בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:57 am
דורך [NAMELESS]
פונעם ספר בתורתו של ר' גדליה בענין שיטת אריסטו בקדמות העולם
ר''ג א.png

ר''ג ב.png

ר''ג ג.png

עס איז אינטערעסאנט אז ר' גדליה האט אויך נישט געפילט פאר וויכטיג מסביר צי זיין פארוואס מיר גלייבן אין בריאה יש מאין, ער זאגט נאר ווייל אזוי האבן מיר מקבל געווען אין אזוי איז דער פשטות

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
@יאיר האט אויבן דערמאנט החכם האבן עזרא אלץ איינע פון די חכמי ישראל וואס האבן געגלייבט אין בריאה מחומר קדמון און אזוי איז אנגענימען ביי רוב חוקרים,
איז אבער אינטערעסאנט אז החכם רנ"ק אין זיין 'חכמת המסכן' טענה'ט שטארק דערקעגן די מהלך און געבויעט אויף ציטאטן פונעם אבן עזרא'ס חיבורים (בעיקר פון די וואס זענען נאר געבליבן בכת"י און זענען נישט בנמצא היינט) טענה'ט ער אז ער האט יא געגלייבט און בריאה יש מאין, נאר ער האט געהאלטן כשיטת המקובלים,
חכמת המסכן רנ''ק בריאה.pdf


ועיין כאן מחומש מחוקקי יהודא
חמשה חומשי תורה _מחוקקי יהודה_ - א קרינסקי, יהודה ליב בן יצחק - אבן-עזרא, אברהם בן מאיר עמוד 74.pdf

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:51 am
דורך יחיאל יעקבזון
גראדעמעכעלע
כאטש אומפארטיג, איז דאס א שיינע שיעור ביז דערווייל. ס׳גוט אז מ׳קאכט זיך אין דעם נושא. ׳דע׳ את אלקי אביך ועבדהו און שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה, איז וואס דער בורא קדמון פאדערט פון אונז. די קינדערישע אמונה וואס מ׳פרעגלט היינט -- גלייב ווייל דיין טאטע גלייבט און האט דיר געהייסן גלייבן, איז א בזיון כלפי מעלה און א אמונה וואס מ׳קען גרינג אפפרעגן. נישט דאס מיינט תמים תהי׳... די סארט אמונה איז פרי יצירתם פון אומבאלערנדע און אומוויסנדע און די המונים נאאיווע נאכשלעפערס. ׳אויפגעקלערט׳ און ׳אנגעלייענט מיט אלדאס טרף פסול׳ ווערט ב״ה צוביסלעך א שטארקע מעלה; נישט א חסרון. יש״כ וחילך לאורייתא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
אדרבה [tag]יחיאל יעקבזון[/tag] אז גו האסט עפעס אינטערעסאנטע נקודות צוצולייגן האלט דיר נישט צוריק,

Re: שיעור בענין בריאה יש מאין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:30 am
דורך mevakesh
דער רלבג אין ספר מלחמות השם האלט קלאר אז די וועלט איז באשאפען יש מיש
איך האב נישט יעצט דער לשון פאר מיר אבער דא ברענגען זיי עס
[url].https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A8% ... 1%22%D7%92[/url]

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 8:44 pm
דורך ארי נוהם
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אין חלק ב' וויל איך דורך גיין די שטיקל פין פרקי דרבי אליעזר בנוגע לענייננו

מוראדיגע אשכול!! ווי נעמט מען די אלטע גאונים צי שרייבען נאך א שטיקל? אבער הגאון ר' גראדעמעכעלע, די חלק ב' איז נישט נאכגעקומען.

כאטש דארף איך צולייגען א נקודה: אאל"ט איז דער שטיקל רמב"ם אין מו"נ דער יסוד פון ווי צו בויען אז מקען גלויבען אין אוועלושען און פארטייטשען די פרשת בראשית אלעגעריש. ווייל דער רמב"ם שרייבט דארט אז אויב שיטת אריסטוטלס וואלט געווען איבערגעוויזען, וואלט ער פארטייטשט די פרשת בראשית אנדערש ווי איר פשוטע פשט.

Re: שיעור בענין בריאה יש מאין.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 2:43 pm
דורך מי אני