בלאט 3 פון 7

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 7:58 am
דורך דריידל
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?


ניין.
אין די הקדמה צו דרך פקודך פרעגט ער פארוואס מ'איז נישט מקפיד אויף "אל תראה שיחה עם אשה"? אויף וואס ער שרייבט אז וויבאלד מ'איז רגיל צו רעדן מיט פרויען רייצט עס נישט אזוי אן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:09 am
דורך shem-tov
איך וואלט צוריקגעענטפערט דעם סארקאסטישן חכם אז אויב ער ווייזט מיר ווי סשטייט ארויסגעשריבן אין די תורה אדער אין שו"ע אז מען טאר נישט האבן א סמארט פאון גיב איך אים 200 אלפים. אזעלעכע מענטשן מאכן א חורבן אין יהדות

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:55 am
דורך Kool man
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?


נישט רעכטיג, ס'איז א לאו אין די תורה ולא תתורו וגו', ס'ווערט גע'פסקענט אין שו"ע און רמב"ם, אסור להסתכל אפילו על זקינה ועכורה, אויסער דעהם איז דא די פראבלעם פון עין רואה, הלב חומד, וכלי המעשה וכו'

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:52 am
דורך chusid
דריידל האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?


ניין.
אין די הקדמה צו דרך פקודך פרעגט ער פארוואס מ'איז נישט מקפיד אויף "אל תראה שיחה עם אשה"? אויף וואס ער שרייבט אז וויבאלד מ'איז רגיל צו רעדן מיט פרויען רייצט עס נישט אזוי אן.

א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם?

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:11 pm
דורך א איד
ביודעי ובמכירי קאמינא אז ביי די סעקולארע מענטשן קומט מען יא צו לידי עבירה.
מער ווי ביי די היימישע

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:52 pm
דורך ביבער
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?

אזוי ווי חז"ל דערציילן אויף אביי, וואס האט נישט געקענט גלייבן אז א פשוטער איד איז נישט דורכגעפאלן מיט א ניסיון ער וואלט זיכער נישט געקענט, ביז מ'האט אים בארואיגט כל הגדול מחבירו...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:59 am
דורך smart
--

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 1:34 pm
דורך שמן זית
האב איך געהאט די זכי' ב"ה נאכאמאל צו הערן די דברות קודש יוצא בקול חוצב להבת אש פון הרב ראבינאוויטש'ן.

גראדע איז מיין פערזענליכע מיינונג אויף אים אז ער זאגט באמת זייער גוטע זאכן, און ער האט באמת די מעגליכקייט ארויבצוסרענגען די פראבלעמען פונעם אינטערנעט.

אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.

ווער עס וויל קען זיין מחולק, אבער דעס איז מיין הייליגע חוות דעת...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 1:39 pm
דורך ירח בן יומו
שמן זית האט געשריבן:האב איך געהאט די זכי' ב"ה נאכאמאל צו הערן די דברות קודש יוצא בקול חוצב להבת אש פון הרב ראבינאוויטש'ן.

גראדע איז מיין פערזענליכע מיינונג אויף אים אז ער זאגט באמת זייער גוטע זאכן, און ער האט באמת די מעגליכקייט ארויבצוסרענגען די פראבלעמען פונעם אינטערנעט.

אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.

ווער עס וויל קען זיין מחולק, אבער דעס איז מיין הייליגע חוות דעת...

האסטו איהם מעיר געווען? פון שרייבן דא אין ק"ש וועט ער גארנישט וויסן, ער טרעט קיינמאל נישט אריין ביי אונז אין שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:03 pm
דורך שמן זית
קודם, ווער זאגט דיר אז ער טרעט נישט אריין דא ביי אונז? עס איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז ער איז א אפטע באזוכער דא.... (הער אויס, ער מוז דאך וויסן די מצב הדור כדי צו קענען מוחה זיין.... א שטייגער ווי די אנדערע עסקנים מעגן ארומקריכן אין כל מיני סיידס צו טרעפן די פארברעכער...)

והשנית, די זעלבע סיבה פארוואס ער טרעט נישט אריין דא, פאר די זעלבע סיבה וועט נישט העלפען אפילו די רבי זכרונעליבראכע אליין וועט אים קומען זאגן ער זאל אויפהערן מיט די זינלאזע אטאקעס אויף טעקסט מעסעזדשעס..

ער מיינט עס נעבעך - אזוי האלט איך עכ"פ - מיט אזא תמימות, אז גארנישט וועט אים נישט אפהאלטן, קענסט רעדן צו א וואנט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:10 pm
דורך ירח בן יומו
שמן זית האט געשריבן:קודם, ווער זאגט דיר אז ער טרעט נישט אריין דא ביי אונז? עס איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז ער איז א אפטע באזוכער דא....

ווי אזוי האסטו געוואוסט ווער איך בין? :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:16 pm
דורך סלינקי
איינער האט א בילד פונעם סאבדזשעקט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:09 pm
דורך גנדי
סלינקי האט געשריבן:איינער האט א בילד פונעם סאבדזשעקט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:24 pm
דורך איך אויך
עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:30 pm
דורך גנדי
דא א בילד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:32 pm
דורך איך אויך
און דער הארני ראבינאוויטש אנשטאט זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער ענטפערט ער צוריק ווי כיתה א בעבי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:12 pm
דורך smart
שמן זית האט געשריבן:
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.

איך האלט פינקט וואו דיר!

ער זאגט גיטע זאכעין אין ער קען טאקע זיין א גיטע שליח אויפצוקלערן דעם עולם

אבר דעעס אז ער מישט אריין טעקסט מעדיש אין אנדערע זייטע שטיסים אין ער מאכט עס פאר איין גרויסע קיגעל אז די אינטערנעט - סמארט פאון - וואטס אפ - טעקסט מעסעדש - פיקשער מעיל וכו וכו' אין אלעז איז דער זעלע פראבלעים ברענגט אראפ זיין גאנצע קאמפיין.

עס איז באמת א שאד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:38 pm
דורך פלעין יודיש
איך אויך האט געשריבן:עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.

https://www.facebook.com/video.php?v=418836414947771

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט פארוואס מרייסט אים אזוי אראפ, איך האלט טאקע נישט ווי אים אבער איך love צו הערן זיינע דרשות, א טאג וואס ער איז און בית מדרש קום איך אן צום ארבער שפעט ער איז מתוק מדבש, ווען ער נעמט ווען אן צו רעדן ביי שמחות וואלט איך אים געדונגען יעדע נאכט ביי מיינע שמחות.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:25 pm
דורך פרייוויליג
Kool man האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?


נישט רעכטיג, ס'איז א לאו אין די תורה ולא תתורו וגו', ס'ווערט גע'פסקענט אין שו"ע און רמב"ם, אסור להסתכל אפילו על זקינה ועכורה, אויסער דעהם איז דא די פראבלעם פון עין רואה, הלב חומד, וכלי המעשה וכו'

לא תתרו לבבכם איז נישט די מקור, אדרבה עס איז באקאנט די קשיא פארוואס שטייט ״אשר אתם זונים״ און נישט ״אם אתם זונים״? זאגן צדיקים: אשר אתם זונים איז א פאקט. די תורה זאגט: דיינע אויגן איז מזנה, געב נאר אכט דיינע אויגן זאלן זיך נישט אנקערן נאך דיין הארץ. למעשה שטייט נישט אין ערגעץ אין די תורה: אסור לצופה בנשים. אין הקבה בא בטרוניא עם בריותיו, די אויגן קוקן, די תורה זאגט דיר נאר קער דיך נישט אן נאך דיין הארץ.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:48 pm
דורך איחוד פעלד
עזריאל האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס מרייסט אים אזוי אראפ, איך האלט טאקע נישט ווי אים אבער איך love צו הערן זיינע דרשות, א טאג וואס ער איז און בית מדרש קום איך אן צום ארבער שפעט ער איז מתוק מדבש, ווען ער נעמט ווען אן צו רעדן ביי שמחות וואלט איך אים געדונגען יעדע נאכט ביי מיינע שמחות.


אפשר איז כדאי ער זאל ווערען א בדחן אויף שמחות וועט אויפהערען מיט זיין צואה.

אוי איז דאס גיט

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 5:31 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-h-6MxA4tS0[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:21 pm
דורך יתרו
איינער קען אפשר מסביר זיין וואס דער בערקאוויטש זאגט ווייל איך פארשטיי נישטץ. עפעס רעדט ער וועגן יצר טוב און יצר הרע אבער איך כאפ נישט זיין פוינט.