א פליפ פלאפער, שוין.
פון איינע פון די אפארטמענט געביידעס קוקט ארויס אן היספאניק פון העיטי, ווי נאר ער זעט דעם פויבסטליכע סוויטע, הייבט ער אן צו וויינען פאר פרייד, ער ציילעמט זיך, ער איז איבערגענומען, אזא קדושה, אזא ריינקייט, אזא ליכטיגקייט, באלד נעמט ער זיך פאר אריינצונעמן ישו מער אין טאג טעגליכן לעבן.
צו די זעלבע צייט ווי נאר עס ווערט באוויסט אז די פויבסט שפרייזט יעצט דורך בעדפארד עוועניו רופט אן א קאטוילישע ביזנעסמאן פון מאנהעטאן א ביזנעס קאלעגע זיינע א כינעזער וואס וואוינט פונקט דארט ווי די פויבסטליכע סוויטע דארף פארביי פארן, ער רופט אים אן זאגענדיג גיי צו און קוק יעצט ארויס פון פענצטער, דער כינעזער גייט צו צום פענצטער און זעט ווי די פויבסטליכע סוויטע גייט פארביי בהמון חוגג, זיין קאלעגע פרעגט אים אויף די אנדערע זייט טרייבל, נו דו שפירסט דעם העכערקייט, צו וואס דער כינעזער ענטפערט ווינגווא גוואנג גווענג, איך זעה גארנישט, צו וואס זיין קאלעגע זאגט אים, נו אוודאי מיט אזעלכע פארשלאפענע אויגן וואס מיינסטו האב איך פון דיר ערווארטעט.

ס'איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געמאכט א גרויסן באל לכל שריו ועבדיו, די קעניג האט ארויסגעגעבן א באפעל אז די דעטאלן פונעם מאלצייט זאלן געהאלטן ווערן אין גרויס געהיים, די קעניג האט אויך פארארדענט, אז די מאלצייט זאל זיין טאג טעגליך פאר א תקופה פון א חודש צייט, מ'זאל סערווירן נאר איין מאכל ביי די סעודה, און אז אינדרויסן פונעם באל זאל קיינער זיך נישט וואגן טועם צו זיין קיין שום מאכל.
אין א געוויסער טאג טרעפט א פריינד אן דעם שר האופים וואס איז דער אויפזעהער צוצושטעלן דעם מאכל וואס מסערווירט ביים קעניגליכן מאלצייט, און בעט אים אז ער זאל אים פארציילן וואספארא מאכל מ'סערווירט, זאגט אים דער שר האופים הער זיך איין ביסט מיר א גוטער פריינד, איך בין אבער מצווה ועושה פונעם קעניג צו האלטן אלע דעטאלן פונעם מאלצייט אין געהיים נאר קוק וואס איך וועל יא טוען פאר דיר, קענסט מיך פרעגן אויף אלע סארט מאכלים צו מ'האט דאס סערווירט און איך וועל דיר ענטפערן יא אדער ניין, אבער קענסט מיר נישט פרעגן כלליותדיגע פראגעס צבש"פ צו דער מאכל איז געווען ברויט, די קענסט נאר פרעגן זייער ספעציפיש צו סאיז געווען א בייגל אדער א ראול אדער פרענטש באוגעט וכדומה, שוין די חבר הויבט אן אויסרעכענען אלע ערלליי ברויט, צוו וואס יעדע פון זיי איז דער אנטווארט געווען ניין, איז ער אריבער צו אלע ערליי פליישן, פיש, אויף וואס צו אלעם איז געווען דער אנטווארט ניין אזוי איז ער אריבער צו אלע סארט וועדזשטעבלס קוגלען און צושפייזן, אבער אן ערפאלג, ער שטייט אזוי א פאריאושטער, מיט אמאל פאלט אים ביי א בליציגער געדאנק ער געט א שריי אויס, איך האב עס געכאפט וואס מ'האט סערווירט ביים קעניגליכן מאלצייט. די שר האופים פארבעט אים נו זאג לאמיר הערן , פאטעטא קוגל, זאגט אים דער שר האופים, האסט דאך שוין דערמאנט פאטעטא קוגל, אויף וואס מיין ענטפער איז געווען אז ניין, זאגט אים דער פריינד יא יא ביז יעצט האב איך גערעדט פון א גשמיותדיגע פאטעטא קוגל אבער יעצט רעדט איך פון א רוחניותדיגע פאטעטא קוגל, ווי שטארק באפעפערט אדער באזאלצן דאס קען איך שוין נישט וויסן וויבאלד סוכ"ס רעדט מען דאך דא פון א רוחניותדיגע קוגל, זאגט אים דער שר האופים איך פארשטיי נישט, דו מיינסט טאקע אז דו ביסט שוין דורך אלע סארט מאכלים אויף די וועלט אז עס איז דיר פארבליבן אז דאס מוז זיין א רוחניתדיגע מאכל, נאך מער אויב שוין יא רוחניותדיגע מאכל וואס עפעס א פאטעטא קוגל אפשר א ירושלימער קוגל, און ווער זאגט אז ס'איז בכלל געווען א קוגל, אפשר א געוויסע פלייש, נאך מער וואס איז דיר יעצט מער פארשטענדליך אז דו האסט דיך פלוצלינג אזוי בארואיגט, די מענטשן האבן א חודש צייט געגעסן טאג טעגליך נאר די איינע מאכל, יעדער ווייסט אז פאר א מענטש איבערצולעבן מיז ער כסדר אריינעמן אין זיך מאכלים אויף וואס די פארדייאונגס סיסטעם איז אחראי צוצוטיילן די נויטיגע נוטרישיאנס פארן קערפער  דאס צו האלטן ביים לעבן, יעצט אויב האבן זיי געגעסן א רוחניותדיגע פאטעטא קוגל, ביי וועלכע נקודה איז דאס טראנספארמירט געווארן צו א גשמיותדיגע סובסטאנץ אז דאס האט ערמעגליכט אריינצוגעבן די נויטיגע ניוטרישענס אין זייערע קערפער.
והנמשל מובן מאליו
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פארוואס זוכסטו דווקא עס זאל ווירקען אויף די פיזישע וועלט? דו האסט אפילו א הנחה אז א מעטאפיזישע יסוד קען נישט ווירקען אויף די פיזישע וועלט. איז זוכסטו ווייטער א תרתי דסתרי?

פון טראכטען וועגן א קעיק ווערט נאכנישט קיין קעיק, אבער קלערסטו אז מחשבה זעלבסט (נישט די ברעין וואס טראכט, דער געדאנק אז אזוי און אזוי ווערט קוגל) איז א מציאות רוחנית ? קען ווערן א קעיק אן דעם וואס דער בעקער זאל עס קודם טראכטען? קומט אויס די מחשבה ווירקט יא אויף די וועלט. טאקע נאך א השתלשלות פון סיבות גשמיות פון באקן אבער למעשה ער האט אלעס אנגעפאנגען.

די מעשה מיטן פויבסט ביניך נישט זיכער וואס עס האט מיט די עיקרונותדידעג שאלה. קען זיין אנדערע מענטשען שפירען הרגשות רוחניות וואטעבער דעט מינז פון אנדערע גירויים נאך אלעס זענען מיר מסכים עס איז דא אזא זאך? די חילוקים צווישען מענטשען קען מען גרינג מסביר זיין. פונקט ווי איינער האט ליב לאקשן קוגל און א צווייטער קארטאפל גוגל אבער ביידע זענען מודה אין די מציאות פון ליב האבען.

די קוגל משל פראבירט מסביר זיין די מיינד-באדי פראבלעם?
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט