בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
אינמיטען די יאהר האט קינדליין געזייגט. כ'האב געזאגט פאר מיינע קינדער אז עטץ וועטס זעהן ס'וועט קומען אלול פאר די צייט וואס די עולם וועט דארפען באנייען די סאבסקריפשענס וועט עס צוריק ווערן גוט. וכך הוה. אבער איך צוזאמען מיט מיינע קינדער האבן שוין באשלאסן אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו ספענדען 250 דאלער א יאהר פאר א סאבסקרפישאן ווען נאר א קליינע חלק פון די וואכן איז עס טאקע ווערד די געלט. ענדערש וועט מען אוועקלייגן די געלט צו קויפן יעדע חודש א נייע גוטע בוך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:57 pm
דורך שמעקעדיג
כ'ווייס נישט וועלכע בוך דו ווילסט זיי קויפן, אבער כ'וויייס נישט צי ס'וועט ביעטן קינדליין. ס'שווער צו טרעפן אזויפיל ידיעות שונות בפונדק אחד פאר קינדער (און אפילו ערוואקסענע) ווי אינעם קינדליין.
אין פאקט, אויסער אויפן לעיאוט, זענען כמעט נישט פאראן מענטשן וואס רעדן זיך אפ דערויף. עס איז מלא וגדוש.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:47 pm
דורך קאמענטירער
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועלכע בוך דו ווילסט זיי קויפן, אבער כ'וויייס נישט צי ס'וועט ביעטן קינדליין. ס'שווער צו טרעפן אזויפיל ידיעות שונות בפונדק אחד פאר קינדער (און אפילו ערוואקסענע) ווי אינעם קינדליין.
אין פאקט, אויסער אויפן לעיאוט, זענען כמעט נישט פאראן מענטשן וואס רעדן זיך אפ דערויף. עס איז מלא וגדוש.
נו, גוט רעדט מען זיך נישט אפ..
אבער וואס זענען די טענות אויפן לעיאוט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:16 am
דורך שמעקעדיג
ראש השנה
.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 10:26 am
דורך שמעקעדיג
יוכ"פ
.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 1:21 pm
דורך שמעקעדיג
סוכות פעקעדזש
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
דער פארהעלטינסמעסיג נייער מאגאזין קינדליין איז א הערליכער מאגאזין צו געשטעלט פאר די היינטיגע קינדער אויף דעם שענסטן אופן מעגליך. און ס'איז אויך ספעציעל אינטרעסאנט און צוציענד פאר די קינדער. נאר איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער. האביך נישט קיין קליינע קינדער ביי מיר אין שטוב. ממילא קויף איך עס נישט געוויינליך. אבער די וואך זענען מיינע אייניקלעך שי' געווען ביי אונז אויף שבת און זיי האבן מיטגעברענגט דעם קינדליין מעגעזין.
ווען כ'האב אריינגעבליקט און אויפגעמישט אויף פעידזש 4 ביי דעם פרשה בילד. פון הר"ר דוד שפיטצער שליט"א וואו ער באשרייבט..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...איז מיין ערשטע מחשבה געווען. וויאזוי ער טרויעט זיך אראפצומאלן יעקב צוזאמען מיט רחל...אבער קוקנדיג א ביסל בעסער, האביך געזעהן די שעפעלעך, און די פאסטוכער. און יעקב אבינו ביים ברונעם. ווי ער הייבט אויף דעם שטיין פון די ברונעם מיט איין האנט/פינגער. אזוי ווי רש"י'ס פשט. אבער רחל האביך נישט געזעהן. איך האב זי געזוכט איבעראל. אבער נישט געטראפן. (כנוסח אכשר דרא. אין דער וועיטינג רום ביים דאקטאר, פון לעצטנס, ווען ס'דא טאטעס און קינדער. אבער קיין מאמעס איז נישטא, ב"ה.). ביז ענדליך האביך באמערקט עפעס א קליינע סטאדע'לע פון שעף ערגעץ ווייט אינ'ם שטח פון די ברונעם. מיט עפעס וואס האט זיך געקענט דאכטן אז ס'איז א מענטשליך געשטאלט. אבער קיין מענטשליכע צורה האט מען נישט געזעהן. אט דא איז (מסתמא) געווען רחל.
ס'זעהט אויס אז הרב שפיטצער (אדער זיין ארטיסט) לערנט פשט ווי די ערשטע..."באה"...זי קומט ערשט ממרחקים. און נישט ווי די צווייטע..."באה"... ווי רש"י הק' זאגט פשט. אז זי איז שוין געקומען. דאמאלס איז שווער די קשיא. פארוואס שרייבט הרב שפיטצער..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 7:11 pm
דורך שלום על ישראל
ווער ס'האט נישט געזאגט קיין ברכת התורה, זאל נישט לייענען:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער פהראהעלטינסמעסיג נייער מאגאזין קינדליין איז א הערליכער מאגאזין צו געשטעלט פאר די היינטיגע קינדער אויף דעם שענסטן אופן מעגליך. און ס'איז אויך ספעציעל אינטרעסאנט און צוציענד פאר די קינדער. נאר איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער. האביך נישט קיין קליינע קינדער ביי מיר אין שטוב. ממילא קויף איך עס נישט געוויינליך. אבער די וואך זענען מיינע אייניקלעך שי' געווען ביי אונז אויף שבת און זיי האבן מיטגעברענגט דעם קינדליין מעגעזין.
ווען כ'האב אריינגעבליקט און אויפגעמישט אויף פעידזש 4 ביי דעם פרשה בילד. פון הר"ר דוד שפיטצער שליט"א וואו ער באשרייבט..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...איז מיין ערשטע מחשבה געווען. וויאזוי ער טרויעט זיך אראפצומאלן יעקב צוזאמען מיט רחל...אבער קוקנדיג א ביסל בעסער, האביך געזעהן די שעפעלעך, און די פאסטוכער. און יעקב אבינו ביים ברונעם. ווי ער הייבט אויף דעם שטיין פון די ברונעם מיט איין האנט/פינגער. אזוי ווי רש"י'ס פשט. אבער רחל האביך נישט געזעהן. איך האב זי געזוכט איבעראל. אבער נישט געטראפן. (כנוסח אכשר דרא. אין דער וועיטינג רום ביים דאקטאר, פון לעצטנס, ווען ס'דא טאטעס און קינדער. אבער קיין מאמעס איז נישטא, ב"ה.). ביז ענדליך האביך באמערקט עפעס א קליינע סטאדע'לע פון שעף ערגעץ ווייט אינ'ם שטח פון די ברונעם. מיט עפעס וואס האט זיך געקענט דאכטן אז ס'איז א מענטשליך געשטאלט. אבער קיין מענטשליכע צורה האט מען נישט געזעהן. אט דא איז (מסתמא) געווען רחל.
ס'זעהט אויס אז הרב שפיטצער (אדער זיין ארטיסט) לערנט פשט ווי די ערשטע..."באה"...זי קומט ערשט ממרחקים. און נישט ווי די צווייטע..."באה"... ווי רש"י הק' זאגט פשט. אז זי איז שוין געקומען. דאמאלס איז שווער די קשיא. פארוואס שרייבט הרב שפיטצער..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
פון זבולון, צו אידישער ווינקל
אין די קינדליין אויסגאבע די וואך, איז פאראן א בילד וואס ווערט געזען קאלירט מיט א דיקע שווארצער מארקער. עס האט מיר געוואונדערט על מה זה? האב איך אנגעפרעגט ביי די קינדליין רעדאקציע, וואס דארט האט פאסירט?
די ענטפער האט מיר זייער איבערראשט.
פאסירט האט אזוי, אז ווען מען האט געקליבן בילדער פאר יענעם ארטיקל, (גרעניץ אינטערוויו מיט הרב פייג פון מאנטרעאל) איז בטעות אריין געפאלן א אומ-איידעלע בילד, און ווי פארשטענדליך פאסט דאס נישט צו אריינלייגן אין א ערליכער אויסגאבע.
די פראבלעם איז געווען זייער גרויס, ווייל די רעדאקציע האט באמערקט דעם בילד הערשט נאכדעם וואס די קינדליין איז שוין געווען געדרוקט און איינגעפאַקט און גרייט צו דעליווערי... און דא מען האט שווערע טויזענטער עקזעמפלארן מיט א ספק וואס צו טון מיט דעם בילד.
מען האט אנגעפרעגט ביי די וועד החינוך אין קינדליין, און עס האבן אפילו מאנכע געזאגט אז מען קען דאס דורכלאזן בדיעבד "עס איז נישט אזוי געפערליך"...
די רעדאקציע האט אבער באשלאסן צו טון וואס מעגליך צו האלטן איר הויעכע ניווא און נישט איינגעבן אויף פשרות, און האט זיך פאראינטערסירט וואס מען קען טון, (איבערדרוקן איז נישט קיין אפציע, מען האט אן אפוינטמענט, און עס וואלט נישט געווען מעגליך)
האט מען באשלאסן צו דינגען א שטאב פון מענטשן וואס זאלן עפענען יעדע שטיקל, דאס אנשרייבן און דערנאך וועט מען דאס צוריק צומאכן. וכך הווא, מען האט אזוי געטון.
די אויסגאבע האט אריינגעגאסן עטליכע טויזנט דאלער, און אלעס פארט ווייטער, קיינער ווייסט ניטאמאל.
אלזא עס איז געווען א אינטערסאנטע אנעקדאט צו הערן, און אפילו באשרייבן און מיטטיילן אויף אידישער ווינקל, די ערנסקייט פון די רעדאקציע פון קינדליין, נישט וועלנדיג נאכלאזן פון זייער הויכע קוואליטעיט און ריינקייט נישט קיין נפק"מ וואס די פרייז איז, אבי די ליינער זאלן באקומען די שענסטע בעסטע און ריינסטע מעגליך.
IMG_20161212_151040.jpg
די אריגינעל בילד (וואס איז גראדע פון אונגארין און נישט קענעדע......)
hungary_border_crossing.jpg
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:42 pm
דורך טאמבל סאס
חחח. א וואזשנע סעילס טאקטיק געציהלט צו די קינדער געבענטשטע משפחות.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר איז עס אן עליה לצורך ירידה. (אפשר ווילן זיי אריינלייגן מאמעס פון די קינדער אדער קליינע מיידעלעך, ווער ווייסט..)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 1:16 am
דורך וואלווי
פון דעם באבע וואס שבת טענ'ט אז מזרחי איז זיך מתייחס האט מען אזוי מורא געהאט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 2:19 am
דורך שבת אחים
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 1:26 pm
דורך א איד
лпم iοوԴ האט געשריבן:פון זבולון, צו אידישער ווינקל
פארוואס קען ער עס נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל? נאר צו די אידישע ווינקל...
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:15 pm
דורך מפוזרי
רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:34 pm
דורך מיש-נייעס
מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?
די קינד ליין "מוז" מען קויפן, אויב נישט איז אחת דתו ממוז דאך וויסן די המשך פונ'ם מעשה פון פארבגאאנגענע וואך
יעצט ווען עס זאל וועין זיין א מעשה הראויה להתכבד... החרשתי! אבער עס איז ריזיגע בילדער אביסל ווערטער צוגעשריבן און שוין, המשך יבוא.
ממש ווי דער צייטונג שרייבער וואס האט געוואלט אפשפעטן פון א געוויסער "גרויסע..." רבי, האט ער פאבליצירט א האלבער בילד פונ'ם רבין, און געשריבן פון אונטן המשך יבוא בשבוע הבא...
און עס איז אומדערהערט, די שטערן שפאקטיוו איז א 6ער איינמאל צוויי מאל א חודש און סאיז פול, די מעלות איז אויך אן איינמאליגן
אבער די קינד ליין עס איז ליידיג ריזעגע בילדער מיט אביסל מים אחרונים ארום און שוין היי
נאך על פינווער אדער זעקסער יעדע וואך אויף וועמענס חשבון
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:35 pm
דורך זבולון
מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?
ניין. עס איז נישט איך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:54 pm
דורך וואלווי
זבולון האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?
ניין. עס איז נישט איך.
נחמתני בני, נחמתני...
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:56 pm
דורך מפוזרי
זבולון האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?
ניין. עס איז נישט איך.
ב"ה. איך האב טאקע נישט געהאלטן אז ס'פאסט פאר אייך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:00 pm
דורך ליפא
זיי בעטן 7 טאלער די וואך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:17 am
דורך [NAMELESS]
אוודאי קאסט עס מער די וואך, ס'איז דא אפאר פעידזשעס באשריבן די מעכטיגע ברעדבערי סטאר און די מעכטיגע טארנאפאלע הכשר אויף די סטאר. אזוי אויך איז ברייט באשריבען די מעכטיגע מלוה מלכה פון די מעכטיגע קינדליין מחנכים. דאס אלעס קאסט געלט צו שרייבען און דריקן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:06 pm
דורך איסר האטלקי
лпم iοوԴ האט געשריבן:אוודאי קאסט עס מער די וואך, ס'איז דא אפאר פעידזשעס באשריבן די מעכטיגע ברעדבערי סטאר און די מעכטיגע טארנאפאלע הכשר אויף די סטאר. אזוי אויך איז ברייט באשריבען די מעכטיגע מלוה מלכה פון די מעכטיגע קינדליין מחנכים. דאס אלעס קאסט געלט צו שרייבען און דריקן.
און דאס איז שוין 'אינהאלטסרייך' און דער 'חינוך- שופר' פון אונזער דור!
שיין זען מיר אויס מיט אזעלכע קינדער אויסגאבעס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 5:47 pm
דורך מיש-נייעס
ליפא האט געשריבן:זיי בעטן 7 טאלער די וואך
שעמען מעגן זיי זיך אזא פארברעך אפילו 20$ א חודש פאר אפאר בילדער קארטאנס און קאמיקס, איז א פארברעך!
און אך און וויי אויב איך קויף עס נישט
פארנגן מיינע קינדער אן צו זינגן זייער הימנע:
ליין ליין קינד ליין...!
איך זינג זיי צוריק
ניין ניין קינד מיין
איך קויף נישט דעם קינד ליין
וויין וויין גרויסע און קליין נישטא קיין קינדלייןיעצט איז עס 7$ זיי ווילן טשעקען די פולס ביים עולם צו מקען ארויף גיין צו 10$ א וואך
ווענדט זיך צו עס לוינט זיך קינדער זאלן אויפהערן וויינען פאר א צענער...!