בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
וועט מען איינזעצן אז די פראסעס פון קנאות איז געשטיגן אינאיינעם מיט די פראסעס פון דאס צושטופן פון די דירות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:11 pm
דורך איש חזון
האגדה מספרת כי אחד הקנאים הגיע אל המחסן של הרב נדל, והודיע לו כי השקפתו היא כשל כופר ולכן דין יינו הוא כדין יין נסך. אשר על כן הוא אסף מכל מקורביו את ארגזי 'יין נדל' שלהם, והחזיר אותם ליצרן. האיש החל לפרוק ארגז אחר ארגז, והניח אותם בכעס במחסנו של הרב. "אני לא מבין למה אתה כועס", לגלג הרב נדל, "הרי אתה עושה מצווה".

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
עד שהלך לעבוד אחרי שפטרו אותו מישיבת וויזניץ
שמעתי אז מען האט איהם קיינמאל נישט גע'פטר'ט, נאר נאך די נדחים פרשה האט ער מיט ר' נסים קרליץ שוין נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, זענען זיי אליין געגאנגען. שמעתי אז ער האט זיך דאן אויסגעדרוקט גאר שארף אז ער האט געמיינט אז דא איז א ישיבה וואו מ'לערנט תורה דערווייל זעהט ער אז דאס איז א פארטיי פאבריק, עפעס אזוי.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
הערליכע שיעורים אויף עברית בתורתו של רבי גדליה, דורך הרב ד"ר מיכאל אברהם (כנראה משומעי לקחו בכולל חזון איש)

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 3:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳האט געבעטען מ׳זאל ארום שמועסען הרב גדליה, ברענג איך דאס ארויף, ותן לחכם ויחכם עוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 4:04 pm
דורך שבת אחים
וועלכע יאהרן איז ער געוועהן ראש ישיבה אין ווינזיץ? אויף זיין וויקי בלאט שטייט נישט וועלכע יאהרן.

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:23 am
דורך שעפטאל
געהערט פון א תלמיד. ר' גדליה האט געפרעגט ביים מחלוקת רב ושמואל אויב אחשורוש איז געוועהן א פיקח צו א טיפש.

ווי אזוי קען מען דא זאגן אלי ואלי?

נאר ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז עס עם פארענטפערט געווארן. דער איז א פיקח און די זעלבע צייט א טיפש.
־־־


אגב. אויב רב האלט אז ער איז געוועהן א טיפש, האלט ער אויך אז שמואל איז א טיפש ח"ו?.. ומצוה ליישב.

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:46 pm
דורך סקעפטיקער
שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:23 am געהערט פון א תלמיד. ר' גדליה האט געפרעגט ביים מחלוקת רב ושמואל אויב אחשורוש איז געוועהן א פיקח צו א טיפש.

ווי אזוי קען מען דא זאגן אלי ואלי?

נאר ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז עס עם פארענטפערט געווארן. דער איז א פיקח און די זעלבע צייט א טיפש.
־־־


אגב. אויב רב האלט אז ער איז געוועהן א טיפש, האלט ער אויך אז שמואל איז א טיפש ח"ו?.. ומצוה ליישב.
Don't believe everything you read on the Internet. - Abraham Lincoln

(ר' גדלי' איז אוועק תשס"ד)

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:55 pm
דורך ברוך שפינוזה
שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:23 am געהערט פון א תלמיד. ר' גדליה האט געפרעגט ביים מחלוקת רב ושמואל אויב אחשורוש איז געוועהן א פיקח צו א טיפש.

ווי אזוי קען מען דא זאגן אלי ואלי?

נאר ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז עס עם פארענטפערט געווארן. דער איז א פיקח און די זעלבע צייט א טיפש.
־־־


אגב. אויב רב האלט אז ער איז געוועהן א טיפש, האלט ער אויך אז שמואל איז א טיפש ח"ו?.. ומצוה ליישב.
ר׳ גדליה אליין איז געבליבן מיט א קשיא אדער ער האט עס אריגינעל געזאגט אויף א צווייטן?

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:11 pm
דורך שעפטאל
דער תלמיד האט עס נאכגעזאגט בשמו. (כ'געדענק אז כ'האב עם געפרעגט "ער האט נאך געלעבט ביי טראמפ'ס צייטן?!" ער האט געזאגט אז יא..)

מיז זיין ר' גדליה האט געהאט א ווייטן בליק..

האו'עווער כ'גיי עם איבער פרעגן בל"נ

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:48 pm
דורך שעפטאל
טעיתי. ער האט גערעדט פון ר' לייב מינצבערג (בן מלך). כ'האב געמאכט א קיגל צעווישען די צוויי. 🫣

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:44 pm
דורך רוני
מ'זאגט נאך א גוט ווארט.

בעת די מרידה אין וויזניץ איז מען געקומען צו איהם מיט א טענה, היתכן אז מען גיבט דיר א פאסטן און דו ניצט דאס אויס צו ממריד זיין און אויפקלערן די בחורים אנטקעגן די מענטשן וואס האבן דיר אויפגענומען?
האט ער גענטפערט: איך האב זיי גארנישט געזאגט, איך האב זיי נאר אויסגעלערנט זיי זאלן גוט פארשטיין וואס תוספות האט געפרעגט, און גוט פארשטיין וואס תוספות האט גענטפערט, דאס איבריגע האבן זיי שוין אליין פארשטאנען...

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:50 pm
דורך רוני
ס'איז געווען א איד וואס האט געקויפט א אתרוג אין א פארמאכטע באקס [אהן צו קענען בודק זיין], און נאכן עפענען האט ער געזעהן אז ס'איז ממש נישט שיין,
איז ער געקומען צו ר' גדליה פרעגן וואס זאל ער טוהן, פרעגט איהם ר' גדליה ווער האט דיר געבעטן קויפן א אתרוג אין א פארמאכטע פושקע? זאגט ער אז זיין רבי האט אזוי באפוילען דעם ציבור, פרעגט איהם ר' גדליה ווער האט דיר געבעטן קויפן א רבי אין א פארמאכטע פושקע?...

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:28 pm
דורך יואלמ
רוני האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:50 pm ס'איז געווען א איד וואס האט געקויפט א אתרוג אין א פארמאכטע באקס [אהן צו קענען בודק זיין], און נאכן עפענען האט ער געזעהן אז ס'איז ממש נישט שיין,
איז ער געקומען צו ר' גדליה פרעגן וואס זאל ער טוהן, פרעגט איהם ר' גדליה ווער האט דיר געבעטן קויפן א אתרוג אין א פארמאכטע פושקע? זאגט ער אז זיין רבי האט אזוי באפוילען דעם ציבור, פרעגט איהם ר' גדליה ווער האט דיר געבעטן קויפן א רבי אין א פארמאכטע פושקע?...

וואלסט געקענט מיטטיילן א מקור צי די מעשה?

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 8:44 am
דורך רוני
יואלמ האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:28 pm וואלסט געקענט מיטטיילן א מקור צי די מעשה?
ספה"ק 'מפי השמועה'.