בלאט 3 פון 12
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:04 pm
דורך זוכער
שבת אחים האט געשריבן::like
And then Hashem had rachmanus on me.
Of course, I took Rabbi Miller at his word and now became utterly convinced in the falseness of Evolutionary theory.
איך נעם יא אחריות אויף יעדן ווארט וואס דא שטייט. ווייל עס איז אמת ויציב. מיסטער מילער שמייסט אן די סייענטיסטן מיט זייער בלאף און צייגט איבער זייערע סתירות. אוי איז עס געשמאק צו הערן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:22 pm
דורך כוכב
אז רבי אביגדור וויל שטעלן אן ארגומענט אז עוואלוציע איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, תבוא עליו ברכה, ווידעראום פון א סייענטיפישע שטאנדפונקט איז ער בכלל נישט דער צענטער פונעם וויכוח נאר נאך אן אויטאריטעט אויף א נושא וואס איז פיל ברייטער פון אים און ער האט נישט קיין שום וועטא קראפט דערויף.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:25 pm
דורך זוכער
כוכב האט געשריבן:אז רבי אביגדור וויל שטעלן אן ארגומענט אז עוואלוציע איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, תבוא עליו ברכה, ווידעראום פון א סייענטיפישע שטאנדפונקט איז ער בכלל נישט דער צענטער פונעם וויכוח נאר נאך אן אויטאריטעט אויף א נושא וואס איז פיל ברייטער פון אים און ער האט נישט קיין שום וועטא קראפט דערויף.
נאך א מאלפע אייניקל דבר'ט אין די לבנה!
האסט אים געהערט?
אפשר רעדט ער סייענטיפיש!
אפשר ווייסט ער איבער דורך די סייענטיסטן אליין אז זיי זענען WRONG?
רבוש"ע - מ'האמיר דא א קאוועל שטיבל פון מאנגא'ס און ריטארטעד מענטשן. וואס נישט נאר זיי דערהייבן אן אנדערע מיינונג - פארשטייען זיי בכלל נישט אז מ'קען האלטן אנדערש פון זייערע קליינע דזשעליס???
דערלערנט זיך איינאל אז שטארק-געלערנטע מענטשן - בראש פון ראביי מילער קענען עפעקטיוו אויפצוייגן אז ענקער סטופיד שיטה איז אינדרויסן פון פענסטער!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:42 pm
דורך מאיר
עס איז שוין צייט (פאר ביידע זייטען) פין די אישו איינציזען אז די קאנצפעט פין עוועלאשען שטייט שוין אין מדרש אין עס איז אנגנימען ווי א זיכערע פאקט אין די ספרי מקובלים פין 1000 יאר צוריק. אויך אפאר פלעצער אין די פסוקי בראשית זעט אזוי אויס. פארשטייט זיך, די דיטאלען אין ווי לאנג ס'האט גענימען איז א סתירה פין אינזערע מסורה ביז היינטיגע סייענס. אבער די קאנצעפט איז אמת לויט אינז (2000 יאר צוריק) אין לויט זיי (200 יאר צוריק).
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:42 pm
דורך כוכב
קודם כל נידער דיין טאן, שרייען מאלפע רעטארעד שוטה וכו' העלפט נישט קיין סאך ארויס און מאכט דיך נישט שטערקער.
נניח רבי אביגדור רעדט סייענטיפש איז ער אין בעסטן פאל נאך איין אמאטור סייענטיסט וואס זאגט א מיינונג איבער עוואלוציע, אבער ער איז ווייט נישט דער מכריע ווי כאילו איינמאל ער האט געזאגט איז אויס מיט עוואלוציע, און נאכאמאל, ער פארמאגט נישט קיין וועטא מאכט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:57 pm
דורך יתרו
זוכער, כהאב פאר דיר א מאמר וואס אדרעסירט די לעכער פון ראביי מיללערס פירכות אויף עוואלוציע, אזוי אויך ראיות חותכות פאר עוואלוציע וואס הרב מיללער אדרעסירט נישט בשוגג אדער במכוון. ביסט אינטערסירט עס צו זען און זיך מטפל זיין דערמיט? אדער ווילסטו נאר שרייען וועגן מאלפע און קאקעראטש זיידעס.
ברויכסט אויך פארשטיין הרב מיללער האלט אז די וועלט שטייט סך הכל 6000 יאר. אזוי אויך האלט ער אז אלעס איז באשאפען געווארן און די זעלבע צייט, און אויף דעם איז דא ראיות חותכות פארקערט וואס הרב מיללער פרעגט נישט אפ, נאר מיט אזעלעכע מאדנע תירוצים ווי בא המבול וערבב הכל, בו בשעה וואס יעדע פלאץ און די בריאה שרייט ארויס אנדערש.
בד"וו דיין איגנארענץ איז עפעס להפליא.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:11 pm
דורך יאיר
איך האב אן ערנסטער חשש אז זוכער'ס מטרה איז צו מאכן ליצנות פון אנטי עוואלושעניסטס.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:31 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז א שאד אז א נושא וואס מען קען ווען באהאנדלן מיט קאלטע לאגיק זאל מען פארשמירן מיט היציגע מאלפע רייד
כוכב האט געשריבן:אז רבי אביגדור וויל שטעלן אן ארגומענט אז עוואלוציע איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, תבוא עליו ברכה, ווידעראום פון א סייענטיפישע שטאנדפונקט איז ער בכלל נישט דער צענטער פונעם וויכוח נאר נאך אן אויטאריטעט אויף א נושא וואס איז פיל ברייטער פון אים און ער האט נישט קיין שום וועטא קראפט דערויף.
אויב איך מעג דינג איך מיר שטארק מיט דיר
אין עוועלושן איז פארהאן צוויי חלקים איינס די הארטע מציאות אין בייווייזן וואס פארדעם זענען די סייענטיסטן געמאכט, אפיר צוזיכן די פאסילס, מעסטן ווי אלט זיי זענען, פארשטיין די די ען עי, אאוו, נאכדעם איז דא די חלק פין אפלערנען די פאקטן אין ארויסהאבן א טעאריע, וואס צידעם דארף מען האבן שכל אין לאגיק אין א סייענטיסט האט נישט קיין אויטאמאטישע לייסענס פארדעם, ער קען טויגן אין סייענס אבער נישט אין לאגיק אין מאכן נארישע טעותים ווען עס קימט צי אפלערנען די פאקטן,
דערפאר איז גאנץ יתכן אז רב מילר וואס איז געווען א שטארקער בעל מחשבה זאל האבן מער אויטאריטעט אויף די טעאריע חלק, מער ווי ריטשארד דוקינס אין סטיוו וויינבערג וואס זענען געלערנט אין פיזיקס בייאלעגי אין נישט אין לאגיק אין פילוסופיה,
לאמיר קלאר מאכן איך האב נישט געהערט רב מילרס טעיפס אין נישט געליינט דוקינס בוקס אין איך נעם נישט קיין צד אינעם פייט, ממילא @איחודפעלד אטאקיר מיך נישט אין @זיכער זיי מיך נישט מחזק, איך האלט נאר אז @כוכב'ס ארגומענט איז נישט. גערעכט אין ר' אביגדור אלס עמקן אין בעל מחשבה איז מער suitable פאר די טעאריע חלק ווי איינער וואס איז בסה''כ א סייענטיסט
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:44 pm
דורך יתרו
צוויי הגהות.
שרייבסט: א שאד אזא מען באשמירט אזא אינטערעסאנטע נושא מיט מאלפע רייד. מען באשמירט עס נישט, סך הכל איינער באשמירט עס די איבעריגע רעדן אל הנושא.
צווייטע הגה, הרב מיללער מאכט נישט קיין סענס מיט די עווידענס וואס עס איז דא. סך הכל רעדט אריין אדער פארהוילט זיך פון עווידענס וואס איז דא, וואס אין דעם זאגט די דרגא פון ידע אין סייענס אסאך.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:51 pm
דורך שבת אחים
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )
https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:45 pm
דורך זוכער
כוכב האט געשריבן:קודם כל נידער דיין טאן, שרייען מאלפע רעטארעד שוטה וכו' העלפט נישט קיין סאך ארויס און מאכט דיך נישט שטערקער.
נניח רבי אביגדור רעדט סייענטיפש איז ער אין בעסטן פאל נאך איין אמאטור סייענטיסט וואס זאגט א מיינונג איבער עוואלוציע, אבער ער איז ווייט נישט דער מכריע ווי כאילו איינמאל ער האט געזאגט איז אויס מיט עוואלוציע, און נאכאמאל, ער פארמאגט נישט קיין וועטא מאכט.
ווען דו וועסט הערן וואס ער האט געזאגט, וועסטו דעמאלט קענען זאגן צי ער האט יא אדער נישט קיין וועטא רעכט.
פאאשטייסט אליין אז אויב ער ברענגט זייערע אייגענע ארטיקלען, און קוואוט זיי אליינס, ויכה יוסי את יוסי, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס ער דארף צו דעם בכלל זיין א סייענטיסט. כאטש וואס ער ווארפט זיי איבערן דראנג מיט אינטליגנציה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:48 pm
דורך זוכער
יתרו האט געשריבן:זוכער, כהאב פאר דיר א מאמר וואס אדרעסירט די לעכער פון ראביי מיללערס פירכות אויף עוואלוציע, אזוי אויך ראיות חותכות פאר עוואלוציע וואס הרב מיללער אדרעסירט נישט בשוגג אדער במכוון. ביסט אינטערסירט עס צו זען און זיך מטפל זיין דערמיט? אדער ווילסטו נאר שרייען וועגן מאלפע און קאקעראטש זיידעס.
ברויכסט אויך פארשטיין הרב מיללער האלט אז די וועלט שטייט סך הכל 6000 יאר. אזוי אויך האלט ער אז אלעס איז באשאפען געווארן און די זעלבע צייט, און אויף דעם איז דא ראיות חותכות פארקערט וואס הרב מיללער פרעגט נישט אפ, נאר מיט אזעלעכע מאדנע תירוצים ווי בא המבול וערבב הכל, בו בשעה וואס יעדע פלאץ און די בריאה שרייט ארויס אנדערש.
בד"וו דיין איגנארענץ איז עפעס להפליא.
מ'רעדט דא פ דארווינ'ס עוואלושען טעאריע קעגן בראשית ברא אלקי
נישט ווי אלט די וועלט איז - דאס נוער איינס.
צווייטנס האט ענטאני פלו אויך רינאנוסד עוואלושען באחרית ימיו, אן אריינגיין די עידזש פון די וועלט - איז ער אויף נישט מאסגעבנד?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 6:14 pm
דורך שבת אחים
@זוכער
אנטשולדיגט מיר זייער אבער דיין איגנארענץ און צימצום איז צו באוואונדערן דו לייגסט אראפ כאילו ר׳ אביגדור מיללער ז״ל צומאָלט און דערשטיקט דארווין אזוי ווי א זעקס יעריגע יונגל פארציילט מיט ענטוזיאַזם פאר זיין זיבן און א האלב יעריגע שוועסטער א כאַפצעם וואס ער האט בייגעוואוינט פארנט פון זיין חדר און וויאזוי שומרים האבן אנגע׳בויקערט דעם גוי אז ער האט זיך ממש נישט געקענט רירען !!!!!
דיין אַראגאַנץ שפראָצט ארויס אין יעדע תגובה ווען דו פילסט א חוב איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל די טיטשער עפל געוואַרפאכץ סינדראם וואס דו האלטס אין איין מעלה גריא זיין
אויב ווילסטו האבן א נארמאלע מענטשליכע דיסקורס איבער עוועלאציע און שיטת ר׳ אביגדור אדרבה לייג ארויף נארמאלע קליפס און הייב אהן רעדן דברים של טעם, @ יאיר האט דיר פונקטליך געזאגט וואס דו דארפסט צו טוהן ,מיר אלע ווארטן צו הערן מיט שפאַנונג אבער סתם צו אטאקירן פערזענליך וועסטו קיינעם נישט קאָנווינסען גארנישט און נאר מאכן דאס גענאַר פון זיך
שרייען אקס פערד מאָנקי דאַלפין קאַקערוטש קינדערגארטין וועט נישט מאכן דיין אַרגומענט שטערקער אנשטאט דעם וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט אָפּלאָדענען אַ טעיפ ווי ער איז מסביר למשל דארווינס פינטשעס לשיטותו און ירא הקהל וישפוט...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 6:58 pm
דורך אחד העם
זוכער
די באגייסט א גרויסען זינד, און באין כאחד א גרויסען טעות.
ווען די האסט אנגעהויבען מיט א זיכערקייט אז מר מילר מאכט שאנדע פון דארווין, במקום וואס דער פאקט און מציאות מאכט שאנדע פון מר מילר, האסטו באדארפט זיין אויסגעקלארט וואס מר מילר פארענטפערט אקעדעמיש, באשרייען קאווע שטיבעל לייענער וועגן אן אלטען חטא פון שטעפענען אימוויסענדע טיטשערס, איז מגלה אז דיין ידיעה איז קורץ, ווייל ווען יא וואס צעגערסטו, מיט זייטיגס, נעם דיר צו דו עבודה און הייב אן מסביר זיין די לעכעליכער שיטה, לדבריך, פון דארווין, האסט נאך דערווייל נישט גענטפערט קיין זאכליכע ענטפער, דאס איז א זינד, איך האלט שוין לאנג אז ראביי מילר און זיינע נאכהענגער זענען אימוויסענדע מענטשען און מיט אפאר quotes אנגעבליך פון סייענטיסטען, און מיט אביסעל שאנדע קענען זיי שליכטען פראגעס וואס איז שוין שווער פאר יארן, און גרויסע קעפ מוטשענען זיך אויף דעם, זאל עס זיין סייענטס, פילעזאפיע, היסטאריע, וכו, זאג פאר מר מילר אז די פאקט און מציאות מאכט שאנדע פון אים...
זוכער, אויב זענען דיינע זיידעס נישט געווען קיין מאנקיס, וואלט דיין טעלעפאן נישט געדארפט צו ארבעטן, די אנטיבעיאטיק וואס דער דאקטער גיבט דיר, וואלט נישט באדארפט צו זיין ווירקזאם, דיין קאר וואלט נישט געדארפט פארן, און דיין פליגער וואלט זיך נישט געדארפט הייבען, דער וויסענשאפטליכער אנטוויקלונג איז געבינדעם איינעם מיטן צוויטען, און זיי שפאצירען שוין צוזאמען אזוי א גוטע פאר מיליאן יארן, די התפתחות המדע זעהט זיך אן און יעדע ווינקל פינעם עקזיסטענץ, ביי דיר איז עס אז עס דא א זאך ווי אינטערנעט, און ביי דעם סייענטיסט זעהט זיך עס אן מיט די נייע פארשונגען וואס עס איז צושטנד געקומען נאר א דאנק התפתחות המדע, ווילסט זיך איינשטעקן דעם קאפ אינעם הוט, און שרייען אז די וועלט איז אלס נאר זעקס טויזענט יאר, איז דאס דיין פראבלעם,
---------------------------
אגב, אויף די
באנענע שטיבל וועב זייטל ( סאיז אזא מין קאווע שטיבל פאר מאלפעס), האב איך געזעהן ווי איינער איז מוחה אויף דעם וואס איינע פון די מאנקיס דארט האבען געטענה'ט אז זיי אלע מאנקיס שטאמען ארגינאל פון מענטשן, און ביי די דור הפלגה האט מען פראדעצירט אזא באשעפעניש ווי מאנקיס, ער באשייגעצט דארט אלעמען, נערישע מאלפעס וואס רעדן מענטשען רייד, און ער חוזקט דארט אפ, פון די מענטשען - אייניקלעך וואס דאברענען און די לבנה... גיי גיב זיך א קוק און שפיגל דארט...
---------------
שבת אחים האקט ענדליכס!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:08 pm
דורך זוכער
שבת אחים האט געשריבן:@זוכער
אנטשולדיגט מיר זייער אבער דיין איגנארענץ און צימצום איז צו באוואונדערן דו לייגסט אראפ כאילו ר׳ אביגדור מיללער ז״ל צומאָלט און דערשטיקט דארווין אזוי ווי א זעקס יעריגע יונגל פארציילט מיט ענטוזיאַזם פאר זיין זיבן און א האלב יעריגע שוועסטער א כאַפצעם וואס ער האט בייגעוואוינט פארנט פון זיין חדר און וויאזוי שומרים האבן אנגע׳בויקערט דעם גוי אז ער האט זיך ממש נישט געקענט רירען !!!!!
דיין אַראגאַנץ שפראָצט ארויס אין יעדע תגובה ווען דו פילסט א חוב איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל די טיטשער עפל געוואַרפאכץ סינדראם וואס דו האלטס אין איין מעלה גריא זיין
אויב ווילסטו האבן א נארמאלע מענטשליכע דיסקורס איבער עוועלאציע און שיטת ר׳ אביגדור אדרבה לייג ארויף נארמאלע קליפס און הייב אהן רעדן דברים של טעם, @ יאיר האט דיר פונקטליך געזאגט וואס דו דארפסט צו טוהן ,מיר אלע ווארטן צו הערן מיט שפאַנונג אבער סתם צו אטאקירן פערזענליך וועסטו קיינעם נישט קאָנווינסען גארנישט און נאר מאכן דאס גענאַר פון זיך
שרייען אקס פערד מאָנקי דאַלפין קאַקערוטש קינדערגארטין וועט נישט מאכן דיין אַרגומענט שטערקער אנשטאט דעם וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט אָפּלאָדענען אַ טעיפ ווי ער איז מסביר למשל דארווינס פינטשעס לשיטותו און ירא הקהל וישפוט...
@יאיר האט געזאגט? און וואס זאגט זיין פרוי?
סיריעסלי, אראגאנץ איז א סינדראם פון נישט פארנעמען א שיטה וואס דינט נישט דיינע אינטערעסן. סארי מיין פריינט, נישט @יאיר און די איבריגע יונגלעך האבן א צענטל פון די IQ פון אביגדור מילער, קוים וואס זיי פארשטייען זיין ענגליש!
אויב געבן ארדערס - זיי מיר קודם מסביר פראביביליטיס (אויב דו פארשטייסט עס בכלל).
צווייטנס ווען איך זאג מאלפען-אייניקל אדער קאקערוטש באבע, מיין איך חלילה נישט צו באליידיגן, פארשעמען אדער שאנטאזשירן די הויכגעשפריצטע לויטע דא - חלילה.
עס איז א כבוד אנצורופן א מענטש ביי א חשוב'ן זיידן אדער באבע - אז דו גלייבסט אין דארווינ'ס בי.עס. האסטו אקצעפטירט אז דו ביסט א חשוב אייניקל פון כבוד רעב מאלפע פון 3.4 ביליאן יאר צוריק!
זיי פראוד מיט דיין שטאם!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:15 pm
דורך שבת אחים
אחד העם האט געשריבן:זוכער
---------------------------
אגב, אויף די
באנענע שטיבל וועב זייטל ( סאיז אזא מין קאווע שטיבל פאר מאלפעס), האב איך געזעהן ווי איינער איז מוחה אויף דעם וואס איינע פון די מאנקיס דארט האבען געטענה'ט אז זיי אלע מאנקיס שטאמען ארגינאל פון מענטשן, און ביי די דור הפלגה האט מען פראדעצירט אזא באשעפעניש ווי מאנקיס, ער באשייגעצט דארט אלעמען, נערישע מאלפעס וואס רעדן מענטשען רייד, און ער חוזקט דארט אפ, פון די מענטשען - אייניקלעך וואס דאברענען און די לבנה... גיי גיב זיך א קוק און שפיגל דארט...
---------------
שבת אחים האקט ענדליכס!
קאווע שטיבל פאר מאנקיס ?
איך בין געוועהן זיכער ווען איך דריק אויף די קליפּ אז איך קום אן אויף איי..http://www.ivelt.com/
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:23 pm
דורך זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:
1) האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל.
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:37 pm
דורך שבת אחים
זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:
1) האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל.
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.
ביסט גערעכט!!!! די גרעסטע ראי׳ טאקע אז עוועלאושען איז נישט אמת איז ווייל אויב יא וואלט ראַדני בעיסמעדרש געדארפט זיין אין די בראָנקס זָו און די רעבע וואלט ווען געדארפט טאנצען מצוה טאנץ אינעם דזשונגעל און אַנשטאָט י״ב חלות וואלט מען געדארפט עסען י״ב באַנאַנעס
ס׳איז א שאד צו טעהנן מיט דיר לענ״ד ... ובזה יצא ידי חובתי
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:46 pm
דורך איך אויך
א גוט וואך.
איך פארפעל צו זעהן וואס דער פרעגט אזוי שלעכט ,אקעי יעצט נעמט זיך צו מיינע ביינער.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )
https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU
די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:53 pm
דורך זוכער
איך אויך האט געשריבן:א גוט וואך.
איך פארפעל צו זעהן וואס דער פרעגט אזוי שלעכט ,אקעי יעצט נעמט זיך צו מיינע ביינער.
@איך אויך, אויב דו האסט א דינע הויט, ביטע וואוטש-אוט.
די געערטע מאלפע אייניקלעך וועלן נישט בכלל נישט נעמען די מיה צו ענטפערן די פראגעס. ווייל זיי קענען בלויז שימפן און שאנטאזשירן.
א דאנק @אחד העם פארן ענטפערן בטטו"ד...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:54 pm
דורך איך אויך
נעה ב''ה איך האב געזונטע הויט. באט טענקס פור די קאנסערן.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:56 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )
https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU
די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!
אזוי גאָר ???דהיינו???