בלאט 3 פון 214

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:23 am
דורך איבערגעצויגנס
בעצם בינעך א שטילער, כ׳זאגניש קיין סאך. אויב אבער וועט איר פרובירן שטארק מיר הויעך צו מאכן העטעס אייך מעגליך געלונגען.. דער עיקר איז - נעווער גיוו אפ!

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:24 am
דורך דמשק אליעזר
איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל ווייל עס איז כמעט די איינציגסטע פארום וואס פראבירט צי בלייבן נאטראל אין תורה׳דיג

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:30 am
דורך איך אויך
העי איבערגעצויגענע פליי צו גאר עפעס אנדערש..

ר' דמשק א שעהנע נאמען האסטו געפיקט.

יהי בואכם לטוב ולברכה.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:47 am
דורך שמעקעדיג
מיין רעביצין ווייסט שוין אז "איבערגעצויגענס" איז איינע פון מיינע בעסטע סאפערס, ע"כ בין איך זייער עקסייטעד צו זעהן איבערגעצויגן אין שטיבל.
דמשק אליעזר? אין יענעם סידור האב איך זיך אויסגעלערנט פירוש המילות אויפן דאווענען, לאמיר האפן אז כ'וועל קענען לערנען נאך און נאך.

שלום פאר אלע פון ענק, טוט אויס דעם קאפילוטש און נעמט דעם פעדער אין האנט, און נעמט אייך צו דער מלאכה.....

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:55 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]איבערגעצויגנס[/tag], זיי נישט אזוי אנגעצויגן, און טו אונז איבערצייגן, אז דו קענסט יא.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:20 pm
דורך כוכב
איך אויך האט געשריבן:קוקט אויס ווי כוכב מיינט אז איך בין איינע פון טיטאניקס אנדערע ניקס ,נו גז''י.

איך בין א גרויסע חסיד פון דעמאקראטיע און יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג ,אבער סתם פאר נייגעריקייט פארוואס רופסטו מיך א טראל? איך האב דיר אמאל נערווירט אדער וויי געטוהן?

ר' קריינא ,ביטע שעהן זיי מיר טויזענט מאל מוחל אבער איך נישט געמיינט קיין שמץ פון סארקאסטישקייט כלל ,ליין עס איבער מיט די צווייטע נוסח (דער מאמעס ,אין דיין קעיס מרס קריינדי'ס נוסח) פון טאטע שיק מיר הויזן.


דער נאר זאל ארויסגיין פון דער מקוה.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:21 pm
דורך איך אויך
פיין איך בין טיטאניק ,אבי מאכן א איד העפי.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:28 pm
דורך שמערל
@שמעקעדיג
העי דמשק אליעזר טוט שוין היינט רעפרעזענטירן גאנץ א צווייטע קאמפאני...

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:57 pm
דורך שמעקעדיג
אבער חנוך לנער... גם כי יזקין לא יסור ממנו...

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:23 am
דורך יעדער לאכט
איך גלייך צו ברענגען א שמייכעל אויף מענטשן פנים'ער
איך גלייך צו ליינען אסאך
איך גלייך צו דיבאטירן

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:36 am
דורך מי שברך
איך האב לעצטנס געהערט פון אפריינד וואס שרייבט אויף דעם אתר. און כ׳האב פארשטאנען אז מען קען זיך זייער ארויסהעלפן דא. צו איז עס זיך אויסרעדן דאס הארץ. אדער גאר באקומען אקלוגע עצה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:43 am
דורך אויליגער
אלס א באזוכער דא און קאווע שטיבעל איז מיר שטארק נושא חן דאס פלאץ האב איך מיר אויך אפגעשטעלט צו מאכן מיין אייגענע קאווע

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:57 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם!!
[tag]יעדער לאכט[/tag] פון א [tag]אויליגער[/tag] [tag]מי שברך[/tag]

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:15 pm
דורך קושקע
איך בין דער אלטער קושקע פון היידפארק ע"ה, אבער פריש און קריספי, אויב איר געדענקט מיך דאן גיבט מיר א לייק, שכוח

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:28 pm
דורך חד גדיא
ניין, איך געדענק נישט קיין קושקע פון היידפארק. אבער כ'האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך האב ליב קריספי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:40 pm
דורך איך אויך
פארוואס קלאפסטו עם מיט א לייק? ער וויל שלאפן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:45 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב ליב קושקע. און קריספי חלות. אבער קריספי קושקע? דאס האב איך נאך נישט פרובירט. עמיר געוואר ווערן אין די קומענדיגע וואכן!

שלום עליכם אלע געסט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:10 pm
דורך איך אויך
מען מאכט היינט צוטאגס קריספי קישקע סושי! קענסט עס גלייבן?

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:54 am
דורך משה נתן
פליקער האט געשריבן:
משה נתן האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר

וועים טיט משה נתן רעפרעזענטירן,
וואס איז די פשט פינעם ניק
איך בין אהער געקימען צו רעפרעזענטירן מיינע ארטיקלען, און איך האף אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:40 pm
דורך טראכט גוט
שלום עליכם ליבע ברודער! איך האב מיר דא אייינגעשריבן ווייל איך זוך א געשמאקע היימישע אידישע אטמאספער צו פארברענגען אין אין די פרייע שעות!
נו? שוין פינף און צוואנציג ווערטער? ניין? נאך אלץ נישט? אפשר יעצט? אה!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:41 pm
דורך ky10950
איך קום פון צייט צו צייט באזוכן דעם קאווע שטיבל און אסאך מאל האב איך גוטע / וויכטיגע הארות צו צולייגן ממילא האב איף מיר גענומען די מיה זיך איינצושרייבן אין דעם קאווע שטיבל זייטל

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:53 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם [tag]ky10950[/tag] און [tag]טראכט גוט[/tag]!!
מאכטס ענק באקוועם!

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:00 pm
דורך ישראל קאפקע
איך בין א איד וואס קען די וועלט, אביסל עניוועי.
אין א וועלט וואס קען נישט דער איד.
איך גלייך די נאטור, באשעפענישן, מענטשן, און מוזיק.