בלאט 3 פון 14

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:39 pm
דורך גיבור
לכאורה די איינציגסטע נייע פארטיי ביי די קומענדיגע וואהלען וואס וועט אריינגיין אין כנסת וועט זיין די פארטיי פון משה כחלון א געוועזענע חבר כנסת פון ליכוד, זיין רשימה איז נאך נישט דא, הגם מען האט שוין געהערט אז אפשר וועט הרבנית עדינה בר שלום אריינגיין דארט, זי איז די טאכטער פון הרב עובדיה יוסף זצ"ל, אויב איז דאס אמת איז עס א שטארקע פראסק פאר ש"ס,
זיין נאמען וועט זיין "כולנו", און זיין סלאגאן "כולנו כחלונים", ווייל ווען ער איז געווען אין ליכוד און געמאכט די מהפכה פון סעלפון'ס האט ביבי אויסגעשריגן "תהיו כחלונים".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:48 pm
דורך לא להנאת גופי
ביבי טוט זיך אויף מוט 'אייער און מילעך', משה מוט 'סעלפאנס', און לפיד מוטן אינטערברענגען א צייטונג, יענס מדינה..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:57 pm
דורך ישראל קאפקע
גיבור האט געשריבן:לכאורה די איינציגסטע נייע פארטיי ביי די קומענדיגע וואהלען וואס וועט אריינגיין אין כנסת וועט זיין די פארטיי פון משה כחלון א געוועזענע חבר כנסת פון ליכוד, זיין רשימה איז נאך נישט דא, הגם מען האט שוין געהערט אז אפשר וועט הרבנית עדינה בר שלום אריינגיין דארט, זי איז די טאכטער פון הרב עובדיה יוסף זצ"ל, אויב איז דאס אמת איז עס א שטארקע פראסק פאר ש"ס,
זיין נאמען וועט זיין "כולנו", און זיין סלאגאן "כולנו כחלונים", ווייל ווען ער איז געווען אין ליכוד און געמאכט די מהפכה פון סעלפון'ס האט ביבי אויסגעשריגן "תהיו כחלונים".

וואס איז זיין פלאטפארמע?
ער קומט פון ליכוד, איז ער מער רעכט, אדער צענטריש?
גייט ער ענדערש גיין מיטן ליכוד, אדער ענדערש מיטן צענטער-לינק עבודה-ליבני קאאליציע,

אגב, אין מאה שערים קען מען זיך שוין אנהויבן זארגן, עס קומט א פרעצעדענטלאזע קרעקדאון, דען וויאזוי גייט אויסזען די שטיינער ווארפעריי ווען 'אלע זענען ווי פענסטערס'. :P

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:45 pm
דורך יין שרף
[tag]ישראל קאפקע[/tag] איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:51 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag] איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)

איך ווייס נאך נישט גענוג איבער די איצטיגע קאמפיין, אבער צוויי יאר צוריק האב איך געהאפט אויף עבודה, (ח''ו נישט געשטימט, נאר אויב איך קען ווען אליין אויסוועלן די פרעמיער מיניסטער פון מ.י. וואלט איך אריינגעשטעלט שעלי יאכימאוויטש 8-) ).

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:08 pm
דורך chusid
וואס איז פשט אז די שס שטימערס ווילן ישי אפילו די רבי זי"ע איז געווען דערקעגן און געוואלט ארי דערי?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:11 pm
דורך chusid
ישראל קאפקע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag] איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)

איך ווייס נאך נישט גענוג איבער די איצטיגע קאמפיין, אבער צוויי יאר צוריק האב איך געהאפט אויף עבודה, (ח''ו נישט געשטימט, נאר אויב איך קען ווען אליין אויסוועלן די פרעמיער מיניסטער פון מ.י. וואלט איך אריינגעשטעלט שעלי יאכימאוויטש 8-) ).

וועגן עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן אדער אלץ פאליסי צו די פאליסטינער?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:02 am
דורך chusid
יעצט צופרי אין א"י האט די ראדיא געמאלדן אז ישי גייט ארויס פון שס און גייט מיט אריאל

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:11 am
דורך בשבילי!
I hope bibi will be gone
Is that a possibility?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:56 am
דורך שמעקעדיג
לא להנאת גופי האט געשריבן:
גיבור האט געשריבן:יעצט למעשה זעה איך נישט די פראבלעם פון צו גיין טאקע זיצן מיט זיי, קודם כל נאכן זעהן וואס אונזערע "רעכטע" ברידערס האבן פאר אונז אנגעמאכט צרות יגון ואנחה מיין איך אז ווילאנג די לינקע וועלן זיך צושטעלן צו די פרימע דארף דאס נישט צו זיין א פראבלעם, צו זיצן מיט די פרומע איז זייער גרינג, ווייל זיי בעטן קלייניקייטן וואס איז גרינג נאכצוגעבן,

1) טשעפע מיר נישט - דאס הייסט לאז מיר לעבן ווי אזוי איך וויל, לערנען וויאזוי איך וויל, נישט גיין אין צבא וכו' , דאס איז גרינג נאך צוגעבן ווייל זיי דארפן דיר באמת נישט האבן און עס איז זיי אסאך בעסער צו מוותר זיין אויף דעם ווי נאך צוגעבן די רעכטע קאפריזן ווי הר הבית און התנחלות

אמ''ג איך קען נישט גלייבן אז די זאגסט עס אן ווערן רויט.
#1 גרינג נאכצוגעבען??? אז מ'זאל איבערנעמען גאנצע שטעט [ווי למשל בית שמש ווי מ'ווארפט ארויס פרייער פון זייערע פובליק סקולס] און מוחה זיין מער און מער?

סתם נייגעריג, לויט מיין ידיעה זענען אית פרומע ואית פרומע, די דאזיגע וועלכע זענען אין כנסת - ווי אויך די מוסדות וועלכע זיי פארטרעטן - זענען נישט די זעלבע ווי די א.ג. 'סיקריקים' פרומע וועלכע זענען מוחה כסדר אויף אלץ און אלעמען. נישט אזוי?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:19 am
דורך איש את רעהו
[tag]שמעקעדיג[/tag] אויף דעם וועסטו דארפן גרינדען א פרישע נטרונא הסברה ארגענעזעישן צו גיין מחלק זיין צווישן די פרומע.
ביי די פרייע און לינקע פארטייען איז אלעס איין גרויסע שם דבר פון פרומע וואס זענען פארהאסט אין זייערע אויגן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 3:37 pm
דורך פלאוויוס
נישט ריכטיג. זייער אסאך פרייע ווייסן אונטערצושיידן צווישן פרומע און פרומע, בפרט די וואס האבן באקאנטע פונעם חרדישן לאגער.

ס'איז אמת אז ס'איז זייער גרינג צו האנדלען מיט די חרדים, פשוט וויבאלד זיי לעבן נישט אויף קיין שום אידעאלאגיע שבעולם, אויסער אויף דעם איינעם ערך וואס רופט זיך "ממון". מיט אזעלכע קען מען שטענדיג האבן א גרינג פעלד...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 5:38 pm
דורך לא להנאת גופי
איך וויל ענק פארציילען מעשה שהיה.
כ'בין אמאל געפארען אויף אומאן [ביזנעס-נישט פאר ר' נחמן] און יענקל ליצמאן איז געווען אויפען פליגער [פרעג מיך פארוואס]. אקיצור כ'פרעג עם אזוי וואס טוט איר דא, ער האט מיר מסביר געווען. עכ''פ כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטען און כ'האב עם געפרעגט, תגיד לי, תחלית, סאטמער רבי איז געווען גערעכט? ער קוקט מיר אן און מאכט א פנים.. זאג איך עם 'ניין כ'רעד וועגען נעמען געלט'. דא איז ער שוין געווארען ווילד 'האסט א שאלה בכלל, מיר אלע ווייסען דאס, ווען נישט מיר מיזען אויסהאלטען די ישיבות וואלטען מיר שוין לאנג געענדיגט מוט זיי. מעגסט זאגען פאר דיינע אמעריקאנער ברידאלאך אז זיי זאלען זיך אביסל אנווארעמען' עכ''ד הקדושים והטמאים בבת אחת.
אגב אז מ'רעדט שוין וועגען געלט..אפשר טאקע איז ער גערעכט..

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:20 pm
דורך איך אויך
לאמיר לייגן ליצמן אין די זייט פאר א מינוט ,וועלכע 'ביזנעס' האסטו געהאט אין אומאן חוץ פון ר' נחמן? רעדאגירט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:57 pm
דורך לא להנאת גופי
אקעי. איך שליג עס אראפ.
וואסע נפ''מ, כ'האב א פלאסטיק פאבריק דארט וואס מאכט אזעלעכע באבעל רעפס וואס מרעפט ארום fragile זאכען ווען מ'שוקט עס. פארוואס יוקריינע? ווייל דארטען קען מען מאכען זאכען וואס שאטען פאר די לופט און די גאווערמענט מישט זיך נישט. טאמיר ווילסטו וויסען נאך פרטים פארבינד זיך מוט מיר פריוואט.
(רעדאגירט)

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:59 pm
דורך איך אויך
יע די סאטמארע זענען אייביג געווען גוטע אנהאקערס ,באט יעצט גיי זינג חסדי ה' אויף א טרעין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:14 am
דורך מבקר
פלאוויוס האט געשריבן:ס'איז אמת אז ס'איז זייער גרינג צו האנדלען מיט די חרדים, פשוט וויבאלד זיי לעבן נישט אויף קיין שום אידעאלאגיע שבעולם, אויסער אויף דעם איינעם ערך וואס רופט זיך "ממון". מיט אזעלכע קען מען שטענדיג האבן א גרינג פעלד...

אויף אידיש ווערט דאס אנגערופן "זונה". איינער וואס גייט מיט יעדעם וואס גייט איר מער געלט :lol:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:52 am
דורך diff
און דער וואס באצאלט [פאר נישט שטימן] איז א מזנה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:17 pm
דורך גיבור
אלי ישי פון ש"ס וועט מוזען אין די נאנטע טעג ארויסקומען ווי ער גייט, צו ער בלייבט אינטער דרעי אדער עפענט א אייגענע פארטיי צו מיט אורי אריאל פון הבית היהודי אדער אהן עם, אדער גאר לאזט ער אפ פאליטיק פאר א תקופה, עני וועיס מען רייסט זיך ביי די קעפ סיי אין ש"ס און סיי אין הבית היהודי, האלטנדיג 93 טעג צום בחירות וועט נאך אסאך שמוץ זיין און די קומענדיגע פאר וואכן,
אין אנדערע נייעס האט הרבנית עדינה בר שלום די טאכטער פון הרב עובדיה זצ"ל היינט געמאלדען אז טראץ וואס אסאך פארטייען האבן איר געאפערט א זיץ האט זי מחליט געווען צו בלייבן און העלפן איר טאטעס פארטיי ש"ס,
אזוי אויך האט נפתלי בענעט היינט געמאלדן אז ער נעמט אריין דני דיין די געוועזענע יושב ראש מועצת יש"ע אין זיין ליסט פאר א זיץ אין די קומענדיגע כנסת.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:19 pm
דורך גיבור
עס איז ערווארטעט אז מארגן וועט ישי אפיציעל אפלאזן ש"ס און עפענען א נייע פארטיי, וואס ער וויל רופען מיטן נאמען "מרן", צו זאגן אז זיי זענען די ריכטיגע ממשיכי דרכו פון הרב עובדיה זצ"ל, אויב די וועד הבחירות וועט נישט באשטעטיגן די נאמען וועגן די ערווארטע קעגנשאפט פון ש"ס צו די נאמען, אדער וועגן עני אנדערע ריזען וועט ער לכאורה עס ריפען "יחד", די צווייטע אפציע איז מער ערווארטעט אויב אורי אריאל וועט לויפן מיט עם אינאיינעם,
די פייטס וועלן זיין פארשטייט זיך צו באקומען ווי מער די ספרדישע קולות,
איז דאס א טובה פאר יהדות החרדית אדער נישט ?
ימים יגידו!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:45 pm
דורך גיבור
היינט איז פארגעקומען וואוטס אין "עבודה" צי זיי זענען מסכים מיט די פאראיינונג מיט "התנועה" פון ציפי לבני, יעדער האט מסכים געווען, די דיעל איז ווי שוין געשריבן א ראטאציע צווישן בוזי הרצוג און ציפי לבני אויב זיי שטעלן אויף די קאאליציע, חוץ פון דעם האט ציפי לבני באקומען 6 פלעצער פון די ערשטע 25 פלעצער פאר אירע מענטשן, 2-8-16-21-24-25.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:47 pm
דורך גיבור
נאך א מיטינג פון איינס און א האלב שעה צווישן נפתלי בענעט און אורי אריאל צווישן פיר אויגן איז געבליבן אז מען גייט ווייטער צוזאמען פאראייניגט טראץ די חלוקי דעות, דאס איז שוין א דריטע פאטש היינט אליינס פאר אלי ישי נאך וואס ער האט געהאפט אז זיי וועלן זיך צוטיילן און ער מיט אורי אריאל וועלן קענען צוזאמען אויפשטעלן א פארטיי, די ערשטע פאטש איז געווען ווען אלע חברי כנסת פון ש"ס בלי שום יוצא מן הכלל האבן געמאלדן אז נישט קיין חילוק וואס ישי טוט בלייבן זיי אין ש"ס אינטער אריה דרעי, און די צווייטע פאטש איז געווען ווען ווי אויבן דערמאנט האט הרבנית עדינה בר שלום אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ מיט אריה דרעי און געמאלדן אז זי שטיצט עם ווייל דאס איז איר טאטעס פארטיי, דאס איז א שטארקע חיזוק פאר אריה דרעי נאך וואס אלי ישי וויל זאגן אז ער איז די עכטע ממשיך דרכו, עני וועי די דעדליין צו אריינגעבן א נייע פארטיי איז סוף די וואך און עס איז דא אסאך טשענסעס אז אלי ישי וועט נישט מצליח זיין ביז דעמאלטס, וועט ער לכאורה נעמען א הפסקה פון פאליטיק, אבער בלייבן אין ש"ס איז שוין זיכער אז נישט.
פאר די וואס פרעגן וואס איז די פייט צווישן נפתלי בענעט און אורי אריאל : הבית היהודי איז די פארטיי פון די מתנחלים, און עס איז צוטיילט צווישן די מער פרומע מתנחלים און מער פרייע מתנחלים , נפתלי בענעט איז מער די פרייע און ער וויל אז די פארטיי זאל זיך פירן דורך די ציבור אזוי ווי ליכוד דאס הייסט די ליסט פון חברי כנסת און אנדערע החלטות זאל מען טראגן צום וואוטער און זיי זאלן מחליט זיין, משא"כ אורי אריאל וואס איז מער פון די פרומע האלט אז די רבנים (ליין רבני חרדלים) זאלן מאכן די החלטות אזוי ווי יהדות התורה, ע"כ בקיצור.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:05 pm
דורך גיבור
יוני שעטבאן פון הבית היהודי וואס מיר אלע געדענקען עם לטוב פארן זיין די איינציגסטע חבר כנסת וואס האט מיט א שטארקייט געוואוט קעגן די חוק גיוס בני ישיבות, האט יעצט געמאלדן אז ער וועט נישט ווידער לויפן פאר א פלאץ אין הבית היהודי, מען שפעקולירט אז ער וועט זיך צושטעלן צו אלי ישי.
ימים יגידו!