די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

צוריק צום ענין

נולד, די זאגסט עפעס, אבער דער פאקט איז אנדערש, עס איז קלאר פארשפרייט אלס הלכה מדין תורה, און וויבאלד רב וואזנער איז נישט מוחה איז דאס זיין ווילן.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

יישר כח רב איינער וואס האט ארויפגעברענגט דעם טאפיק, מיר האט עס אויך אינטערעסירט, און לאמיר דא מגיב זיין מיט וואס איך בין ארויסגעקומען.

קודם כל, דארף מען וויסן אז מקענישט ציען קיין מסקנות פון א קשיא, ביים בארג סיני האבן מיר אלע געזאגט נעשה ונשמע, קודם ווועלן מיר טהון דערנאך וועט מען פארשטיין, אז עס איז עפעס שווער מיינט נישט אז אין כאן לא איסור... דער איסור איז דא, נאר מען מעג און מ'מוז פארשטיין, תורה היא וללמוד אני צריך, און אויב וועט מען נישט פראבירן צו יורד זיין לסוף דעתו וועלן זיין וואס וועלן פארדרייען זיינע ווערטער ולבסוף וועט נאך ארויסקומען מכשולים ח"ו.

צווייטענ'ס, אויף רב וואזנער קען מען נישט זאגן אז ער פארשטייט נישט דער מהות פונעם אינטערנעט וכדו', פאר ווער עס ווייסט איז רב וואזנער'ס שו"ת ספרים פול מיט שאלות אויף עניני טעכנאלאגיע און דארט איז איינע פון די הויפט פלעצער פון ווי מ'פסקנט אלע היינטיגע שווערע שאלות וואס מאכן זיך כסדר אין די ענינים, חוץ מזה ער מוז טאקע נישט זיין דיין רב אבער א פוסק הדור איז ער, נישט ווייל דער בלאט האט אים אזוי באקרוינט נאר ווייל דער רב איז שוין עוסק אין פסקענען שאלות איבער זיבעציג יאר! און ער האט שוין ארויסגעגעבן 10 שו"ת בענדער, ער איז געווען און איז נאכאלס פארמישט אין יעדע שווערע שאלה בעניני הכלל אין די לעצטע 70 יאר, אנגעפאנען פון די עגונה שאלות נאך די צווייטע וועלט מלחמה ביז צו הלכות סעקיוריטי קעמרע'ס, איבעראל זענען זיינע פסקים אנגענומען, ער האט שוין אדורכגעשוויצט אלע פאליטיק'ס און מחלוקת'ר, און אויך בהשקפה איז נישטא איינער וואס זאל אויף אים חולק זיין אינעם אשכנזישן פעלד, און בעיקר פארוואס מען דארף יא אויסהערן זיין פסק איז וויבאלד עס איז געזאגט געווארן ברוב עם, די פסק איז פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט און קיינער איז נאכנישט ארויסגעקומען מיט א ביאור אקעגן דעם, סא מוז זיין אז יש דברים בגו, און סתם זאגן אז דער פסק איז אהן קיין פשט איז לעכערליך, נאר מ'מוז עס עס קודם אננעמען און דערנאך טרייען צו פארשטיין, אויב קומסטו אויף מיט א ביאור פארקערט קען מען דעמאלט זיך טענה'ן.


און בנוגע צו ענטפערן אביסל דיינע תמיהות אויפ'ן הלכה איז אזוי, עס איז דא דריי מין איסורים 1) איסורי אורייתא וואס די תורה האט אונז ג'אסר'ט, 2) איסורי רבנן וואס די רבנים האבן ג'אסר'ט, און דאס איז כולל אלע גדרים וסייגים וואס די רבנים בכל דור ודור זענען אויף אונז מגדיר, 3) איסורי רשות וואס דער תורה האט אונז געזאגט קדושים תהי' - קדש עצמך, אפילו זאכן וואס מן הדין איז נישט אסור איז נאכאלס דא א ענין פון אפשיידן, והכלל, אזאך וואס מען דאף נישט במוכרח איז אסור, איי פארוואס האבן די רבנן נישט געמאכט איעדע רשות אלס א איסור? וועגן צוויי סיבות, איינס ווייל סנישט פאר יעדן גלייך, און צווייטנ'ס ווייל די רבנן האבן נישט גוזר געווען א זאך וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בה.

דעט סעד, איז גוט צו וויסן אז אזאך וואס די רבנן אסר'ן איז אלעמאל אויפן מענטש און נישט אויפן זאך, ממילא איז נישט שייך צו פרעגן צו מ'קען אסר'ן א קאנעקשען אדער פראטאקאל, ווייל די רבנים אסר'ן אונז נאר אויף זיך צו באנוצן דערמיט, און זיי קענען דיסיידן וואס און וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו אסר'ן דעם מענטש כדי צו האלטן די גדרי הקדושה אויף א העכערע לעוועל, און אז די וועסט מדייק זיין בדברי רב וואזנער וועסטו זעהן אז ער אסר'ט נאר "השתמשות באינטערנעט", און נישט די אינטערנעט אליינס, העפענס טו בי אז פון אלע רעדנער'ס און אוסרים מאכט נאך זיינע ווערטער די מערסטע סענס, אלע זיינע ווערטער שטומען מיטן מציאות, און ער אסר'ט נישט קיין זאכן וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם, נישט קיין חילוק וואס די צעטעלעך ווילן דיר פארקויפן.

עטליכע טעותים וואס איך הער אנלייגן אויף דברי רב וואזנער און עס איז פאלש. 1) ס'דא מודעות וואס זאגן אז לויט רב וואזנער מוז מען האבן א היתר פון א רב כדי צו נוצן דעם אינטערנעט, דאס איז שקר גמור, רב וואזנער זאגט אז ווער עס איז איבערצייגט אז ער ברויך עס קען עס נוצן, און מיט א פילטער כמובן, ער גיט דעם טראסט פאר א מענטש אליינס מחליט צו זיין. 2) ער רעדט נישט פון דעם קאמפיוטער אין שטוב בכלל, ער זאגט נאר אז אינטערנעט אינדערהיים אהן א פילטער איז "אסור", און אפילו מיט א פילטער איז דעתו אז מען זאל נישט אבער ער "אסרט" עס נישט! 3) ער רעדט גארנישט פון כולל אינגעלייט אדער כלי קודש, יעדער האט די רעכט צו טהון ביזנעס, און א ביזנעס מוז בכלל נישט מאכן געלט.... 4) אסאך מאכן דעם טעות אז ער האט ג'אסר'ט אלעס חוץ ביזנעס, דאס איז א טעות, ער האט בכלל נישט גערעדט פון איינער וואס האט שוין יא בדרך היתר צו מ'מעג ארויפגיין אויף אנדערע זאכן צו נישט (וואס אפילו ביי איסורי אורייתא ווי שבת איז דא כסדר די שאלה פון מוסיף זיין, אדער כיון שהותרה לצורך ועוד ואכמ"ל), גערעכט אז מ'טאר נישט נוצן ווען עס איז אינגאנצן נישט פאר ביזנעס, אבער אויב האט מען שוין ,רעדט ער דארט גארנישט דערוועגן, פשוט ווייל עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, אבער איינער וואס וויל קען מחמיר זיין.

און נאך איין זאך וואס מיט דען וויל איך מסיים זיין, אזוי ווי רב ידען האט אויבן געזאגט, זייער זייער אסאך אינגעלייט זענען היינט עדיקטעד צום אינטענעט, און פאר אזעלכע איז א איסור שוין ליידער נישט גענוג כידוע, אבער ב"ה אז עס איז דא הילף פאר ווער עס וויל.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איי פארוואס האבן די רבנן נישט געמאכט איעדע רשות אלס א איסור?

ווייל דעמאלטס וואלט דער נייער איסור געדארפט א פרישן גדר! אם כן אין לדבר סוף... אזוי האב איך געזען אמאל שטיין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4736 מאל

שליחה דורך יידל »

דאט קאם, האסט באקומען א לייק ווייל דו רעדסט דברים של טעם. איך בין נאכנישט קאנווינסד אז טאקע דאס האט רב וואזנער געמיינט. עלמער דארפן איבערהערן די דרשה שטייטעליך ובמתינות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

2) ער רעדט נישט פון דעם קאמפיוטער אין שטוב בכלל, ער זאגט נאר אז אינטערנעט אינדערהיים און אין אפיס אהן א פילטער איז "אסור"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

איך לייג דא צו די פי.די.עף. פון רב וואזנער ווייל לדעת גייט עס שויו באלד נישט האבן.
בייגעלייגטע פיילס
wosner.pdf
(62.54 KiB) אראפגעלאדנט 123 מאל
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

די לייגסט אריין רב וואזנער פסק אין די קאטגאריע פון איסורי רבנן.

איינער זאל מיר העלפן, וויאזוי ארבייט דאס, ווען באקומט רעכט צו האבן די כוח רבנן ארויס צו געבן איסור וואס יעדער מוז פאלגן אן קיין ביאור אויף אלטע
יסודות.

10 בענדער שו"ת ספרים.
פארמישט אין יעדע שווערע שאלה בעניני הכלל אין די לעצטע 70 יאר (עפ"י עדות דאטקאם).
בהשקפה איז נישטא איינער וואס זאל אויף אים חולק זיין אינעם אשכנזישן פעלד (לויט דאטקאם).
זאגן זיין איסור/פסק ברוב עם.

שכוח פאר ברענגן די טראנסקריפט פון די דרשה דארט זעט מען קלאר אנדערש ווי די שרייבסט
אבער אפילו דעם אינטער-נעט מיט א פילטער דעתינו
על דעת תורה
אז מען זאל אים נישט ברענגען אין שטוב,
נאר צו מקום עבודה כדאי מונע צו זיין מכניס זיין דעם
אינטער-נעט אין א אידישע שטוב.
אויב חלילה וחלילה עס טרעפן זיך נאך פורצי גדר וואס
וועלן נישט מרחק זיין דעם אנדזשעקס?? דעם אסון פון
אינטער-נעט, איז א איסור גמור על פי התורה אריינצוגיין
אין זייער שטוב!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא כהן שבימיך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6334
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2910 מאל

שליחה דורך איך אויך »

[quote="איינער"]
איינער זאל מיר העלפן, וויאזוי ארבייט דאס, ווען באקומט רעכט צו האבן די כוח רבנן ארויס צו געבן איסור וואס יעדער מוז פאלגן אן קיין ביאור אויף אלטע
יסודות.
[quote]
ווי אזוי קען דיר איינער העלפן? אפשר קען דיר מרס. איינער העלפן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4736 מאל

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא כהן שבימיך.

ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא לוי שבימיך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

:lol:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

זר זהב האט געשריבן:ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא כהן שבימיך.


אויב רב וואזנער זאגט קלאר אז דאס זיין מיינוג און ער פסק'נט אלס "ועשית ככל.." וואלט איך נישט געהאט קיין קשיות. אבער ער זאגט נישט דאס.

און נאכמאל איסורי דרבנן האבן נאר די נאר די "רבנן" געקענט מאכן נישט די "רבנים"
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך John Doe »

רב וואזנער איז בכלל נישט אנגענומען ביי רובו דרובו פון כלל ישראל (פארגעסט נישט אז מיר חרדים זענען א מיעוט פונעם ארטאדאקסישן כלל ישראל), אפילו די ליטווישע נעמען עם קנאפ אהן.

לאמיר מאכן א טעסט, זאל רב וואזנער הייסן די סאטמאר בראדערס ארויסציען פון ערכאות, עמער זעהן צי ער איז אנגענומען.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נו איך בין גרייט צו הערן די פסק פון הרב עובדי' יוסף! וואס האלט ער לגבי אינטערנעט ? איך ווייס אז די חסידים ווילן נישט הערן וואס עובדי' יוסף האלט פון שייטלען...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4736 מאל

שליחה דורך יידל »

איך ווייס אפילו נישט צו ס'שייך אזא זאך ווי "פוסק הדור" נאך די שו"ע (ואולי אויך די ערשטע נושאי כלים ווי ט"ז, ש"ך ומג"א).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

עיין חינוך מצוה תצה אז לא תסור/מצוה לשמוע דברי חכמים איז נוגע בכל זמן און סיז פון די יסודי הדת.

אלע אנדערע טענה'רייען ווייסעך אויך נישט ווי עס קומט דא אריין, ווייל דא איז דאך געווען בהסכמת פון אלע רבנים סיי חסידיש און סיי ליטוויש.

איינער, דיינע ווערטער אויוון וואס דו ברענגסט אראפ פון רב וואזנער איז משמע אז ער רעדט פון אינטערנעט אינדערהיים באיסור, ווייל בהיתר האט ער אפאר שורות בעפאר נישט גענוצט די ווארט אסור.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

DotCom האט געשריבן:עיין חינוך מצוה תצה אז לא תסור/מצוה לשמוע דברי חכמים איז נוגע בכל זמן און סיז פון די יסודי הדת.

אלע אנדערע טענה'רייען ווייסעך אויך נישט ווי עס קומט דא אריין, ווייל דא איז דאך געווען בהסכמת פון אלע רבנים סיי חסידיש און סיי ליטוויש.

איינער, דיינע ווערטער אויוון וואס דו ברענגסט אראפ פון רב וואזנער איז משמע אז ער רעדט פון אינטערנעט אינדערהיים באיסור, ווייל בהיתר האט ער אפאר שורות בעפאר נישט גענוצט די ווארט אסור.

הרב וואזנער האט ביי דעם כינוס קלאר גע'פסק'נט מיט זיין "דעת תורה" אז מ'טאר נישט אריינברענגען א קאמפיוטער אין שטוב אפילו מיט א פילטער.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

קודם פארשטיי איך נישט פארוואס מען מישט אויס קאמפיוטער מיט אינטערנעט, עס איז צוויי באזונדערע זאכן.

צווייטענס, ווען ער זאגט אויף איין זאך 'איסור גמור' און אויף אן אנדערע זאך 'דעתינו' איז נישט משמע אז דאס איז אן איסור, נאר ער נויגט אזוי אבער ער קען עס נישט אסר'ן. כן נראה לעניית דעתי.

קען זיין ביסט געווען ביים כינוס און נישט אזוי דייטליך פארשטאנען, אבער אויוון האב איך צוגעברענגט א טראנסקריפט פון זיינע ווערטער מלה במלה, עיין שם ותתהנו.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

DotCom האט געשריבן:עיין חינוך מצוה תצה אז לא תסור/מצוה לשמוע דברי חכמים איז נוגע בכל זמן און סיז פון די יסודי הדת.

אלע אנדערע טענה'רייען ווייסעך אויך נישט ווי עס קומט דא אריין, ווייל דא איז דאך געווען בהסכמת פון אלע רבנים סיי חסידיש און סיי ליטוויש.

איינער, דיינע ווערטער אויוון וואס דו ברענגסט אראפ פון רב וואזנער איז משמע אז ער רעדט פון אינטערנעט אינדערהיים באיסור, ווייל בהיתר האט ער אפאר שורות בעפאר נישט גענוצט די ווארט אסור.


די סיבה פארוואס די דארפסט ברענגען דעם חינוך, איז ווייל די ווייסט אויך אז הרב וואזנער'ס פסק גייט נישט אריין פון דעם גדר פון איסורי דרבנן.
און יעצט צום חינוך, דער חינוך זאגט נישט אז מען מוז פאלגן בלינדערהייט וואס איין רב זאגט.

לויט ווי איך בין באקאנט איז נישט פארגעקומן קיין אסיפה פון אלע רבנים, ווי מען האט דערקלערט אז רב וואזנער גייט רעדן מיט זייער שליחות און דאס איז זייער פסק.

רב וואזנער איז נישט קיין משנה וואס מען קען/דארף אריין לערנען פשט. זיינע ווערטער זענען קלאר אזוי ווי יאנקל האט שוין געשריבן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

הערי מארילעס ברענגט שיין ארויס די שינוי וואס איז אנטשטאנען אין דעם פסק פון הרב וואזנער:
http://haemtza.blogspot.com/2012/06/whi ... torah.html
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די משפחה די וואך די ענגלישע האט א בריוו פין א רב וואס שרייבט אז די נעקסטע טאג איז געווען אן אסיפה פין איבער 150 רבנים. אין זיי האבן דארטן נישט גאסרט אינטרנעט אינדערהיים ווייל סאיז א גזירה שאין רוב הציבר יכול לעמוד בו, דער רב שרייבט דארט אז די אסיפה איז געווען א המשך פין די סיטיפיעלד.
אין ביי די סיטיפיעלד האט מען קלאר יא גאסרט אינטערנעט אינדערהיים.
במילא איז קלאר אז סיטיפיעלד איז נישט קיין קלארע פסק פין אלע רבנים. די עסקנים האבן גטאן וואס זיי האבן געוואלט.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

איינער באטשי, האסט געפרעגט אין דיין ערשטע תגובה דא וויאזוי א רב קען אסר'ן האביך גענטפערט, האסט געפרעגט וויזוי מקען אסר'ן דעם אינטערנעט האביך אויך גענטפערט, למעשה קוקט נישט אויס אז דו זוכסט צו פאשטיין, נאר דו זוכסט עפעס אנדערש, איך קען דיר ענטפערן אויף אלעם וואס דו פרעגסט אבער איך קען אויך מיטלייגן וואס דו גייסט פרעגן נאכדעם, איך בין נישטא פאר אזעכע ענינים סא סטאפ איך דא, סארי. והטוב בעיניך עשה.

נולד, סוואלט אינטערסאנט געווען צו ליינען דעם ארטיקל, אויב דו ווייסט ווי מען קען עס ליינען אויפן נעט לאז פליז וויסן.

איין זאך איז מיר קלאר, רב וואזנער האבן די עסקנים נישט געקענט כושן, איך האב שוין געזעהן א געדרוקטן שמועס בערך א האלב יאר בעפאר'ן כינוס ווי ער זאגט אז עסקנים פון לעיקוואד זענען געקומען בעטן ער זאל חתמ'נען א געוויסע צעטל קעגן די אינטערנעט און ער האט נישט גע'חתמ'ט, און ער זאגט קלאר די טעם ווייל ער האט נישט מסכים געווען צו אלעס וואס דארט שטייט,
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך אךשמח »

דאטקאם, וועלכע שמועס איז דא פון הרב וואזנער, און וואס האט מען אים געבעטן אונטערצושרייבן וואס ער האט דערצו נישט מסכים געווען?
רעאגיר