בלאט 3 פון 4

משפטים פיבער

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:32 pm
דורך הערשי
עס פלו'ט זיך אין גרויסן. צענדליגער קינדער זענען שוין געשטארבן איבער די פאראיינינטע שטאטן. די H1N1 סארט פלו איז א משחית אין די אומוואקסינירטע. עס קען אוועקלייגן א מענטשן אין דריי טעג. די היימישע געגענטער אין ניו יארק זענען אויך נישט אפגעשוינט. אז מען נעמט טאמיפלו היילט מען זיך גיך, אבער די יסורים איז אינקיוועזיטאריש.
די וואקסין באשיצט ווייט פון אלעמאל אינגאנצן, אבער יא למחצה לשליש ולרביע.
אבאמאקעיר איז מחייב אינשורענסעס צו דעקן פלו שאטס אן קיין קאפעי און אן קיין דעדוקטיבל.

סורו סורו אל תגעו

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:33 pm
דורך הערשי
א נייע שטודיע באריכט אז איינעמען אנטי-פיבער מעדיצין העכערט די ריזיקע אויף איבערצוגעבן די פלו מיט פינף פראצענט. אז איר ליידט פון פלו, נעמט מאטרין אדער טיילענאל געזונטערהייט, אבער הוסט נישט אן דעם ציבור.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:37 pm
דורך עסקן בדברים
Hershy, please put links

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:28 am
דורך ישמעאל הכהן
פיש אויל פיש אויל און נאך פיש

http://www.dailymail.co.uk/health/artic ... brain.html

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:57 am
דורך ישמעאל הכהן
Michael Savage interviews Dr. Peter Breggin about negative effects of antidepressants

http://www.youtube.com/watch?v=eEKRs3BE8c0

חורפא ד-skinny

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:43 pm
דורך הערשי
זוכט איר אפצופאלן וואג? דרייט אראפ די הייצונג.
א נייער אנטדעקונג פון האלאנד לויטעט אז האלטן די שטוב קיל ביי א טעמפעראטור אין די מיטעלע זעכציגער פארנהייט צווינגט די ברוינע פעטן צו שפענדן מער קאלאריעס אין הייצונג קאסטן בכדי צו האלטן די קערפער ווארעם ביי 99-89 דעגריס. סתם כאפן א שפאציר אין די ביטערע פרעסטן אין בלויזן העמד טוט נישט דעם טריק. מ'דארף איינגעוואוינען די קערפער סיסטעמאטיש צו קעלט. אלזא, קומענדיגע מאל ווען דער פעשער עפנט די פענצטער אום טבת 'פאר אביסל פרישע לופט', פארשטייט אז ס'איז לצורך רפואה.
ברוינע פעט איז דא בעיקר ביי קינדער און ביי בערן וואס שלאפן איבער דעם ווינטער, אבער בעלי בתים און עלטערע אידן האבן דאס אויך. אנדערש ווי געווענטליכע ווייסע (געלע) פעטן וואס שטאפן זיך אן מיט ברענשטאף פאר א הונגער יאר, פארמאגן ברוינע פעטן אסאך מיטאכאנדריע, וואס איז די קעלאריע ברענעריי פון א צעל. געווענטליך ווערט די מאשינעריע איינגעשפאנט צו פראדוצירן כח (ATP), אבער ווען די קערפער ברויך היץ, ווערט די טרענסמישן אפגעטשעפעט פונעם ענזשין און די פארע הייצט אנשטאט דרייען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
האוויר הטוב לבריאות הגוף הוא שיהא ממוזג שווה, ממוצע בין הקור והחום. ולכן יזהר כל אדם, שלא יחמם את ביתו הרבה בימות החורף, כדרך אנשים בלי דעת, כי על ידי רוב החמימות – הרבה חולאים באים רחמנא ליצלן. אלא יחממו באופן אשר לא ירגיש שום קרירות, ולא יחם לו ביותר.


קיצור שו"ע סימן לב, כו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:10 pm
דורך הערשי
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
האוויר הטוב לבריאות הגוף הוא שיהא ממוזג שווה, ממוצע בין הקור והחום. ולכן יזהר כל אדם, שלא יחמם את ביתו הרבה בימות החורף, כדרך אנשים בלי דעת, כי על ידי רוב החמימות – הרבה חולאים באים רחמנא ליצלן. אלא יחממו באופן אשר לא ירגיש שום קרירות, ולא יחם לו ביותר.


קיצור שו"ע סימן לב, כו


ער מיינט לכאורה מיאזמא, וכמבואר באריכות בספרי רפואה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:05 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:27 pm
דורך ישמעאל הכהן
וועלכע ברכה מאכט מען...

http://www.dnaindia.com/health/report-p ... th-1827954

Got Gas? It Could Mean You've Got Healthy Gut Microbes

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:48 pm
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:54 pm
דורך יין שרף
wow בין איך געזונט...

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
:lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 11:10 pm
דורך ונבנתה העיר
געזונט ווי א רוח...

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:23 am
דורך שמעקעדיג
זאל מען זיך שאוערן יעדן איינציגן טאג?

https://shine.yahoo.com/healthy-living/ ... 00714.html

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:wow בין איך געזונט...

יא. דער עיקר איז דער קאפ. די אנדערע חלקים, קען מען אדורכשטיפן.... :lol: :roll: :P :oops: :o

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:07 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:זאל מען זיך שאוערן יעדן איינציגן טאג?

https://shine.yahoo.com/healthy-living/ ... 00714.html

ס'ווענדט זיך ווער. און וואס מ'טוט פאר פרנסה. שרייבן אויף קאווע שטיבל אין אן עיר קאנדישאנ'ד רום אדער ביה"כ מאכט נישט זייער שטארק שוויצן. נאכדעים איז פאראן מענטשן וועלכע מעיגן זיך שאוערן אין די ניין טעיג אויכעט. מפני כבוד הבריות. ס'איז נאר אסור, רחיצה של תענוג. ס'דא למשל געוויסע מענטשן. (איך קען אזא בר נש.) א העווי סעט גאי וואס ווען ער איז אין שטח פון ביהמ"ד ווייסטו אז ר'איז דארט. אפילו דו זעהסט איהם נישט. מעשה שהי'... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:40 pm
דורך ונבנתה העיר
פאסט דריי טעג [פון עסן] און ריבאט אייער אימיון סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:53 am
דורך קליגער אינגערמאן
אין איינוועגס תשובה טוען אויך...

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 10:40 pm
דורך יין שרף
האט איר באקומען א RASH? אייער iPad איז אפשר די גורם דערצו...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 2:18 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:40 pm
דורך ונבנתה העיר
פארשער אין MIT האבן מצליח געווען 'אויסצולעשן' - און אפי' איבערדרייען - עמאשענס וואס זענען פארבינדן מיט זכרונות.

'זכרונות' - ווי א פארטיגע זאך - איז צוזאמגעשטעלט פון פון [בעיקר] צוויי חלקים: די קאלטע טרוקענע פאקטן, באותו מקום ובאותו זמן האבן מיר זיך אויסגעגליטשט, און מיט איהר קומען מיט עמאשענס - בושה, פחד וכו', און די זעלבע מיט געשמאקע זכרונות.

די אכסניות פון די צוויי חלקים זענען אבער איין אין אנדערע פלעצער פונעם מוח, ווען מיר דערמאנען זיך אין א פארגאנגענע געשעהניש איז עס נישט ווי מען שפילט איבער א טעיפ - די פאקטן און עמאשענס זענען נישט היינו הך, און יעצט האבן די פארשער מצליח געווען אנצוווייזן פונקט וואו עס זענען די מוח-סיקוטס וואס פארבינדן די צוויי.

נאכ'ן איינגעוואוינען מייז צו שפירן א געשמאק אין איין מצב און אומאיינגענעם אין א צווייטן, זענען די פארשער געגאנגען און אין יעדן מצב סטימיולירט די חלק מוח וואס איז אחראי אויף די פארקערטע עמאשען, וכך הוי, די מייז האבן זיך אנגעהויבן שפירן באקוועם וואו זיי פלעגן האבן א פחד וכן להיפוך.

עס ווערט געלייגט גרויסע האפענוגען אויף די געפונס צו היילן מענטשן פון פאוסט-טראמאטיק סטרעס, ענקזייעטי וכו'.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:32 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג! הנה ימים באים...