outspoken האט געשריבן:ער האט פארקויפט די דירות פאר בערך $250 א ס''פ, ביים וועלן צירוק געבען די דיפאזיט האט די מארקעט געהאלטן ביי $400 א ס''פ, די (נישט געווארענע) טענענטס, האבן געהאלטן אז ער וויל דאס פארקויפען פאר גוים.
דעיס איז אן ערנסטע חושן משפט שאלה. נאר ס'איז נישט פאר בעלי עגלות אדער שיפ'ס קאפיטאנען צו פסק'נען...דער פראבלעים איז, אבער אז, א גרויסער טייל פון די רבנים וועלכע וואלטן געדארפט ברענגען דעם דבר ה' צו די אידן, זענען ליידער אינגאנצן קארופט...!
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
זעכער זוכט מען וועמען צו בלעימען, און די רבנים זענען שטענדיג די ערשטע און באקוועמסטע אפשען, [נישט פאר דעם זענען זיי דא? ], רבנים = שטר מאכערס שטעלען צו וואס מ'באשטעלט פון זיי, אין די פעלער ווערען די שטרות באשטעלט דורעך די מוכרים און דעוועלאופערס, און ווערט באצאלט דורעך די וואס האבען עס באשטעלט, די קונים האבען די ברירה דורעכצוליינען די שטרות און דיסיידען אויב זיי זענען באקוועם מיט די שטר אדער נישט, און זיי האבען די ברירה נישט צו קויפען, דער מוכר האט די ברירה צו מעקען אדער צולייגען זאכען אויף די פארלאנג פון די קונה, אויב דער מוכר וויל נישט, און דער קונה קויפט דאך, איז עס אדער די קונה'ס שולד, אדער העכסטענס די מוכר, די רב באשאפט נישט קיין טערמס און קאנדישענס, ער שטעלט צו פאר זיין קליענט וואס מ'האט ביין'אים באשטעלט
ווי איך זעה ווערען פארקויפט הונדערטער און אפשר טויזענטער דירות, און ס'די ערשטע מאהל איך הער פון אזא שרעקליכע מעשה, קוקט אויס ס'יז מער צווישען קויפער און מוכר ווי רבנים [שטר מאכערס בלע"ז]
פון ווי נעמט זיך די הלכה אז איינער וואס שטעלט זיך נישט צו דין תורה און איז "לא ציית דינא" ביי איין סכסוך, איז אלע זיינע שטרות וואס איז געמאכט דורך א היתר עיסקא, "כל שטרות שיש לו על אחרים, הם בכלל שטרות שיש בו ריבית, שאין גובין אפילו את הקרן"!
איך קען פארשטיין אז די רבנים ווילען ווייזען מיטלייד מיט זייערע פריינט און טרייען אויסצוניצען זייער טיטלען און כוח בית דין צו משפיע זיין און א ווייטיגליכע אפערע אבער פון נעמט מען די היתר זיך אויפצופירען ווי גענגסטערס? ווער גייט בארגען געלט אויף עיסקא פאר א היימישע ייד אז ווען ס'קומט צו אנקעסירען שטייט מען vulnerable צו מאפיא שטיק פון א pack of wolves.
ווי איך הער האט סעפדי א היתר בית דין פון עפעס א יאנקי מארקאוויטש, וואס גיט אים א רעכט צו גיין אינפארסען זיין מארטגעדזש, די היתר ליגט אוועק געלייגט ביי די חב"ד רב פון סאוט פלארידע אין זיין שיפלאד.
אז מ'רעדט שוין מיט די מידיא, ביטע גיב איבער אז איך האב א קאר צו פארקויפען. ווער עס וויל עס זען זאל זיך מעלדען צו מיר אין ק"ש. פארוואס זאל מען לאזען לריק אונזער געלעגענהייט צו רעדען פאר'ן וועלט? לאמיר מאכען אפאר דאללאר דערויף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
עיני עיני ירדה מים, מ'רעדט נישט דא פון אינוועסטערס פליפערס וכדומה, מ'רעדט דא פון אידן וואס האבן זיך צוזאמען געבארגט שווערע געלטער צו האבן א דאך העכערן קאפ פון זייער משפחה, בשעתן קויפן איז געווען אנדערע בילדערס אזוי ווי דושונסקי, מאיר שטערן און נאך, וואס נאך א יאר האבן אלע געקלאסט און די עולם ווייסט ב''ה פון קיין צרות, ווידער די וואס האבן דא געקויפט לעבען שוין די אלע יארן מיט פחד בבקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בקר מפחד לבבך. אוי דארפן די וואס די רבוש''ע האט אפגעראטעוועט פון דארט צו קויפען דאנקען די באשעפער א גאנצען טאג.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארגעסען נאך א הלכהדיג'ע נקודה. די ארבעט וואס זיי האבען אריינגעלייגט אינ'ם דירות און די געלט איז אזוי ווי א יורד שלא ברשות. זיי האבען דאך יורד געווען אדעתא דנפשייהו, און שלא ברשות. ממילא קומט זיי גארנישט. אפילו ווען ס'וואלט זיי יא עפעס געקומען, איז דאס נאר יציאה שיעור שבח, הייסט'ס די קלענסטע מאז געלט, אדער זייערע הוצאות, אדער די שבח פונ'ם בנין וואס איז ארויס פון זייער געלט. נישט מער. אבער יעצט אז זיי האבען יורד געוון אדעתא דנשפייהו, איז דא א שו"ת מהר"ם געברענגט אין שו"ע אז זיי באקומען גארנישט.
עס איז א שולחן ערוך. מען באקומט לפי ההוצאה.
אבער מען דארף זיין היבש קרום זיי דן צו זיין וי א יורד שלא. רשות.
דאס איז חוץ דער צד אז זיי האבען באצאלט מער ווי מען מעג לעגאל ממילא איז דא דער בית שלמה וואס האלט אז אידרוף הייסט קנין כסף.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
יע איך בין נבהל ונשתומם ווי די רבנים דערמאנען נישט קיין אות אחת אפילו ברמיזה די ציפקע צרות וואס די קונים האבען אויסגעטיילט פאר די אינוועסטערס מיט אלע מינע דריידעלך כנוסח ווילי [און אויך ווערט נישט דערמאנט דער גנב בזוי דער ערשער בילדער].
לויט ווי איך האב ערגעץ געליינט האבען זיי שוין עטליכע יאר נישט געצאלט גארנישט נישט קיין מארגעדש און אוודאי נישט קיין רענט אזוי אז אפילו נאר די געלט אליינס איז א סכום נכבד מאוד ,איך וואלט זיך געפרייט אויב איינער וואס איז בקי בטיב הדברים קען דאס מאשר זיין אדער מכחיש זיין.
איי געסס געוויסע רבנים לעבן נאך אונטער א אילאזיע אז די קאלענדער ווייזט יארע 1960 און פארשטייען נישט אז היינט איז זייער שווער געווארן צו פארקויפן קרעפלך פארען עולם.
מיסטער ארויס ,איך מיין אז איך בין דשוסט עבאוט עז פאר פון סעלף-העיטינג ווי עס איך שייך דא אויף ק''ש ,אבער זאכן דארפן מאכן סענס ובלע''ז It doesn't pass the smell test.