בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 8:56 pm
דורך איש את רעהו
א גוט ווארט- עס קומט אלץ און ווי אימער צוניץ.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:41 pm
דורך פארוואס?
כוכב האט געשריבן:@נהורא
הדא דכתיב טאף לאק היות סאיז רענדאמלי.
גלייב מיר מיר זענען דורכגעגאנגען אלע אפציעס בכובד ראש במשך עטליכע טעג און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די פראקטישסטע און מערסט עפעקטיוו.
אויב וואלט דא געווען א לאטערי, וואלט רענדאמלי געווען א ריכטיגע תירוץ, אבער היות מ׳וועלט דא לויט די איכות פון די ווערק, האט - לדעתי - [tag]נהורא נפישא[/tag] א ריכטיגע טענה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:46 pm
דורך [NAMELESS]
האט איינער שוין אמאל געזעהן די טעלענט שאו'ס ווי די וואויז אדער עקס פעקטאר. אלעס ארבייט מיט דעם אז מ'צוטיילט אין גרופעס און די גרופעס זענען רענדאם
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:20 pm
דורך טאמבל סאס
1 אמרתי
8 ימי בינה
10 או חברותא
אגב, אינטערסאנט אז נאך איידער איך האב געקוקט וויאזוי די גרופעס זענען צעטיילט, האט זיך מיין ליסטע, אין וועלכע איך האב מסדר געווען די פאעטן אין א רייע לויט פרעפערענצן, פונקט שיין אויסגעשטעלט אזוי אז די ערשטע 9 זענען געפאלן אין די דריי באזונדערע גרופעס. אויסגעוועלט האב איך לכתחילה די 20! פון וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט, געליסטעט לפי העדפה. א שאד ס'נישטא א טויזנטער צו ספענדן אין ווערט פון וואוטשערס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:10 pm
דורך מאטי

- 2014-12-30 26.jpg (24.84 KiB) געזען געווארן 1420 מאל
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:20 pm
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן: אויסגעוועלט האב איך לכתחילה די 20! פון וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט, געליסטעט לפי העדפה. א שאד ס'נישטא א טויזנטער צו ספענדן אין ווערט פון וואוטשערס.
וכך הייתי מונה
18 שאון השעון
1 אמרתי
10 או חברותא
25 וכשאני לעצמי
8 ימי בינה
24 דרא דייסא ודירה
14 רכבת מעצבנת
26 שיר החסידים
27 ארטאדאקסיע פאראדאקסיע
36 וכל ישראל מראין באצבע
28 און גאט האט געשוויגן
22 העלע געדאנקען
16 ראדני
11 טב למיתב ארמלי
12 מיין בקשה, איך בעט
31 לא נתקבל
34 מעשה שהיה
7 השיבה/השיבינו
15 הארץ סטרונעס
32 תוקד בקרבי
איך מוז אבער מודה זיין, כ'בין ווייט נישט גענוג געזיצן דערויף. כ'בין דאך נייגעריג ווער נאך ס'האט געהאט, אפילו ענליך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:38 am
דורך petergrifin
געזעצן און געלײנט אלע (מער אדער װײניגער) פאעזיעס און געשטימט פאר נײן פון זײ (ס'ערשטע מאל מען פרעגט מיך מײן אפיניאן, נישט נאר אײנמאל נאר פאר נײן מאל..). עניװעיס װאס פארשטײ איך צו פאעזיע, אבער העי אביסל הכרת הטוב, יא? עפעס פארשטײ איך, רוב מסתם נישט. האב איך פרובירט צו לײנען די פאעזיעס בשעת איך הער צו אברמ'ל זינגן "יאקאב", אבער עס האט נישט געהאלפן.
עניװעיס, סאם גאט טו מי, אדערס נאט. די דריטע סעט מײן איך האט די מערסטע שטיקלעך װאס איז מיר געפאלען אבער מען קען נאר װעלן פאר דרײ, סאו טו בעד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:41 am
דורך כוכב
די ערשטע שטים בודקע פארמאכט זיך ביז עטליכע שעה. בשפה רפה ובקול דממה דקה וויל איך בעטן, ס'עט מיר זיין א כבוד אויב ס'וועט אריינקומען אסאך וויילער, אויב האט איר נאכנישט געשטימט מאיזה סיבה שהוא זייט אזוי גוט און קומט אפגעבן אייער שטימע, טענקס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:25 am
דורך ישמעאל הכהן
פארוואס פארמאכט זיך די נאכמיטאג און די אנדערע צוויי אינדערפרי?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:30 am
דורך לית דין בר נש
ווייל דער האט זיך גיעפענט נאכמיטאג און די אנדערע האבן זיך גיעפענט אינדערפרי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:06 pm
דורך כוכב
א כפרה אין אלע שונאים, נאך געבליבן אונטער צוויי שעה צו שטימען, אויב האט איר נאכנישט געוועלט, יעצט איז די צייט ואם לא עכשיו אימתי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:14 pm
דורך אפטעמיסט
גיימער שטימען... #חחחח
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:20 pm
דורך לית דין בר נש
איך שטיי שוין דא אינדרויסן פון די שטים בודקע זייט 9:00 אינערפרי און איך טייל ליפלעטן צו אלע דוירכגייער
אבער עס איז ביטער קאלט דא אינדרויסן איך בין פארפרוירן איך מוז גיין נעמען א קאווע און א הכנות ווער וויל מיך איבער נעמען פאר א האלבע שעה? איך וועל זיין צריק פונקטליך 2:50
איך בין שוין גראדע געהייער"ט פאר מארגן פאר די צווייטע שטים בודקע און פרייטאג פאר די דריטע איך האף אז עס גייט נישט זיין אזוי קאלט די נעקסטע צוויי טעג, מארגן קען איך אפילו א קאווע נישט נעמן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:33 pm
דורך כוכב
פופצן מינוט געבליבן.
[tag]הוגה[/tag]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
קיינער זאל נישט רופן גייקאו איצט, ביטע גייט שטימען!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:48 pm
דורך ברסלבער
רעזולטאטן זענען שוין עוועליבל
נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 7:12 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
היות מחמת סיבת כלשהוא האב איך נישט זוכה געוועהן מיט צו טיילען דער וואטען אין זאגן מיין מיינונג ע''כ עלמיר זאגן דא וואס איך וואלט געשטימט אולי וועט מען דאס אויך צו רעכענען הלוואי
איך וואלט געשטימט פאר
1 אמרתי
3 א גוט ווארט
12 מיין בקשה איך בעט
...
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:13 pm
דורך לית דין בר נש
אמע"כ ידידינו התם ומתמם עם תמימים
ביטע קומט יעצט אריין אין די שטים בודקע פון די פיינעליסטן און גיבט אפ אייער שטימע
עס וועט מיר זייער וויי טוהן אז איר גייט דא אריינשפאצירן דאנערשטאג אינדערפרי און שרייבן
איך וואלט געשטימט פאר:
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:26 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ווי וואס ווען
זאגט מיר פונקטליך...