בלאט 3 פון 11

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:53 am
דורך ציבעלע-קיגל
אין פאפא שפארט מען צו בעדפארד עוועניו פאר איעדע שמחה וואס די רבי מאכט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:38 pm
דורך chusid
אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:51 pm
דורך ירח בן יומו
chusid האט געשריבן:אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ

וועלעכע מצות עסען זיי ביים סדר?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:51 pm
דורך לית דין בר נש
איך באק ערב פסח מצות ב' ניסן
איך מיין אז עס איז דא נאך אידן וואס פירן זיך אזוי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:02 pm
דורך ירח בן יומו
ביי נכדי טשרנאבל טאנצט די חתן מיט די כלה די נאכט פאר די חתונה
אבער די נאכט פון די חתונה טאנצען אלע זיידעס און מחותנים אבער נישט די חתן כלה
בעצם איז די גאנצע מנהג פון מצוה טאנץ א מנהג פלא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
לית דין בר נש האט געשריבן:איך באק ערב פסח מצות ב' ניסן
איך מיין אז עס איז דא נאך אידן וואס פירן זיך אזוי

יש שיטה בראשונים אז ער'פ מצות איז א חובה. אין אזוי שטייט אין שו"ע אז לכתחילה זאל מען נעמען ער"פ מצות, אבער יש שחשו ווייל דעמאלד 'ס איז מען שוין עובר במשהו ע'כ נעמען זיי פין פאר פסח. אבער חודש ניסן האט דאכט זיך נישט קיין מקור! (אפשר ווייל עס איז פשוט פרישער) אבער די ב"ח דערמאנט יא שלושים יום קודם החג,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:דאכט זיך אז די גארטל אויפן ציצית אין חב״ד איז נישט אלס גארטל נאר די ציצית זאל זך האלטן גראד אן קנייטשן, כמו שפסק הרב ז״ל ששיעור ציצית. היא שיכסה רוב הגוף, ממילא קען מען נישט רעכענען די קנייטשן.
אבטולמוס האט געשריבן:כ'זע נישט אז רוב פון די מנהגים זאלן זיין קעגן דער הלכה.
א פיפטע כוס איז אקעגן די הלכה אז נאכן פערטע כוס מעג מען נאר טרינקן וואסער.
עסן פארן דאווענען איז מדינא דגמרא לא תאכלו על הדם.
מאכן א ברכה סתם אזוי ביי א הלל זכר לקרבן פסח. וויבאלד עס ווערט נישט געברענגט אין שו״ע איז עס א ברכה לבטלה (זיי האבן דעם קבלה פון אליהו הנביא)
שלאפן אין די סוכה איז א הלכה מפורשת, אפילו א שינת עראי איז אסור.

אגב. הרב פישעלע האט מיט יארען צוריק אן געוויזען פאר האד' מ'סקווירא א שיטת הראשונים שרייבט ער אז אנשי ירושלים האבען זיך נוהג געווען צי זאגן מיט א ברכה. לכאורה זעט מען 2 זאכן, 1. אז יש מקור לזה בהלכה גם מהארשונים דכן נהגו אנשי ירושלים. אין 2 אז מען זעט אז א מקום האט זיך נוהג געווען מנהג בפני עצמן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
הרב_שלום האט געשריבן:עסען שמיני עצרת אין די סוכה איז דא זייער אסאך מנהגים

לגבי מנהג איז דא א מחלוקת צווישן בל שם הקדוש אין תלמידו ה'גרויסע מגיד. ויש שעשו פשרה ביניהם דהיינו קידוש יא אין סוכה אין די סעודה שוין אין דערהיים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:20 am
דורך ירח בן יומו
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:עסען שמיני עצרת אין די סוכה איז דא זייער אסאך מנהגים

לגבי מנהג איז דא א מחלוקת צווישן בל שם הקדוש אין תלמידו ה'גרויסע מגיד. ויש שעשו פשרה ביניהם דהיינו קידוש יא אין סוכה אין די סעודה שוין אין דערהיים.

ר' צדוק הכהן מלובלין האט א גאנצע חיבור "משיב דבר" צו פארענטפערן די מנהג חסידים נישט צו עסן אין סוכה שמיני עצרת.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:22 pm
דורך הרב_שלום
אין סקווירא מאכט מען וואך נאכט די נאכט פארן אכטען אפילו די ברית איז נישט בזמנו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:53 pm
דורך גימפל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אגב. הרב פישעלע האט מיט יארען צוריק אן געוויזען פאר האד' מ'סקווירא א שיטת הראשונים שרייבט ער אז אנשי ירושלים האבען זיך נוהג געווען צי זאגן מיט א ברכה. לכאורה זעט מען 2 זאכן, 1. אז יש מקור לזה בהלכה גם מהארשונים דכן נהגו אנשי ירושלים. אין 2 אז מען זעט אז א מקום האט זיך נוהג געווען מנהג בפני עצמן.


דאס קוקט אויס מער ווי סיפורי צדיקים וד"ל. אדרבה, האסט א מקור צייג אן, ניטאמאל האט דער ראשון נאמען, סתם נאך פארציילען א מעשה אז דער אדער יענער האט געזאגט, הייסט נישט קיין מקור מוסמך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:22 pm
דורך ירח בן יומו
הרב_שלום האט געשריבן:אין סקווירא מאכט מען וואך נאכט די נאכט פארן אכטען אפילו די ברית איז נישט בזמנו

אז מ'וועט אנהייבן מיט סקווירא מנהגים וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן (די טאטע האט אויך קיינמאל נישט געענדיגט) אבער אז מ'רעדט שוין פון א וואכנאכט אין סקווירא:
אין סקווירא איז דא א ספעציעילע נוסח פון די מעשה מיט קאֶץ צו פארצייילן ביי די וואכנאט (האט איר שוין אמאל געהערט די מעשה?)
אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:31 pm
דורך יין שרף
ביי סיי וועלכע וואך נאכט איך גיי, ווייסט מען פון די ״שווארצע קאץ מעשה״ צו זאגן. כמדומה א סארט שמורה/סגולה פון איינע פון די חסידישע רביים.
און די לעדל דאכט זיך איז נישט נאר דאן, נאר די ערשטע 30 טעג פון ווען מען ווערט געבוירן.
מיינט אבער נישט ס׳איז ממש א לעדל, עס איז אויסגעשטאטערט פונקט ווי א בעיבי קריב מיט א באקוועמע מאטראץ, און נישט אין א שאפע נאר אויף א סטענד.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:45 pm
דורך יהושע חיים
chusid האט געשריבן:אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ

קען מען פארקויפן חמץ לאחר זמן ??? (עפעס שטימט נישט)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:00 am
דורך chusid
יהושע חיים האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ

קען מען פארקויפן חמץ לאחר זמן ??? (עפעס שטימט נישט)

מען לייגט עס אין די קלאזעט וואס איז פארקויפט אין חמץ, מען רעדט דאך נישט פון חמץ ממש

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 9:09 pm
דורך ירח בן יומו
אין בעלז מאכט מען נישט קיין קידוש לבנה ביז נאך עשרה בטבת
אין גער פאסט מען אויס ביי די תעניתים ביי די צאת הכוכבים פאר מעריב
און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
אין ליבאוויטש ביי א תענית דרבנן פאסט מען שוין אויס ביי 35 מינוט נאכן שקיעה. אין מונקאטש / סקווירא דרייעט מען זיך באו בשלום לינקס קודם אין אזוי צי רעכטס. אין סקווירא ליינט מען די מגילה די צוויי מוצאי שבתות פאר פורום (נאך חצות) קודם די ערשטע האלב אין די צווייטע וואך די צווייטע האלב. מנהגי חתם סופר (וכן עוד גדולים) אז אויב פסח געפאלט מוצאי שבת באקט מען דעמאלדס מצות צי יוצא די שיטה אין טור דאינן יוצאין מצות אכילת מצה רק כשנאפו בערב פסח ,

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:00 am
דורך אויסגערוט
ירח בן יומו האט געשריבן:און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?

אין שומר שבת....

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 9:46 am
דורך לית דין בר נש
ירח בן יומו האט געשריבן:און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?

איך מיין ביי די פוילישע
גער אלכסנדר

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 9:47 am
דורך לית דין בר נש
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מנהגי חתם סופר (וכן עוד גדולים) אז אויב פסח געפאלט מוצאי שבת באקט מען דעמאלדס מצות צי יוצא די שיטה אין טור דאינן יוצאין מצות אכילת מצה רק כשנאפו בערב פסח ,

ווי ווערט דאס גיברענגט (מקור)?

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 9:55 am
דורך itsnotme
לית דין בר נש האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?

איך מיין ביי די פוילישע
גער אלכסנדר

צאנז קלויזענבורג

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 7:47 pm
דורך ירח בן יומו
לית דין בר נש האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?

איך מיין ביי די פוילישע
גער אלכסנדר

טאקע אינטערסאנט, געווענטליך זענען זיי די ערשטע אויסצולאזן

דעם שבת האב איך געזען טאקע זייער א אינטערסאנטע זאך, הפלא ופלא, איך בין געווען אין א בוכארישע שול (אויף א קידוש) און ביי מוסף האט מען געדיכ'נט
איז דא נאך פלעצער ווי מ'דוכנט אין חו"ל?

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:03 pm
דורך יין שרף
ווען מען בענטשט בהמ״ז אויפן כוס. לייגט מען עס אראפ נאך די ברכה פון בונא ברחמיו אין קאמארנא.
אין זידיטשוב לייגט מען עס אראפ ביי יראו את ה׳.
אין סידור יעב״ץ שטייט, נישט אראפלייגן פאר מ׳איז טועם פון די כוס.