בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
דער רב האט וואצעפ?

Re: האב איך געהאט א פלאפ ווען...

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:10 pm
דורך שמערל
ס'גארנישט, דיין רב האט מיר עס נארוואס געפארווערט

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:38 pm
דורך BAL TSHIVA
שמעון וואלף האט געשריבן:נעכטן האב איך געמאלדן אז אלטערנעט סייד וועט זיין סוספענדירט פאר היינט. למעשה האב איך פארגעסן דערפון און היינט האב איך געזיכט פארקינג פאר צען מינוט

יעצט פארשטייט איר שוין אז מדארף מער ווי איין דערמאנונג

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:01 pm
דורך HotCoffee
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
שפייען אויפן גאס שליים אזוי גראב אין הויך (א ווייטע שפיי טרייענדיג צו צילן ..) אין אייער שווער אדער שוויגער איז אינטער אייך ...


נאך א מזל נישט אין די פראנט

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 10:53 am
דורך דוק ותשכח
און שנה ראשונה איין שבת צופרי קום איך ארויס פון
שוהל און זאג א שיינעם גוט שבת פאר מיין פרוי,
איך קום א טריט נענטער, אוי דאס איז א צווייטע..

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:39 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)

איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש

כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר

אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)

איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש
די הכנה איז דאך גרעסער פון די מצוה אליין, אוודאי קומט עס נעבעך אן אזוי שווער
כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר
כ'האב געמיינט אז נאך מקוה גייט מען צום דאווענען, דערווייל זעה איך אז אז האסט געכאפט א טבילה פאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען.
למעשה, דאס ליידיגע צעטל איז נישט אזוי ווייט דיין פלאפ ווי דעם רעבין'ס פלאפ.

אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...

פארוואס זאל ער מיינען אז ס'איז געווען א מיסטעיק, לויט דיין התנהגות ביז דעמאלטס?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:37 am
דורך ציבעלע-קיגל
שמעקעדיג האט געשריבן:דער רב האט וואצעפ?


וועלעכע האט נישט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 2:55 am
דורך שמעון וואלף
ביי "כתר" בין איך פארפארן נאך ברוך כבוד ד' ממקומו - אריין צו ממקומך פון שחרית. איך האב מיך געגארגלט "מתי תמלוך בציון..." און פלוצים הער איך די בעל תפילה לאזט אויס "פעמים באהבה שמע אומרים".
כאטשיג האב איך געמאכט אן עונג שבת פאר די ארומיגע וועלכע האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)

איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש

כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר

אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...

ויקץ פרעה. ויהי חלום: איך האב אויך אמאל געחלומ'ט אז איך האב געטראפן א פעקל מיט הונדערטערס. איך האלט אינמיטן ציילן. ביי9,900. פלוצלינג האביך מיך אויפגעוועקט...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
דוק ותשכח האט געשריבן:און שנה ראשונה איין שבת צופרי קום איך ארויס פון
שוהל און זאג א שיינעם גוט שבת פאר מיין פרוי,
איך קום א טריט נענטער, אוי דאס איז א צווייטע..

גם אני בחלומי: איך בין אמאל אריין אין גראסערי. (קומענדיג אהיים פון מיין ארבעט). איך זעה א פרוי וואס זעהט אויס (א ביסל) ווי מיין ווייב. איך זאג..."העלאו. האו אר יו"...ערשט נאכדעם באמערקט אז דאס איז נישט מיין ווייב...לאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..

טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 10:33 pm
דורך ישן מלא חדש
אז מען רעדט שוין פון דעם,
איך בין אמאל געשטאנען ביים לופטפעלד אין אוקריינא ווען א יוד בעפאר מיר האט אראפגענומען די פאסיק פאר די מעטאל דיטעקטאר... והשאר אין להאריך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:12 am
דורך וואלווי
דאס איז יענעמ'ס פלאפ. ווי איז דיינס...?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:48 am
דורך שמעקעדיג
מהאי טעמא בין איך זיך מונע ווי ווייט מעגליך נישט צו פליען... וואס טראכטן די חברה, ווי אזוי דארף זיך די הויזן האלטן אנעם פאסיק?...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:50 am
דורך שמעקעדיג
וואלווי האט געשריבן:דאס איז יענעמ'ס פלאפ. ווי איז דיינס...?

זיין פלאפ איז אז ער האט מקיים געווען בשלימות דעם "לא תוכל להתעלם", און איז געכאפט געווארן קוקן אויף יענעם מיט נייגער מיט א שמייכל פון אויער צו אויער...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:59 pm
דורך בענבען
אנקומענדיג קיין מאנסי צו א חתונה נאכ'ן זיין אנדערטהאלבן שעה אין די קאר און די חתונה איז אין לעיקוואד (ווי א חכם נישט אנגעצונדען וועיז ווייל איך קען דעם וועג)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..

טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!

אויך ווייס איך פון א פאל ווען א מענטש (איך) האט געהאלטן אינמיטן בויען זיין סוכה וואס איז געווען נאנט צו די רשות הרבים. דאס איז געווען קורץ פאר מנחה. ער איז ארויפגעקראכן אויף די לייטער. און (בפני קהל ועדה) האט זיך זיין הויזן געגעבן א גליטש אראפ...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 5:07 pm
דורך קידוש
געהאט א שרעקליכע דורכפאל פארגאנגענע נאכט,
איך בין געפארן אויף א נסיעה קיין אייראפע, ווען דער דרייווער האט אונז אומגעראכטן געפירט קיין אומאן,
אנקומענדיג צום ציון האב איך בשו"א נישט געקענט טרעפן דעם אריינגאנג,
ענדליך איך טרעף שוין דעם טיר, זעה איך אז איך די אריינגאנג איז צו שמאל, איך קען זיך בשו"א נישט אדורך שטופן,
איך כאפ ארויס דעם טרייבל און טעלעפאניר צו איינער פון מיינע ברעסלאווע חברים, איהם אנצופרעגן וויאזוי מ'קען אריין צום ציון,
אבער נאך איידער ער האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאון, האט זיך מיין וועקער זייגער צוקלינגען מיט א אויסטערלישע קראפט, וואס האט מיך מיטאמאל צוריקגעשלעפט פון אומאן אהיים...

נעקסט טיים זאל ער אויפהייבן פאר איך דערוועק זיך...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 5:28 pm
דורך וואלווי
נישט קיין פלאפ. זאג ייש"כ פאר די גוטע נסיעה...

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 8:59 pm
דורך מי ימצא
ווען איך ווארט שעות אז די קינדערס pj זאלן ווערן טרוקן,נאכער זעהט מען אז דאס דרייער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעצינדן.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 10:54 pm
דורך מתבודד
אין מיין ערשטע תקופה אין ישיבה קטנה האב איך איין טאג נאכ’ן שיעור איבערגעליינט די צעטליך (”notes") פון מיין חברותא, זעה איך דארט עפעס אזויווי ”פרעגט די טומאת הקרי” אדער ”די טומאת הקרי איז מסביר” וכדו’
האט מיר גענומען א גוטע פאר מינוט זיך צו דערמאנען אז די מגי”ש האט נאכגעזאגט א שטיקל תורה פון ”תרומת הכרי”...
אוי די גרוב וואס ער האט געזוכט נאך כ’האב אים שטילערהייט מסביר געווען וואס ס’מיינט......



(מעשה שהיה!)

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..
טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!
ועוד באותו עניין: איך האב אמאל געוואוינט אויף 53 קארנער 13'טע עוועניו. קורץ פאר מנחה האב איך אנגעהויבן ארבעטן אויף מיין סוכה. פונקט ווען דער עולם גייט צו מנחה מעריב אין סאטמאר און שומרי שבת. איך גיי ארויף אויפ'ן לייטער. איך שפיר ווי מיין הויזן גליטשט זיך אראפ. איך בין געבליבן שטיין לעקיש בפני קהל ועדה. (היינט האב איך שוין הויזנטרעגערס.)