לגבי די דרעיק עקוועישאן, איז דא די סילוּריען היפאטעזיע פון דר. געווין שמיט און דר. אדם פרענק. דאס לויטעט אז בעצם וואלט געווען שייך אז פון 350 מיליאן יאר צוריק זאל האבן געווען אויף אונזער פלאנעט אַן אינטעליגענטע ציוויליזאציע מיט טעכנאלאגיע און אינדוסטרי; לדוגמא עס איז שוין געווען גענוג פאַסילייזד ברענשטאף צו קענען נוצן. די שאלה איז צי אונז וואלטן געקענט דירעקט זעהן און דערקענען אינעם פאַסיל רעקארד אז עס איז געווען אזא ציוויליזאציע. דאס איז אז מ׳זעהט ביי די דיינאסארס, וועלכע האבן געלעבט אויף די וועלט פאר אַן ערך פון א 165 מיליאן צייט אפשניט, איז פּראפּארציאנאל דא זייער ווייניג פאַסילס פון זיי און דירעקטע עווידענס וואס זיי האבן אפגעטוהן אויפ׳ן ענווייראמענט אין דזשיאלאדזשיק רעקארד. משא״כ אונזער אינדאָסטריעל צייט אפשניט לעת עתה איז נאר בערך 300 יאר אלט; א שפיי לגבי די דזשיאלאדזשיק רעקארד. ועוד, אז ווי לענגער אַן אינדאָסטריעל ציוויליזאציע גייט אָן, אלס מער איז מוכרח אז זיי פראדוצירן טעכנאלאגיע און אינדאָסטרי וואס זאל זיין מער סאָסטעינעבּל, און נישט האבן אזא שטארקע אימפּעקט אויף די ענווייראמענט וכו׳.
זיי שלאגן פאר וועגן ווי אזוי דאס טעארעטיש צו מעסטן וכו׳.
דאס איז אַן אינטרעסאנטע קליפּ אין די נושא.