בלאט 3 פון 5
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:50 pm
דורך חסיד
ישראל קאפקע האט געשריבן:@חסיד,
דו מיינסט מן הסתם די מערב ברעג פאלעסטינער, איא?
געליינט האב איך אז סאדא סטרים גייט פראבירן צו באקומען ארבייט פערמיטן אז די מערב ברעג ארבייטער זאלן קענען אריינפארן אין מדינת ישראל צו ארבייטן אין זייער נייע פאבריק.
צו זאגן אז די נידריג ראנגיגע פאלעסטינער ארבייטער אין סאדא סטרים זענען געווען די נגידים פון זייערע דערפער? חלומות איז נישט דאס ווארט.
אלעס ארבעט לויט די הלכות פון רעלעטיוויטעט, און די ארימקייט שטאפל פון די פליטים לאגערן זענען דאך שרעקליך
Workers at the Ma'aleh Adumim factory "say they take home about $1,200 monthly – anywhere from double to triple common wages in the territories. The company also provides pensions and some medical insurance,"
שטעל זיך פאר דריי מאל די געווענליכער פארדינסט, נו אויב דער עוורידזש פארדינסט איז אומגעפאר פופציג טויזענט דולער, איז דאס ווי איינער וואס פארדינט דאהי 150,000 נא הערשט א נגיד, דער סאמע קויפער פון דעם מפטיר יונה!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:13 pm
דורך יאיר
דער נייער אויסערן מיניסטער פון האלאנד האט
איבערראשט די וועלט ביים זיך אנטזאגן צו אנערקענען פאלעסטינע, זאגנדיג אז עס וועט נישט ארויסהעלפן די שלום פארהאנדלונגען אין מיטל מזרח.
אויסערן מיניסטער קאונדערס האט א היסטאריע פון פרא פאלעסטינער שטעלונגען הינטער זיך, דערפאר איז דאס געקומען אלס א שאק. אין די פארגאנגענהייט האט ער פארדאמט די בלאקירונג אויף עזה און דעם וואנט ארום דעם מערב ברעג. גלייכצייטיג האט ער שוין אויך געלאזט פאלן לויב ווערטער אויף מדינת ישראל, זאגנדיג אז זיי קענען בעסער אינטעגרירן אימיגראנטן ווי האלאנד. פאר א צייטונגס שרייבער האט ער אמאל געזאגט: "מענטשן פון מדינת ישראל זאגן מיר, דו ווייסט נישט פון וואס דו רעדסט. און איך פארשטיי זיי, דאס איז אסאך מאל אמת. טעראריזם איז עפעס וואס האלאנד דארף זיך אויך ספראווען, און זיי ווייסן נישט ווי אזוי."
עס איז דערפרישנד צו הערן אז עס זענען נאך פארהאן מענטשן וואס האבן נישט די אבסאלוטע זיכערקייט וואס באפאלט פלוצלינג יעדן דעה זאגער מעבר לים ווען עס קומט צו מדינת ישראל-פאלעסטינער אנגעלעגנהייטן, בשעת זיי רעדן פון ענינים אין וואס זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:29 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ישראל, מ'קען שרייבן אמת'ע אומשולדיגע רעפארטאזש און דאך וועט זיך אנזען א בולט'דיגער אגענדע. ופעילד מסייע יוכיח.
דאס איז געזאגט געווארן אויף ביידע זייטן פון דעם מטבע.
ריכטיג, ריכטיג,
אבער פאקטיש באקומען מיר רוב פון אונזער נייעס פון די מדינת ישראל זייט, (אינקלודינג איך), (נישט ממש אויף די שטאפל פון פעילד-מעסייע העיט ספיעטש, אבער)
די מידיע אין אמעריקע און פארשטייט זיך אין מדינת ישראל איז שטארק פרא מדינת ישראל ביי דיפאולט, (איך ווייס נישט צי דו וואוינסט אין אמעריקע אדער אין מ.י.)
סאו א לינק צו די אנדערע זייט איז נישט עפעס אויף וואס מען דארף זיך ערגערן.
די מיינסט נאציאנעלע מידיא קוועלער? אויב יא, וועלכע?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:40 pm
דורך חסיד
יאיר האט געשריבן:דער נייער אויסערן מיניסטער פון האלאנד האט
איבערראשט די וועלט ביים זיך אנטזאגן צו אנערקענען פאלעסטינע, זאגנדיג אז עס וועט נישט ארויסהעלפן די שלום פארהאנדלונגען אין מיטל מזרח.
אויסערן מיניסטער קאונדערס האט א היסטאריע פון פרא פאלעסטינער שטעלונגען הינטער זיך, דערפאר איז דאס געקומען אלס א שאק. אין די פארגאנגענהייט האט ער פארדאמט די בלאקירונג אויף עזה און דעם וואנט ארום דעם מערב ברעג. גלייכצייטיג האט ער שוין אויך געלאזט פאלן לויב ווערטער אויף מדינת ישראל, זאגנדיג אז זיי קענען בעסער אינטעגרירן אימיגראנטן ווי האלאנד. פאר א צייטונגס שרייבער האט ער אמאל געזאגט: "מענטשן פון מדינת ישראל זאגן מיר, דו ווייסט נישט פון וואס דו רעדסט. און איך פארשטיי זיי, דאס איז אסאך מאל אמת. טעראריזם איז עפעס וואס האלאנד דארף זיך אויך ספראווען, און זיי ווייסן נישט ווי אזוי."
עס איז דערפרישנד צו הערן אז עס זענען נאך פארהאן מענטשן וואס האבן נישט די אבסאלוטע זיכערקייט וואס באפאלט פלוצלינג יעדן דעה זאגער מעבר לים ווען עס קומט צו מדינת ישראל-פאלעסטינער אנגעלעגנהייטן, בשעת זיי רעדן פון ענינים אין וואס זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה.
כ'מיין אז די מעשה אין האלאנד איז נישט אזוי ווייט מאהבת מרדכי נאר ענדערש משנאת המן
כידוע מוטשעט זיך איירופה שטארק צוזאם פון דעם אראבעשן פאלק
דער ידו בכל ויד כל בו וועלכער איז מיט גרויס עהרע אויפגענומען געווארן דורך רוב איירופייעשע לענדער, הייבן אן צו עסן די פירות פון זייערע טיפשות'דיגער שריט, זיי האבן מיט זיבעציג יאר צוריק גע'רצח'עט אבותינו און פארטריבן ווי די הינט די פאלק וועלכער ברענגט גליק און הצלחה ווי נאר זיי טרעטן איבער די שוועל, נאר די קנאה מקלקלת האט נישט ערלויבט אז זיי זאלן איינזעהן דאס גוטס וואס דאס ברענגט, האבן זיי באקומען דערפאר א פאלק וועלכער זיי וועלן קיינמאל נישט דארפן מקנא זיין, נאר ווען זיי טרעפן זיך פלוצים מיט שאריא געזעצן וועלן זיי ערשט זען וואסארע בור זיי האבן זיך אריינגעזעצט,
אלזא דער האלאנדישער הייבט אן צו כאפן וואס טוט זיך, זאגט אים אז ער האט פארשפעטיגט די שיף, יעצט איז אביסל צו שפעט צו וויינען האלאנדעסטאן איז געפאלן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:27 pm
דורך מאטי
דאס גרינעם שאל וועט אים גארנישט העלפן...

- IMG-20141126-WA0018.jpg (433.79 KiB) געזען געווארן 3039 מאל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:35 am
דורך ישראל קאפקע
נייער געזעץ וועט מאכן אומלעגאל דאס פאכן א פאלעסטינער פאן ביי א פראטעסט.
א צווייטער ביל וויל אראפנעמען אראביש פון די ליסטע פון אפיציעל שפראכן אין מדינת ישראל.
vice.com
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:15 pm
דורך ישראל קאפקע
אין נייעס וואס פאלגט נאך די מוסטער פון די שוועדישע פארליאמענט, האבן די געזעצהייזער אין פראנקרייך און אין אירלאנד באשטעטיגט א געזעץ וואס פארלאנגט אז די רעגירונג זאל אנערקענען א זעלבסטשטענדיגע פאלעסטינער לאנד.
די פראנצויזישער סענאט האט באשטעטיגט א רעזאלוציע וואס די נאציאנאלע אסעמבלי האט באשטעטיגט עטליכע וואכן צוריק, און די אונטערשטן פארליאמענט הויז אין אירלאנד האט איינשטימיג באשטעטיגט געווארן א געזעץ וואס פארלאנגט אז די רעגירונג זאל אנערקענען א פאלעסטינער שטאאט, באזירט אויף די גרעניצן פון 1967.
אויך אין דענמארק ווערט איצט באהאנדלט א געזעץ פארשלאג צו אנערקענען פאלעסטינע.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:26 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: ייש"כ פאר ברענגען אט די בשורה טובה. איז ווען געסטו קידוש. דעי וואך (פ' וישב) אדער פ' מיקעיץ. "
דאס גאנצע (מיט א חטף קמץ) שטעיטעלע שערטציך. ס'איז כמעט אזא גרויסער יום טוב ווי כ"א כסליו אין סאטמער...

"מיקעיץ" איז א גרויסער יו"ט באנינז אין שטעיטעלע.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:38 pm
דורך ישראל קאפקע
האסט שוין געפרעגט וועגן קידוש געבן (און איך האב שוין געענטפערט) א חודש א האלב צוריק, ווילסט און ענטפער קוק ביים אנפאנג פונעם אשכול.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:42 pm
דורך לא להנאת גופי
בערל די אמת'ע אויפגעקלערטע זענען שוין היינט נישט קיין ציונים, ביסט אביסל אינטערשטעליג..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:45 pm
דורך מאטי
Oh god, seriously? it's happening again.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:47 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:האסט שוין געפרעגט וועגן קידוש געבן (און איך האב שוין געענטפערט) א חודש א האלב צוריק, ווילסט און ענטפער קוק ביים אנפאנג פונעם אשכול.
דאמאלס (א חודש און א האלב צוריק, ביים אנפאנג פונ'ם אשכול) האט נאר שוועדן אנערקענט די פאלעסטינער מדינה. אבער היינט איז אללאה עכבר, אונזדער פאלעסטינע מדינה שוין אנערקענט געווארן דורך פראנקרייך און אירלאנד. אינש'אללאה, (אויב ווייסטו נישט די מיינונג פון דעם ווארט קענסטו אנפרעגן ביי דיינע פאלעסטינער פריינט.) די איבעריגע לענדער פון די גוי'אישע וועלט וועלן אויכעט בקרוב אנערקענען אונזער פאלעסטינער מדינה....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:54 pm
דורך berlbalaguleh
לא להנאת גופי האט געשריבן:בערל די אמת'ע אויפגעקלערטע זענען שוין היינט נישט קיין ציונים, ביסט אביסל אינטערשטעליג..
או.קעי. איך בין נישט קיין ציוני. איך בין א איד...
איך לאך נאר פון די אלע אזוי-גערופענע פאלעסטינער סימפאטיזירער צווישן אונז. מ'דארף זיי נאר איבערלאזן פאר פינף מינוט אין סיי וועלכע "קאסבא", וועללן זיי זעהן ווי ווייט זיי וועלן אנקומען מיט זייער פרא-פאלעסטיניזם...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:55 pm
דורך ישראל קאפקע
קאסבא?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:57 pm
דורך berlbalaguleh
יא. אין די רוסישע ווייבער שול האט מען טאקע נישט געהערט דאס ווארט...אבער דאס ווארט עקזיסטירט...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:33 pm
דורך ישראל קאפקע
דאכט זיך אין הארניסטייפל אויך נישט, אבער דאך, וואס מיינט דאס ווארט?
אגב, ר'בערל, דאכט זיך מיר זענען שוין געקומען צו א טאלק אז איך האב גארנישט מיט רוסלאנד, (מיין ניק איז קאַפקע, נישט קאָפיקע) שוין פארגעסן? איך האב געוויסט אז בעלעגלינו איז אלט, אבער אזוי אלט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
קאפקע: יא. ס'איז א גוטס. קןדם לעניין. דאס ווארט "קאסבאה" מיינט "אלטער מארקעט" אין פראקטישן זין. די אלטע געסלעך פון די היימישע געגנט אין די אראבישע לענדער. הויפטזעכליך אין מאראקא...!
יעצט צום ענין פון דיין פראפייל. דאס ווארט "רוסלאנד/רוסיש" האביך סתם אזוי אריינגעווארפן. אבער איך בין געקומען צו א געוויסע מסקנא לגבי דיין פראפייל. נאר מפני תקנת המקום וועל איך עס נישט דערמאנען...
נ.ב.: בכל אופן. : ווילאנג א יעדער נעמט אן אלע קאמענטארן מיט א ביסעלע הומאר איז אלעס גוט ...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:14 pm
דורך איך אויך
אדער ווי די איזרעליס האבען ליב צו שרייבן 'הקסבה של מאה שערים' ,די מארקעט אין עיה''ק חברון הייסט אויך קסבה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
זיכער, ס'קומט טאקע פונ'ם זעלבן שורש און ס'באשרייבט די זעלבע מענטשן (אדער אומ-מענטשן) מיט די זעלבע מענטאליטי... והבן...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:40 pm
דורך petergrifin
ישראל קאפקע האט געשריבן:אגב, ר'בערל, דאכט זיך מיר זענען שוין געקומען צו א טאלק אז איך האב גארנישט מיט רוסלאנד, (מיין ניק איז קאַפקע, נישט קאָפיקע) שוין פארגעסן?
@ישראל קאפקע
און װאס מײנט ״קאַפקע״? מלשון יעקב ״קאפיל״ חסיד?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:48 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 4:24 am
דורך berlbalaguleh
וואלט עס געדארפט געשריבן ווערן אלס "
קאפקא" מיט די מיינונג פון נאמען...! נישט קאפקע...! דאן וואלטן נישט געווען אזויפיהל מענטשן וועלכע זענען זיך טועה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:27 pm
דורך פלאוויוס
בערל: מיט דעם "באדייט" פון נאמען. נישט: מיט די "מיינונג"...
מיינונג איז א חוות-דעת.
באדייט איז א טייטש.