בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 11:19 am
דורך דולה ומשקה
איך האב נישט די ווערטער זיך צו קענען אויס דריקן א ריכטיגע ייש"כ פאר ידידינו החשוב [tag]רויטע וואנצעס[/tag] ואתו עמו ידידינו החשוב [tag]כוכב[/tag] עס דערקענט זיך אין זיי אז זיי זענען פון די מקבלים ומחסידיו ומעריציו פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יצ"ו - אנדערש וואלט דאך דאס נישט שייך געוועהן.
דער דעקל, דער הקדמה, דער מפתח, דער סדר הארטיקלען, דער טייפסעטינג, דער גרעפיקס, דער שרייבערס, דער שרייבן, דער פי די עף, דעאס ארויף שטעלן, דער רויטע וואנצעס, דער כוכב, די אלע משתתפים, די אלע ניקים, כל אחד ואחד בשמו המבורך, זאלט איהר אלע זעהן פיל נחת ברכה והצלחה, ובעיקר בישועתן של 'ישראל', בביאת משיח צדקנו, ומלכנו רבינו בראשינו, בסוכת עורו לויתן, ברחמים גדולים אמן.
ווי אזוי שרייבט ראובן
צום באדויערן בין איך נישט אנגעקומען צו שרייבן מיין אראמא.
אי"ה וועל איך משלים זיין מיין ארימע חלק. איך זיך נאר א נושא וואס דער עולם האלט איך זאל שרייבן דערפון. ווייל לעווני הרב קומט מיר עפעס גארנישט אריין אין קאפ כעת עתה ולשרה בן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 8:28 pm
דורך [NAMELESS]
א ריזיגע דאנק פאר אלע משתתפים. דאס האט מיך געמאכט א ריכטיגע עונג יו"ט.
איך האב געהאט געפלאנט ארויסצופרינטען די אראמע פאר יו"ט, אבער כ'בין נישט אנגעקומען דערצו. האט השי"ת מזמין געווען אז דעם צווייטן טאג יו"ט גייענדיג אין ביה"כ אינמיטן די הקפות האב איך געטראפן דארטען א קאפי פון די גאנצע חלק ב'! אפשר האב איך עס געדארפט דארט לאזן צו מזכה זיין אנדערע, אבער כ'האב עס קונה געווען, און דאס האט מיך מחיה געווען נעכטן און היינט.
ישר כח!!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 8:34 pm
דורך איך אויך
היינט איז דיין יארצייט ,זאג נאך עפעס א שיין ווארט.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 9:49 pm
דורך יאיר
אפשר וואלט שוין טאקע געווען צייט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע קאווע בלעטל יעדע שטיק צייט, ווי הערשי האט פארגעשלאגן במקום אחר. פילייכט וואלט מען אפילו געקענט בעטן אפאר פרוטות עס צו דאונלאודן און פון דאס געלט צאלן פאר איינעם פון די קאווע שטיבל חברים וועלכער זאל דאס געהעריג מגיה זיין און מסדר זיין פראפעסיאנעל.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 10:19 pm
דורך פארוואס?
יאיר האט געשריבן:אפשר וואלט שוין טאקע געווען צייט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע קאווע בלעטל יעדע שטיק צייט, ווי הערשי האט פארגעשלאגן במקום אחר. פילייכט וואלט מען אפילו געקענט בעטן אפאר פרוטות עס צו דאונלאודן און פון דאס געלט צאלן פאר איינעם פון די קאווע שטיבל חברים וועלכער זאל דאס געהעריג מגיה זיין און מסדר זיין פראפעסיאנעל.
פארוואס נאר צו דאונלאדן, פארוואס נישט די גאנצע פלאן פון הערשי?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 10:20 pm
דורך פארוואס?
лпم iοوԴ האט געשריבן:א ריזיגע דאנק פאר אלע משתתפים. דאס האט מיך געמאכט א ריכטיגע עונג יו"ט.
איך האב געהאט געפלאנט ארויסצופרינטען די אראמע פאר יו"ט, אבער כ'בין נישט אנגעקומען דערצו. האט השי"ת מזמין געווען אז דעם צווייטן טאג יו"ט גייענדיג אין ביה"כ אינמיטן די הקפות האב איך געטראפן דארטען א קאפי פון די גאנצע חלק ב'! אפשר האב איך עס געדארפט דארט לאזן צו מזכה זיין אנדערע, אבער כ'האב עס קונה געווען, און דאס האט מיך מחיה געווען נעכטן און היינט.
ישר כח!!
העי, גנב!!
כ׳האב עס נאכנישט געהאט געענדיגט, וואס האסטו מיר עס צוגענומען?
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:58 am
דורך יאיר
פארוואס? האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אפשר וואלט שוין טאקע געווען צייט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע קאווע בלעטל יעדע שטיק צייט, ווי הערשי האט פארגעשלאגן במקום אחר. פילייכט וואלט מען אפילו געקענט בעטן אפאר פרוטות עס צו דאונלאודן און פון דאס געלט צאלן פאר איינעם פון די קאווע שטיבל חברים וועלכער זאל דאס געהעריג מגיה זיין און מסדר זיין פראפעסיאנעל.
פארוואס נאר צו דאונלאדן, פארוואס נישט די גאנצע פלאן פון הערשי?
ווייל תפסת מרובה לא תפסת. דרוקן א געהעריגע אויסגאבע איז צו א גרויסע פראיעקט צו אנהייבן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:22 pm
דורך ראש הישיבה
איך האב ארויסגעפרינט די אראומע בלעטער פאר סוכות און חול המועד סוכות. איך האב עס אריינגעלייגט אין מיין בעקעטשע. איך האב עס נישט געוואלט לייענען ברבים. ממילא איז מיר געווען שווער צו לייענען. הקיצור איך האב עס געהאלטן ביי מיר, און יעדער וואך שבת דא און דארט זיך געריקט פאראויס מיט נאך א פאר בלעטער.
דעם שבת האב איך געמארט א סיום אויף די אראומע'ס.
עס איז נישטא קיין ווערטער צו זאגן. עס איז געווען געשמאק צו לייענען יעדער ארטיקל פאר זיך מלא תוכן. ספיציעל ליגט מיר די ארטיקל אויף רבי מרדכי פון נאדבורנה זי"ע, די סיפורים פון בערל בעל העגלה, און פאוסט קאוווע שטיבל (פאוסט x 10).
איך באדאנק דא פערזענליך פאר אלע שרייבער (איך מיין אז איך האב שוין געלייקט פארן לייענען), ובראשם פאר [tag]כוכב[/tag], וואס האט מנצח געווען אויף די מלאכה.
כה לחי, וכה נוסיף כהנה וכהנה רבות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:00 am
דורך דולה ומשקה
גערעכט, ווען מ'זאל נאר מלקט זיין די אלע געשרייבעכטס בנוגע דער ישיבה, סיסטעם, רבי'ס פראמלעמען אונטער איין קובץ וואלט עס שטארק ארויסגעהאלפען דער סיטואציע.
Re: סוכות אראומע בלעטער, דאונלאוד לינק צוגעלייגט. (+חלק ב')
נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 9:56 pm
דורך נעגעל וואסער
ווי קען איך שאפן די אראומע פי. די. עף.? די לינקס צו קאפי, זענען שוין נישט אין באניץ.
איינער קען עס דא ארויפשטעלן נאכאמאל?
דאנקע שעהן.
נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 9:34 am
דורך געוואלדיג
אין ספרים שאנק פארום אינעם הויפט זייט.