בלאט 3 פון 9

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:36 pm
דורך ישראל קאפקע
@שמערל
וואס איז דיין פונקט אז אידישע וויין איז יונגער פון אידישע מוזיק? נו.
קראמסקוי איז אוועק נאך אין 1887, און קויפמאן אין 1921.
און ער זאגט נישט אז פאר הונדערט יאר צוריק האט אידישע מוזיק און וויין נישט עקזיסטירט, נאר אז עס איז נישט געווען זייער אנטוויקלט.
און אוודאי רעדט ער נישט פון אור אלטע מאלעריי אדער אנדערע ארט פון דעם אייראפעאישן מיטל אלטער.

אגב, איך וואלט נישט אריינגעלייגט וויינמאכן אין די קאטעגאריע פון ארט, גלייך צו מוזיק, פעינטינג, זילבער שמידעריי, אדער פאעזיע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:40 pm
דורך שמעקעדיג
הערליכע בילדער, איינס שענער פון צווייטן. איך גיי אויך פאר געוויסע בילדער, כאטש איך בין נישט באקאנט אין די נעמען פון די מעלער.

יישר כח פאר חיים און ישראל. אסאך פון די בילדער כאפט זייער דאס אויג און הארץ. כ'געדענק נישט יעצט גענוי אבער אין מערערע אויסגאבעס טרעף איך צומאל אזעלכע בילדער וואס איך קען נישט אפטשעפען מיין אויגן דערפון, רייכע בילדער מלא חן, אין אלגעמיין איז עס אן עלטערער איד מיט אן אינגאלע דערנעבן וועלכע קוקט רעספעקטפול מיט תמימות'דיגע אייגעלעך צום זיידן/מלמד פון עלטערן דור, די בילדער טוען זייער באאיינדרוקן. איך פלעג עס טרעפן אפט אין דאס אידישע ליכט, ווי אויך אין געוויסע צייטונגען, בעיקר אין די יו"ט אויסגאבעס.

איך וויל אצינד בעטן א פריוואטע בקשה. רוב בילדער דא זענען הערליך שיין אנצוזעטיגן דעם אויג, נאר מיין אלטע פראבלעם איז ווידער דא, די וואטערמארקס הרג'ענען עס אוועק. איך ווייס נישט פארוואס איך בין דער איינציגסטער וואס שרייעט און איז מוחה דערקעגן כקול קורא במדבר. עכ"פ ווילאנג די גבאי קודש וועלן נישט טוישן דעם בעד העביט פון אויטאמאטישע וואטערמארקס, ביטע דרוקן "ניין" אויפן וואטערמארק שאלה בשעת איר שטעלט ארויף דעם בילד, דער עולם וועט זיכער מער הנאה האבן און, מתן שכרה בצדה, מען וועט אייך מער לייקן...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:41 pm
דורך חייםדירבס
שמערל האט געשריבן:
חייםדירבס האט געשריבן:סאיז כדי אנצומערקען, אז לאו דווקא אין פעינטינגס האט זיך די רענעסאנס אנגעהויבן, מזעט דאס אין מוזיק אין וויין א. א. וו.

הייסט אידישע מוזיק האט נישט עקזיסטירט פאר ליפא שמעלצער? וואס איז מיט קלעזמער, און די אלע חסידישע ניגונים די לעצטע פאר הינדערט יאר?

בנוגע וויין, פארשטייט זיך אז אידן האבן נישט געהאט קיין אגריקולטער די לעצטע צוויי טויזענט יאר, אבער אויב רופסטו די היינטיגע אידישע וויין מארקעט א ארט, דעמאלטס איז עס ממש א נייע זאך, אפשר צען יאר אלט, אפשר ווערט א באזינדערע אשכול.



גערעכט, איך וויל נישט אוועקקריכן פון די נושא, אוודאי איז געווען מוזיק, אבער די קוואליטעט דאס אז מענטשן היינט פארשטייען מער וכדומה. איך בין הידוע קיין גרויסע חסיד פון די היינטיגע "ניגונים" רוב האבן קיין טעם נישט, אבער נעם למשל א טעיפ פון מבד פון צוואנציג יאר צוריק, די מוזיק איז אנדערש, מער מענטשן זענען היינט עוסק דערין, מירב מענטשן פארשטייען, און דאס זעלבע איז מיט וויין, ארט, עסן, עדווערטייזמענטס... וכו'.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:43 pm
דורך שמערל
חייםדירבס האט געשריבן:מיינונגען איבער וועלכע פידלער איז בעסער?

אין הולץ'ס פידלער איז דער שפילערס פאוקוס אריינגעטוען אינם ניגון, און דער עצם בילד איז מעורר א מוזיקאלישער געפיל, בעת וואס אין מאלנאוויצער איז דער פאוקוס אויפן עצם כלי זמר, און דער מענטש מיטשעט זיך צו שפילן דערויף.
הגם הולץ'ס איז לעבעדיגער, וואוט איך פאר מאלנאוויצער וואס איז אסאך טיפער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:44 pm
דורך חייםדירבס
שמעקעדיג האט געשריבן:הערליכע בילדער, איינס שענער פון צווייטן. איך גיי אויך פאר געוויסע בילדער, כאטש איך בין נישט באקאנט אין די נעמען פון די מעלער.

יישר כח פאר חיים און ישראל. אסאך פון די בילדער כאפט זייער דאס אויג און הארץ. כ'געדענק נישט יעצט גענוי אבער אין מערערע אויסגאבעס טרעף איך צומאל אזעלכע בילדער וואס איך קען נישט אפטשעפען מיין אויגן דערפון, רייכע בילדער מלא חן, אין אלגעמיין איז עס אן עלטערער איד מיט אן אינגאלע דערנעבן וועלכע קוקט רעספעקטפול מיט תמימות'דיגע אייגעלעך צום זיידן/מלמד פון עלטערן דור, די בילדער טוען זייער באאיינדרוקן. איך פלעג עס טרעפן אפט אין דאס אידישע ליכט, ווי אויך אין געוויסע צייטונגען, בעיקר אין די יו"ט אויסגאבעס.

איך וויל אצינד בעטן א פריוואטע בקשה. רוב בילדער דא זענען הערליך שיין אנצוזעטיגן דעם אויג, נאר מיין אלטע פראבלעם איז ווידער דא, די וואטערמארקס הרג'ענען עס אוועק. איך ווייס נישט פארוואס איך בין דער איינציגסטער וואס שרייעט און איז מוחה דערקעגן כקול קורא במדבר. עכ"פ ווילאנג די גבאי קודש וועלן נישט טוישן דעם בעד העביט פון אויטאמאטישע וואטערמארקס, ביטע דרוקן "ניין" אויפן וואטערמארק שאלה בשעת איר שטעלט ארויף דעם בילד, דער עולם וועט זיכער מער הנאה האבן און, מתן שכרה בצדה, מען וועט אייך מער לייקן...



יישר כח, איך האב נישט געוואוסט אז מען קען פארלעשן די וואטערמארק.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:46 pm
דורך חייםדירבס
שוין די לעצטע שטיק צייט פארשטיי איך נישט פארוואס די אידישע צייטונגען געבן זיך נישט אפ מיט די אינטרעסאנסן טעמע פון אידישע מעלערייען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:47 pm
דורך ישראל קאפקע
מעלות, דער באלייכטונגען, און דער ליכטיגער היים האבן כסדר אזעלכע בילדער, (דאכט זיך די אמאליגער 'דער בליק' פלעגט אויך)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:48 pm
דורך חייםדירבס
נאך א הולץ האלץ

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:50 pm
דורך איך אויך
יזכר לך היום מה ששמת.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:50 pm
דורך חייםדירבס
חייםדירבס האט געשריבן:נאך א הולץ האלץ


אנטשולדיגט. איך האב שוין דאס פריער געלייגט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:51 pm
דורך שמערל
ישראל קאפקע האט געשריבן:@שמערל
וואס איז דיין פונקט אז אידישע וויין איז יונגער פון אידישע מוזיק? נו.
קראמסקוי איז אוועק נאך אין 1887, און קויפמאן אין 1921.
און ער זאגט נישט אז פאר הונדערט יאר צוריק האט אידישע מוזיק און וויין נישט עקזיסטירט, נאר אז עס איז נישט געווען זייער אנטוויקלט.
און אוודאי רעדט ער נישט פון אור אלטע מאלעריי אדער אנדערע ארט פון דעם אייראפעאישן מיטל אלטער.

אגב, איך וואלט נישט אריינגעלייגט וויינמאכן אין די קאטעגאריע פון ארט, גלייך צו מוזיק, פעינטינג, זילבער שמידעריי, אדער פאעזיע.

מיין פוינט איז אז אזאך וואס איז נישט אלט קיין צען יאר, ווערט געווענליך נישט באשריבען אלס א היסטארישע עפאכע, פונקט ווי די פארשטייסט אז די ארגינאלע רעניסאנס איז אויך נישט באשריבען געווארן אלטס א געשעעניש אין אירע ערשטע צען יאר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:53 pm
דורך ישראל קאפקע
יא יא, דאס בין איך דער שלעכטער אינגעלע, דארט אונטן לינקס. 8-)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:54 pm
דורך חייםדירבס
שוין... איז דאס.... דאס איז פון מאלנאוויצער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:55 pm
דורך חייםדירבס
ישראל קאפקע האט געשריבן:יא יא, דאס בין איך דער שלעכטער אינגעלע, דארט אונטן לינקס. 8-)



דאס איז פון אילענע פליראווע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:57 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז גאר אנאנדערן געדאנק, דאס איז פון צבי רפאלי, ער איז געווען א רב אין מיאמי.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:58 pm
דורך חייםדירבס
סאיז וויכטיג צו מערקן אז רעמברענט האט שוין געמאכט מעלערייען פון אידן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:01 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז דער יצחק הולץ...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:02 pm
דורך ישראל קאפקע
חייםדירבס האט געשריבן:דאס איז גאר אנאנדערן געדאנק, דאס איז פון צבי רפאלי, ער איז געווען א רב אין מיאמי.

אזעלכע מעלער, זענען היינט דא אין די הונדערטער, באשריבן אין די משפחה פרויען אפטיילונג, און אין המודיע מאגאזין (אדער וויאזוי עס הייסט היינטצוטאגס) יעדן צווייטן וואך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:06 pm
דורך ישראל קאפקע
לייג רעמבראנדט'ס, ס'וועט זיין זייער אינטערעסאנט און מהנה זיין דעם עולם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:14 pm
דורך חייםדירבס
די אמערסטנס באקאנטער אידישער פעינטינג פון רעמבראנט, דאס הייסט די אידישע כלה. The Jewish bride

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:15 pm
דורך חייםדירבס
נאך א איד פון רעמבראנט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:16 pm
דורך חייםדירבס
נאך א רעמבראנט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:17 pm
דורך חייםדירבס
נאך א הולץ...