בלאט 3 פון 5

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:19 pm
דורך ירח בן יומו
די גורליצער רב זצוק"ל האט געזאגט אז דער וואס קען "על מחיה" אויסענוויניג איז א זולל וסובא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:23 pm
דורך נהורא נפישא
I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:38 pm
דורך ירח בן יומו
נהורא נפישא האט געשריבן:I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart



נישט יעדער זולל וסובא קען על המחיה,
אבער דער וואס קען עס בעל פה איז א פרעסער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:48 pm
דורך מאטי
אויף וואספארא געטראנק מאכט מען אן על המחי'?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:41 pm
דורך נהורא נפישא
אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:50 pm
דורך נהורא נפישא
בשעת די בעל סדר הדורות איז געווען רב אין מינסק, האט דאן די שאגת אריה געוואוינט דארט, מאכט זיך אמאל אז די בעל סדר הדורות האט געזאגט א דרשה אויף די עלטערע יארן זיינע, דאן האט ער געליטן פון א מחלה אז ביים גיין פלעגט ער אינטערטאנצן, האט זיך די שאגת אריה זיך אנגערופן כשם שהוא רוקד כך אינו יכול.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:58 pm
דורך מאטי
רעדנדיג פונעם שאגת ארי' פארציילן מען אז שפעטער ווען ער'ז געווארן רב אין מיץ האבן די ראשי קהילה אריינגעברענגט א פאפיר מיט א פעדער צו אים, זאגענדיג דערביי, אז דא אין שטאט פירט מען זיך אז דער נייער רב שרייבט תקנות וואס יעדער מוז איינהאלטן.

האט דער שאגת ארי' אפגעשריבן די עשרת הדברות....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:10 pm
דורך יין שרף
אמאל פלעגט מען א חשובע איד אויפגערופן צום תורה יעמוד החבר.

ווען מען האט אויף גענומען די מראה יחזקאל פאר רב אין שטאט זינבערגען, האט מען אים געגעבן אן עליה די ערשטע שבת. אבער דא וויבאלד עס איז א נייע רב האבן די גבאים און ראשי קהילה -געשוואוירענע עמי הארצים- מחליט געווען אים אויפרופן אים יעמוד "החובר חבר".
ווען די מראה יחזקאל האט פאר מוסף געגעבן זיין איינטריט רעדע, האט ער געזאגט "פריער בין איך געווען א חובר חבר, יעצט וועל איך זיין א דורש אל המתים"...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:40 pm
דורך חסיד
דער גארליצער רב האט זיך אויסגעדריקט אמאל אויפן ערשטן באבוב'ער רב הרה''ק מהר''ש זצוק''ל
באבוב איז ר''ת בא אחיך במרמה ויקח ברכותיך

(כידוע אז די שוועסטער הרבנית הצ' נחמה'לע האט געבעטן הרה''ק מגארליץ אויפצוהערן צו טשעפען און ער האט איר געענטפערט אז זי זאל זיך נישט אריינמישן, ביז דער גארליצער רב האט מסכים געוועהן און א קורצע צייט שפעטער איז דער באבוב'ער רב נסתלק געווארן, און הרה''ק מגראליץ האט געזאגט, כ'האב געבעטן מ'זאל זיך נישט אריינמישן, ומי יעמוד בסוד קדושים)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:16 pm
דורך ירח בן יומו
ווען ד קדושת ציון האט אמגעהויבען אנצוטון דעם קולפיק אין מיטן די וואך האט די סטוטשינער רב זיך אוסגעדריקט
"אז ווי ער מיר באזוכן מיט די הוט קען ער קומען ווען ער וויל אבער מיט די קולפיק נאר פורים"

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:05 am
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.

און אין סקווירא טרונקט מען טשאלנט, שבת אינדערפריה פאר'ן דאווענען. אבער מ'טרונקט נישט קיין קאווע. און דאס איז טאקע דער טעסט פאר א סקווערער יונגערמאן. מ'איז עים מכבד מיט א קאווע. אויב ער וויל נישט טרונקען, איז א סימן אז ער האט שוין געטרונקען טשאלנט... :roll:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:56 am
דורך יין שרף
א יונגע חסר דעה ל״ע איז ארויפגעקומען צו א רב מיט א מעסער שרייענדיג ״אדער טאנצט די רב ארויס פון פענסטער אדער הרג׳ע איך די רב״. האט זיך די רב אנגערופן א גרויסע גדולה ארויסטאנצן פון פענסטער, יעדער שמויגער קען דאס טוהן, איך גיי דיר ווייזן אסאך א גרעסער קונץ. דו בלייב דא, און איך גיי ארויסגיין אינדרויסן און ארויפטאנצן די שטאק״! וכך הוה די רב איז ארויסגעגאנגען און געלאפן רופן הילף...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 9:37 am
דורך אויסגערוט
דער מעשה איז געווען דאכציך ביי ר'יונתן אייבשיץ

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 10:02 am
דורך ירח בן יומו
הערט א מעשה פון ר' ישראל סאלאנטער:

ר ' ישראל זי"ע האט אמאל געזען ווי צוויי קינדער קריגן זיך ארום און איינער פון זיי איז די קאפל אראפ געפאלן, האט די אנדערע איהם געזאגט "די גייסט אהן א קאפל (בלויז'ן קאפ), ביסטו א גוי"
האט ר ישראל זיך אנגערופן "ביסט נישט גערעכט יונגעלע, א יעדער גוי גייט אהן א קאפל, אבער נישט יעדער וואס גייט אהן א קאפל איז א גוי"

אמאל האט א קלוגע חסידישע יוד דאס איבערגעזאגט פאר א בנש"ק וואס איז געגאנגען מיט די שמונה בגדים
און ער האט צולעלייגט "א רבי גייט מיט סטראקעס, אבער נישט יעדער וואס גייט מיט סטראקעס איז א רבי" ודפח"ח.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:49 pm
דורך chusid
בריסקע רב האט מסביר געווען אויף די נטורי קרתא : וואס איז די חילוק פין א בעל בית'תע אינדערהיים און א קאץ כלפי א מייז. ? ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגען די מייז.... נאר די חילוק איז אז די פרוי וויל נישט דער מייז זאל קימען בכלל. משא"כ די קאץ קוקט ארויס אויפן מייז זאל האלטן אין איין קומען און ער וועט האבן צו עסן..... די זעלבע זייך ביי פירצות די אמת'ע קנאים ווילן נישט קיין פירצות משא"כ די עקסטרעמיסטן ווילן סזאל זיין ווי מער כדאי זיי זאלן קענען מוחה זיין............. ( לפענ"ד איז די זעלבע ביי די עקסטרעם לינקע )

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 4:24 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
דער מהרי"ד פון בעלזא האט געזאגט:
יעדער שווער האט א ניצוץ פון לבן... אבער נישט א יעדער איידעם האט א ניצוץ פון יעקב אבינו...
און א יעדער גבאי האט א ניצוץ פון 'גיחזי' אבער נישט יעדער רבי האט א ניצוץ פון אלישע...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:06 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
רבי פנחס מקאריץ:
אסאך מענטשן בעטין אויף 'רוח הקודש' אבער 'תפילה עושה מחצה' און זיי בלייבן נאר מיטן 'רוח' אליין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:08 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:46 pm
דורך ירח בן יומו
די גארליצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט אז מ'טאר נישט גיין מיט א יעקעשע רב אין א באהאלטן פלאץ
וויל ער איז חשוד אויף שפיכת דמים כדי ער זא קענען זאגן א שיינע הספד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:32 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט זיך אמאל אנגערופן:
פרו"ם איז ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות...
און ס'איז דא וואס האבן צוגעלייגט:
פפרומ"ט מאכט פ'יל פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'עשים ט'ובים...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:36 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
הרה"ק מראפשיץ זי"ע:
א פרומער - איז א גאלאח...
א גוטער - איז א נואף...
א קלוגער - איז א משומד...
און זיי אלע דריי צוזאמען - איז א רבי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:06 pm
דורך שמעקעדיג
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.

נישט דער דברי יואל, עס שטייט אים פשוט נישט גוט אזא סארט ווערטל, נישט געווען זיין סטיל בכלל.
כ'מיין מען זאגט עס נאך פון ר' יעקעלע מפשעווארסק.
מעגליך האט ער עס געזאגט אויף דעם תעונג פון מעביר סדרה זיין די קורצע נצבים-וילך סדרות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:50 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
אין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...