בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב פארשטאנען דיין רמז...

פאטש דיר נאכנישט אויפ'ן בויך. ער מיינט נישט דיך... :lol:

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 1:23 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:שטעלנדיג מיין טריט דורך דעם טויער וואס פירט מיר צו מיין פרייהייט, האב איך געוואוסט אז אויב וועל איך נישט איבערלאזן מיין ביטערקייט און האס אונטער מיר, וועל איך אלץ בלייבן אין טורמע.
~ נעלסאן מאנדעלע נאכן באפרייט ווערן נאכן זיצן 27 יאר אין תפיסה

און איך וועל נאכזאגן א דבר חכמה פון א אידישן חכם...פאר געלט וועט מען קענען באקומען א שונא בצע אויך.. :lol:
דער ערשטער פרעמיער פון מדינת ישראל, דוד בן גוריון. ווען מ'האט איהם געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען א שונא בצע פאר דעם בית דין אין זיין נייע מדינה...!

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 4:38 pm
דורך געוואלדיג
ער האט אויך געזאגט:
איך האב געוואלט אויפשטעלן א דור פון אפיקורסים, און איך האב אויפגעשטעלט א דור פון טפשים

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 4:46 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:ער האט אויך געזאגט:
איך האב געוואלט אויפשטעלן א דור פון אפיקורסים, און איך האב אויפגעשטעלט א דור פון טפשים

געוואלדיג: מיין נישט אז איך בין אזא גרויסער חסיד פון איהם און זיינע דברי חכמה. ס'איז נאר געווען אביסעלע לקנטר... :lol: :x

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
but it is important to understand the Judaism isn't "Christianity minus Jesus."

א קליגע איד אין די קאמענטס אויף די ארטיקל

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
ווען סאטמאר רב האלט ווען פון אהבת וחיבת הארץ, וואלטן די סאטמארע געהאלטן בן גוריון אלץ משיח


הזקן הישיש והמתוק ר' בנימין וויליגער שליטא מב''פ,
איך האב מיר דערמאנט פון דאס ווארט זעענדיג ווי נטרונא באטיטלט בנימין נתניהו מיט א שר''י,

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:56 pm
דורך ישמעאל הכהן
סאטמארע רב האט געהאט אהבת וחיבת הארץ

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
טבע, איז גאט'ס פען-נאמען

רב הוטנער בשם אחד מחכמי אומה''ע

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:11 pm
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
טבע, איז גאט'ס פען-נאמען

רב הוטנער בשם אחד מחכמי אומה''ע

גוגל ברענגט מיר נאר דער ציטאט
Chance is perhaps the pseudonym of God when he did not want to sign. - Theophile Gautier

איז דאס דער חכם?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז נישט מגלה זיין מקור,

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:58 pm
דורך קינד_אן_קייט
וואס איז שוין אז מים חיים מאלט וואסער פאר אומגעפילטערטע געבעקסן?

חבר השטיבל [tag]יואליש[/tag] אין רעאקציע צו היימישע אמונות טפילות, בין For Profit ובין Non for Profit.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 4:58 pm
דורך פישלע העררינג
הודעה דורך בן נריהו » פרייטאג מערץ 20, 2015 3:07 pm

מען קאן נישט קומען צום טעם - פון עפעס וואס קיין טעם עס פארמאגט - אפילו נאך פיל מאל פריווען. אויסלעדיגען די גייסט - מיט פוסטע צייט אנברעגעניש - וועט צופרינהייט קיינמאהל ברענגן.


כדרבונות - זענען לדעתי - די דברים...

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:13 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
כוכב האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
די לעכערליכקייט פון פילוסופיה


(הניק נישט, באתר אייוועלט)


דאס קעפל האט מיר אויך פארשאפט הארצוויי ווען דער מאן דאמר בארירט נישט קיין ווארט איבער פיליאזאפיע און געוויס נישט איבער איר לעכערליכקייט, די אלע פוילע תירוצים דארט ווייזט נאר אויף דעם איגנאראנץ פון דעם אייוועלט קליענטעל.
אבער לו יצוייר אז ער וויל זיך באציען צו די לעכערליקייט פון פיזיקס צוליב די גרייזן פון די פריערדיגע חכמים, איז אויך אן אומריכטיגע פערספעקטיוו, אדרבה דאס ווייזט אויף די אויפריכטיגקייט פון דער וועלט פון סייענס אז אלע גרייזן ווערן באזייטיגט מיט דער צייט. אויך לגבי תורה להבדיל זאגן אונזערע חכמים, אז אין אדם עומד בה אלא אם כן נכשל בה, דאס איז אן עלעמאנטארע פונדאמענט פון לערנען יעדע חכמה אבער צייגט ווייט נישט אויף סיי וועלכע לעכערליכקייט נאר פונקט קאפויער, און ווי דער חזון איש שרייבט "אני מלא טעיות, פעם בגמ' פעם בסברא", און ווי ער פירט אויס איז דאס אים בכלל נישט קיין בושה ווייל עס איז נישטא קיין מענטש וואס ווערט ניצול פון טעותים.


גראדע, דארטן פרעגט אים דער ניק 'מיליכיגער' די זעלבע שאלה, אז אדרבא דאס ווייזט די אויפריכטיגקייט.
און ער ענטפערט אים אז ער האלט אויך אזוי אז ס'ווייזט אויף אויפריכטיגקייט, און ער שרייבט אים זיין כוונה

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:24 am
דורך יואב
"אז משיח איז נישט געקומען צו די יידן, זענען די יידן אוועק צו משיח'ן." – יצחק באשעוויס זינגער.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 11:04 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'געפעלט מיר וואס [tag]ביבער[/tag] שרייבט דא:

ביבער האט געשריבן:
ביי מיר איז נישטא קיין קלוגע ניקס נאר קלוגע תגובות, יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך, און יעדער איז א נער אין די נושאים וואס ער האט נאכנישט דורכגעטהון

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 11:08 am
דורך רויטע וואנצעס
לפי דעם קען מען נישט טייטשן כפשוטו, חכם מה הוא אומר בפשטות, ווייל זיין גאנצע חכמה ליגט נאר אין דעם וואס ער זאגט. מוז מען גיין מיט די תורה וואס מיין ברודער האט אריינגעהאקט אינמיטן הגדה, אז חכם מה הוא אומר, די חכמה ליגט אין וואס מ'זאגט. ואתא שפיר.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 11:10 am
דורך ביבער
נישט אזא קשיא, אין מוקדם ומאוחר בתורה.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:49 pm
דורך הקטן
ביבער האט געשריבן:ביי מיר איז נישטא קיין קלוגע ניקס נאר קלוגע תגובות, יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך, און יעדער איז א נער אין די נושאים וואס ער האט נאכנישט דורכגעטהון

יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך???
מיט די אנדער חלקים בין איך מסכים all the way

פ.ס. איך האב די נושא דורכגעטהון

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 7:00 pm
דורך כוכב
יעדער מענטש אין וויליאמסבורג וואס טשעפעט מיך נישט, ווער רעדט נאך ווען עמיצן איז פריינטליך צו מיין ריכטונג, איז עס ווי נאך א שטיין צו מיין פערזענליכן בית המקדש. איך קען נישט געהעריג ערקלערן פארוואס, אבער עס איז גוט און בייהילפיג פאר מיין נשמה צו קענען קומען אין היימישן וויליאמסבורג קויפן א גוט שטיקל קאקאש קעיק, זען א פריינטליכן פנים, רעדן א היימישן אידיש, און אהיימגיין פראווען מיין אייגענעם סארט שבת-טיש.

-פריידא וויזעל אין "חסידים אלס אטראקציע" אינטערוויו אין וועקער, ניסן תש"פ.