היסטארישער שלום אין סטוטשין!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אויסגערוט האט געשריבן:גערעכט אבער מיינט דעס אז ער מיינט עס ערנסט?? דעפיניטלי נישט


וואס איז א חילוק, אויב איז דאס דער דרך דארף מען נישט מיינען ערענסט. פונקט אזויווי אונז דארפען נישט מיינען בלתי לד' לבדו ווען מען טראגט א שטריימעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איחוד פעלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

סטוטשינער רב האט אריינגעברעטשעט אין די פערפעל ערגער ווי סאטמארער רב ביי כל נדרי?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף האט געשריבן:פארוואס קען זיך נישט איינער רופן סטושטין און איינער סטוטשין...?

די זעלבע איז ביי ראחמיסטריווקא. (אה, ס'האט דארט נאכנישט אויסגעבראכן קיין מחלוקת.(.
איין ברודער קען זיך רופן סתם "ריווקע". און דער אנדערער ברודער קען זיך רופן ראחמיסט---ריווקע!... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די זעלבע איז ביי פאפא: איין פראקציע קען זיך רופן "פא" און די אנדערע "פא". ס'דא גענוג פאר ביידע...!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

berlbalaguleh האט געשריבן:די זעלבע איז ביי פאפא: איין פראקציע קען זיך רופן "פא" און די אנדערע "פא". ס'דא גענוג פאר ביידע...!


לצים :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

היינט איז די רבי זי"ע יארצייט
Under influence
ידוע תדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:09 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך ידוע תדע »

מבין דבר האט געשריבן:אביסעל מער פרטים וועגען די אזוי גערופענעם שלום, וואס איך האב געהערט פון סטיטשינער חסידים (50).

שוין איבער 20 יאהר וואס זיי רופען זיך סטיטשין אין דאס האט גורם געוועהן אז ר' מאטיל איז גערופען געווארען סטיטשינער רבי, אפילו עס איז דא אייניקעל וואס איז יושב על כסא אבותיו הק' כרצונם וכרצון צדיקי הדור, בזמן וואס זיי זענען נישט ערלויבט זיך משתמש זיין מיט די נאמען. וואס ווי יעדע פארשטייט איז דאס גורם אסאך עגמ"נ פאר ר' אליעזר'ל און פאר זיינע חסידים בכל קצות תבל, אז א אומגערופענעם קהלה ווערט א שותף מיט סטיטשין (חוץ וואס זיי פירען זיך היפוך שבהיפוך).

זיי בכל תירוצים שבעולם האבען נישט מכיר זייערע גניבה, אין יעצט איז געקומען א נקודה וואס די עולם עפענט זיך די אויגען אז ער איז נישט ערלויבט זיך משתמש מיט די נאמען (למשל אסאך מוסדות אין צייטונגען רופען זיי נאר " תולדות יהודא" אויך ווערען זיי געפרעגט דורך נדיבים פאר זייערע קרן הבנין) האבען זיי מחליט געוועהן 'שלום'.

שלום וואלט געמיינט צו פארשטיין זייערע עוולה, אז סטישינער רבי אדער א שמחה אין סטיטשין זאל מען נישט האבען ספיקות פון וועם מען רעדט, ווייל עס איז דא 1 יורש, אין אזוי ווי ער האט אליין מודה געוועהן אז ער וויסט אז דאס האט די רב ז"ל געוואלט, (אפילו זיי דארפען נישט זיין הסכמה).

ווען זיי זענען געקומען צו טיש האבען זיי נישט פארשטאנען זייער עוולה, אין ""נישט געבעטען מחילה"" אויף די גרויסע עולה פון צונעמען ר' אליעזר'ס ירושה אין פון די סטיטשינע חסידים דורי דורות וואס זענען ר' אליעזר אהנהענגערס, נאר זיך פארענפערט אז עס איז געווארען פון זיך אליין, ווייל די ביהמ"ד הייסט חסידי סטיטשין וכו', ר' אליעזר וואס זעהט אז נישט שלום איז די מטרה, נאר זיך כשר מאכען אויף די גאס, און אזוי ווי יאהרען וואס ער האט א כח הבלגה און פארלאנגט נישט גארנישט, נאר האלט אז יעדע דארף פארעכטען אליין זייער עוולות, האט יעצט וויטער גארנישט געבעטען זאל מסלק זיין פון איהם די נאמען סטיטשין, נאר געזאגט אויב אזוי רוף דיר תלמידי סטיטשין.

די שאלה איז אויב ביסט געקומען בעטען שלום, פארוואס ווען מען רעדט פון תלמידי סטיטשין, ביסטו מסכים אויף דעם, וואס איז די נפק"מ, נאר ווי לאנג די בהמ"ד הייסט סטיטשין, וועט זיך גארנישט אויף די גאס טוישען, אין וועסט ווייטער גערופען ווערען סטיטשינע רבי, אלא מאי מיינט מען נאר זיך צו כשר מאכען אופן גאס, וואס פארקויפטסטו מעשיות. עס איז נרא הוספת חטא על פשע.
משל למה"ד, איינער גאנבעט פון איינעם מיליאהן דאלער, אין ער קומט איהם מסביר זיין אז עס איז בטעות ער האט נישט געוואלט, אין יענר זאגט איהם האלט א האלב מיליאן דאלער, אין ער האלט עס, וועט איינער זאגען אז זיי האבען געמאכט שלום?

שלום אמיתי וואס מיינט אראפנעמען פון זיי די ווארט סטיטשין, קען געשעהן אהן גיי צו ר' יענקעל הורוויץ, דאס איז א פעולה וואס דארף געטוהן ווערען, און אויב דאס וועט געטוהן ווערען מיט א מחילה פון ר' אליעזר (וואס נישט אויף אלעס האט ער ד רעכט מוחל צו זיין (אולי), גלייב איך וועט זיין שלום. און אויב נישט קענען זיי פארקויפען שלום אבער גארנישט האט זיך געטוישט, אין יעדע זאל דן זיין לויט זיין קאפ וואס איז הייליג אין וואס נישט.

חוץ פון דעם איזאפילו לשטתם קלאהר אויסגעשמועסט אז ער וועט זיך נישט רופען סטיטשינער רבי וכדו', אין אז ער איז געפאהרען קיין א"י אין עס שטייט אויפן צעטיל "קהל תולדות יהודא דתלמידי סטיטשין ע"ש רבינו זצוק"ל, אין שזענען מודיע אז רבינו שליט"א איז געקומען קיין א"י צו די יאהרצייט פון רבינו זי"ע. וועט איינער טראכטען אז עפעס האט זיך געטוישט????????
אלא מאי שלום מיינט נאר פארדרייען די גאס א קאפ, וואס זיי פרובירען צו זיין מומחים, איז עס איז עומד בעוולה, וואס זיי האבין יעצט מודה געוועהן אז עס איז נישט ריכטיג.

תן לחכם ויחכם עוד


אנטשולדיגט מר. מבין דבר הערשוין אויף מיט די אזויגעריפענע זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון רבינו שליט"א
די פארשעמסט אונז בפני כל העולם - און די זעלבע צייט מאכסטו חוזק פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

אז די ביסט א געטרייער חסיד זיי מוחל און בעק די רב שליט"א

אז עס געפעלט דיר נישט וואס די רב שליט"א טוט - עפען דיר א נייעם ביהמ"ד לחיים ולשלום
(און רוף עס נישט סטיטשין)

זיי מוחל און מעק שוין אויס דיין מודעה
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איז דער נאמען סטיטשין ווערט געלט?

כלומר אויב זאל ר' מאטיל זיך אנהייבען רופען שאזלין, וועט ער פארדינען ווייניגער ווי ער פארדינט יעצט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

איחוד פעלד האט געשריבן:איז דער נאמען סטיטשין ווערט געלט?

כלומר אויב זאל ר' מאטיל זיך אנהייבען רופען שאזלין, וועט ער פארדינען ווייניגער ווי ער פארדינט יעצט?

ניין! אבער ער איז א תלמיד, און זיינע אנהענגער האט זיך גאשאפען פון סטיטשינע יודען, און רוצה אדם בקב שלו! יעדען גלייכט זיין נאמען.
די מענטעלעטי פון די וויליאמסבורגער יודען וועט זיך נישט טוישען אויב די וועסט רופען דעם שטאט שוויינדארף! אבער פארט שמעקט אים בעסער צי זאגען ווען מפרעגט אים אז ער וואוינט אין "ווילאמסבארג"
פארשפארט