בלאט 3 פון 4

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 1:16 am
דורך [NAMELESS]
.

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 2:47 am
דורך אמאהלגעקעננט
איך געדענק זײן דערצײלן פונעם רביןס אכילה במתינות ( נישט װי כוכב esq מאכט חוזק) אבער לגבי די שיטה געדענק איך ער פלעגט קימען צי ר הערשעלע ספינקער חנוכה און סאיז געװען problems און נאכדעם האט ער האט זיך אױסגעגליכען. אז אײנער װײס מער פרטים אדרבה

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 5:53 am
דורך berlbalaguleh
איך פארשטיי נישט: ווען א איד קומט צו א רבי'ן זיך לערנען מידות אין עבודת ה' פארוואס זאל זיין פראבלעמען. ווייל ער האט אפשר אן אנדערע מיינונג אין השקפה און שיטה זאכן?

דא עקא: אז מען מישט הלכה און השקפה. און מ'מאכט יענעם אויס ערליכער איד ווייל ער האלט א ביסל אנדערש אין ענייני השקפה.

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 1:01 pm
דורך לעפטאפ
מגרייט צו דעם קבר אין אלטן בית החיים פון טבריה נעבן הרה''ק מסטוטשין אמשינאוו סאסיב והאסיאטין

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 1:02 pm
דורך לעפטאפ
די לויה אין שיכון סקווירא.

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 1:04 pm
דורך לעפטאפ
יעצט האט מען אויסגערופן די צוואה פונעם משגיח, אז דער זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל זיין רב אין מאנסי, און דער אייניקל רבי שמואל יודא זילבער שליט"א רב אין בארא פארק.

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 2:18 pm
דורך אוהב ספרים
לעפטאפ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:01 pm מגרייט צו דעם קבר אין אלטן בית החיים פון טבריה נעבן הרה''ק מסטוטשין אמשינאוו סאסיב והאסיאטין
לעבען זיין רעביצען דאכטזעך.

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קען מאכן א pdf פון די ארטיקל אין די ערשטע תגובה?

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 4:45 pm
דורך אוהב ספרים
ווער זענען זיינע קינדער?

בנו רבי אברהם יצחק - סקווירא-מאנסי
בנו רבי צבי אלימלך - רמות חסיד סטאלין קארלין
חתנו האדמו"ר ר' מוטל זילבער
חתנו ר' חיים ראזענבערג שערי יושר
חתנו מאכליס ראש כולל בסטאלין
חתנו מאשינסקי

עס איז דא נאך?

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 5:43 pm
דורך כספי
איין איידעם בזוו"ש איז געווען הגאון ר' יוסף(?) וויינבערג זצ"ל (אוועק ביי קאראנע) ראש ישיבת סלאנים (שווארצע) אין ב"ב
קען זיין ער האט חתונה געהאט צו מאשינסקי'ס רעבעצין, כ'ווייס נישט

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 5:50 pm
דורך היימלינד
כספי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:43 pm איין איידעם בזוו"ש איז געווען הגאון ר' יוסף(?) וויינבערג זצ"ל (אוועק ביי קאראנע) ראש ישיבת סלאנים (שווארצע) אין ב"ב
קען זיין ער האט חתונה געהאט צו מאשינסקי'ס רעבעצין, כ'ווייס נישט
יא

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 7:16 pm
דורך חב''ד הויזן
וואס איז די מעשה מיט דעי זילבער אייניקל? מה טיבו? ווי אלט איז ער? וואס האט ער, פון אלע אייניקלעך, זוכה געווען צו ווערן ממלא מקום? פארוואס נישט ענדערש די זון אין בארא פארק און די אייניקל אין מאנסי?

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 7:38 pm
דורך אמאהלגעקעננט
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:53 am איך פארשטיי נישט: ווען א איד קומט צו א רבי'ן זיך לערנען מידות אין עבודת ה' פארוואס זאל זיין פראבלעמען. ווייל ער האט אפשר אן אנדערע מיינונג אין השקפה און שיטה זאכן?

דא עקא: אז מען מישט הלכה און השקפה. און מ'מאכט יענעם אויס ערליכער איד ווייל ער האלט א ביסל אנדערש אין ענייני השקפה.
דער ערשטער זאך אז מקוקט אהן ר הערשעלע איז ער געװען א איש מיושב און פײן געקענט דארכקומען מיט אלע סארט וכו׳ נארװאדען ר משה איז געװען א פאבליק פיגור װאס זײנע דעות האט ער געלאזט הערן כיד ה׳ הטובה עליו. װידער לגבי ארץ ישראל האט עס ר הערשעלע נישט אנגעקוקט װי עפעס א ״השקפה״ ער האט מיר אמאל געזאגט ״ װען מלײגט אװעק אלע זײטיגע אײגענע ( ״כוחות ״ (זײן אײגנארטיגן שפראך) ) חשבונות, דאס איז נישט עפעס א סאקמירע שיטה, נאר מען זעט קלאר דאס װיל מען עפ״י די הײליגע תורה״ . אין אז יענער פרעדיקט ברבים פארקערט האט אזא איד אן issue .

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:05 pm
דורך סמרה
לעפטאפ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:04 pm יעצט האט מען אויסגערופן די צוואה פונעם משגיח, אז דער זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל זיין רב אין מאנסי, און דער אייניקל רבי שמואל יודא זילבער שליט"א רב אין בארא פארק.
הער איך יעצט אז ביי די קבורה אין טבריה האט הרב בערל פינק אויסגערופן בשם די קהילה אין בארא פארק, אז בנו הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א נעמט איבער די קהילה אין בארא פארק.
(כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת, כך שמעתי)

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:11 pm
דורך היימלינד
שוין ר' מוטל האט שוין מעכטען מקדים געווען צו אכטונג געבן פון מחלוקת

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:31 pm
דורך אוהב ספרים
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:11 pm שוין ר' מוטל האט שוין מעכטען מקדים געווען צו אכטונג געבן פון מחלוקת
די טראק פון די אייער שטייט 15 קארנער 43 קיינער זאל נישט צו גיין נעמען

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:31 pm
דורך יין שרף
פשוט בערל פינק און זיינע קינדער האבן געוואלט אז די משגיח'ס זוהן ר' א"י זאל איבערנעמען, און רוב קהילה (הגם זיי האבן גארנישט אנקעגן עם) ווילן די אייניקל.

ווי חשוב און דומה ר' אברהם יצחק איז צו זיין טאטע, בתורתו והשקפתו, איז ער נישט קיין leader און א שווערע רעדנער, ער איז פשוט נישט צוגעפאסט צו פירן א גרויסע קהילה, משא"כ די אייניקל זילבער איז א שטארקע מנהיג, על אף אינגאנצן נישט דומה צו וואס די משגיח איז געווען.

למעשה האט די משגיח גארנישט געהייסן טוהן, נאר די לעצטע פאר יאר איבערגעזאגט אז די עולם זאל מחליט זיין וואס זיי ווילן, און דאס זאל זיין.

די so called "ראש הקהל", ר' שלמה לעזער האט שטארק געוואלט די זילבער אייניקל, האט ער געזאגט פאר די משגיח אז יעדער וויל זילבער.. כדי נישט צו טשעפענען די זוהן, האבן די ז' טובים אינאיינעם מיט די משגיח suggested פאר די מאנסי קהילה, אויב זיי ווילן אויפנעמען די זוהן פאר רב, און זיי האבן זיך צוגעכאפט צו דעם, און זה נהנה וזה נהנה, סיי די רב ר' אברהם יצחק און סיי די מאנסי קהילה האבן אים זייער ליב (חוץ אפשר צוויי דריי אלטע מתפללים). און סיי ב.פ. מיט זילבער.

למעשה איז זילבער א גרויסע טויש פאר די בארא פארקע מאניס, מצד א פרומער חסידישער מיט ווייסע זאקן, און סיי מצד די גאנצע הנהגה איז אנדערש, פאר דומ"ץ איז עס אויך געווען אביסל צו פיהל, כ"ש פאר רב. אבער למעשה רוב עולם איז ok דערמיט especially אז זיי האבן נישט קיין בעסערע אויסוואל.

אבער דאך זענען דא צענדליגע וואס ווילן יא פאר זייער רב בן של המשגיח. און ויבא בערל פינק שוין דעמאלס, און פארפירט אז די זוהן זאל איבענעמען בארא פארק, און מען האט עם געזאגט אז ער קען גיין קיין מאנסי. (לא מפני אהבת מרדכי אלא מפני שנאת המן, און בערל פינק'ס קינדער זענען גרויסע דרייערס און קנאקערס, און די זוהן גייט מען קענען בעסער פירן ביים נאז, אזוי ווי זיי פרובירן טאקע יעצט אין מאנסי).

למעשה גלייב איך נישט ר' שלמה לעזער וואס ער האט אויסגערופן ביים לויה, אז די צוואה איך געווען זילבער אין ב.פ. און בנו אין מאנסי. איך גלייב אויך נישט אז פינק האט אויסגערופן אין טבריה פארקערט.

למעשה איז שוין געווען אפאר יאר צוריק דעמאלס א הכתרה פאר בנו אין מאנסי, בהשתתפות די משגיח ומאות אנשים מבארא פארק. און דארט גייט ער לכאורה בלייבן. און זילבער אין ב.פ.

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:38 pm
דורך יין שרף
הרה"ג הרב אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:41 pm
דורך יין שרף
הרה"ג הרב שמואל יהודה זילבער שליט"א

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:49 pm
דורך היימלינד
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:31 pm
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:11 pm שוין ר' מוטל האט שוין נעכטען מקדים געווען צו אכטונג געבן פון מחלוקת
די טראק פון די אייער שטייט 15 קארנער 43 קיינער זאל נישט צו גיין נעמען
מיין פוינט איז געווען אז מען האט זיך שוין געגרייט אויף דעם
דארפסט נישט ארויס נעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט


און בד"וו איך האב שוין נעכטען געשריבען אז נישט יעדער איז געווען צופרידען מיט זיין התמנות אלץ דיין

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:50 pm
דורך לעפטאפ
סמרה האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:05 pm
לעפטאפ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:04 pm יעצט האט מען אויסגערופן די צוואה פונעם משגיח, אז דער זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל זיין רב אין מאנסי, און דער אייניקל רבי שמואל יודא זילבער שליט"א רב אין בארא פארק.
הער איך יעצט אז ביי די קבורה אין טבריה האט הרב בערל פינק אויסגערופן בשם די קהילה אין בארא פארק, אז בנו הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א נעמט איבער די קהילה אין בארא פארק.
(כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת, כך שמעתי)
דרמה בק"ק אמונת ישראל : בלויה בארץ ישראל הכיתרו רק ממשיך אחד ! הכתירו בשם הקהילה בנו בכורו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א לממשיך דרכו בבית מדרשו של אביו

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:52 pm
דורך היימלינד
לעפטאפ האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:50 pm
סמרה האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:05 pm
לעפטאפ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:04 pm יעצט האט מען אויסגערופן די צוואה פונעם משגיח, אז דער זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל זיין רב אין מאנסי, און דער אייניקל רבי שמואל יודא זילבער שליט"א רב אין בארא פארק.
הער איך יעצט אז ביי די קבורה אין טבריה האט הרב בערל פינק אויסגערופן בשם די קהילה אין בארא פארק, אז בנו הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א נעמט איבער די קהילה אין בארא פארק.
(כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת, כך שמעתי)
דרמה בק"ק אמונת ישראל : בלויה בארץ ישראל הכיתרו רק ממשיך אחד ! הכתירו בשם הקהילה בנו בכורו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א לממשיך דרכו בבית מדרשו של אביו
ווילאנג ער שפילט נישט מיט קען מען אויסרופען פון היינט ביז מארגען

Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 3:28 pm
דורך חב''ד הויזן
לויט די מעסעדזש אויף אייוועלט קוקט טאקע אויס ווי ס'קומט עקשאן.

א שאד, אזא שיינע קהילה געווען.
אינהאלט קנעפל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:04 pm
משיח האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:01 pm דער משגיח זצ״ל האט געשטעלט זיין אייניקל אלס ממלא מקום און ער איז דאן געווארן עמטליך אויפגענומען אלס דיין הקהלה.

(סאיז נישט געווען קיין וואלן. דער משגיח האט אריינגערופן די טובי הקהל און פאר זיי פארגעלייגט זיין רצון - צו זייער גרויסע סופרייז).

איך גלייב זייער שווער אז זיין עולם ווען טוהן אנדערש ווי זיין רצון.
און איך גלייב נאך שווערער אז בנו יקירו וועט טוהן אנדערש ווי זיין פאטערס רצון.

קען איינער קאנפירמען וואס מהאט אויסגערופן?
איינער האט גערעדט צו זיך אליינס, נישט אפיציעל, און אינמיטן האט מען אנגעהויבן צו זאגן די פסוקים וכו'
בכלל נישט געווען קיין הכרזה, א יחיד האט גערעדט און געזאגט וואס ער האט צו זאגן