בלאט 3 פון 3
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2018 1:03 pm
דורך אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מי יגלה עפר מעל עיניך רבינו משה סופר זי"ע?
אלס האט ער איננגעזען מיט זיין תשובה אין או"ח סי' ק"צ! ער האט פון די זיידע געזען אז ער וועט האבען אן אייניקעל וואס וועט זיך אזוי פיהרען און ער האט עס געוואלט אויסמיידען מיט זיין דברי חכמה, ולא אסתייעא מלתא.
דאס רודפ'ן יעדער בחור צו לערנען רצופות, און יעדער בחור מוז לערנען אזויפיל שעה'ן, און אין די שעה'ן דווקא, איז דער זינד דא.
.
א ליטוואק זאל אזוי רעדן?
ואולי אפשר לומר אז דער בריעף פון חתם סופר האט יא אויפגעטוהן אז די יונגעלייט זאל מען כאטש צורוה לאזן משא"כ ביי די ממשיכי דרך הגר"א.
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2018 2:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער חתם סופר באלאנגט עפעס צו איין מדינה?
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2018 5:21 pm
דורך אונטער חכם
האסט נישט פארשטאנען, מיין פראגע איז געווען א ליטוואק זאל האבן א פראבלעם אז יעדער דארף לערנען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2018 6:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוודאי דארף יעדער לערנען, אזוי שטייט אין רמב"ם און שו"ע. נאר יעדער דארף לערנען לויט וואס ער דארף, נישט אויף יענעמ'ס אופן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 5:05 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דערמאנט מיר א מעשה, א סאטמארער איד האט געפרעגט זיין בחור'ל אין א שובבי"ם מוצאי שבת: נו האסטו געהערט די שובבי"ם טעיפ פון רביה"ק?
האט דער בחור געענפערט "טאטי וואס זאל איך טוהן עס האט געקראצט"!
זאגט דער טאטע: דו שייגעץ רשע! די גמרא זאגט אז אפילו עס קראצט דארט טאר מען נישט דארט לייגען די הענט - שעם דיר אין פנים, דו אויסווארף!
ענפערט די בחור: נישט דארט האט געקראצט דער טעיפ האט געקראצט!!!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:45 pm
דורך שמעקעדיג
עניני דיומא!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 5:14 pm
דורך קידוש
ביי מיר פארזענליך ברענגט שובבים נישט קיין טראמא, אלץ בחור האב איך פון קיין חטא הידוע נישט געוויסט צו זאגען סיי בפעול אין סיי במעשה( ערשט געוואר געווארען נאכען חתונה- א שמועס פאר זיך)
שובבים האט געמיינט ביי מיר געשמאקע חזרה, אביסל רצופות. גוטע גרולות אין קאווע בחינם...
נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:47 am
דורך yesiknow
סיי בפועל סיי במעשה, וואס פונקוטליך איז די חילוק? והשנית נאך די חתונה איז עס א מצווה הידוע נישט קיין חטא הידוע...
אשרי חלקך אשרי ילדותנו שלא בושנו זקנותינו
ביים הערן די טעפס האסטו מיטגעוויינט?
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:14 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ארויפגעברענגט דעם אשכול לרגל שובבים תשפ"ד
און אז מען רעדט שוין פון בחורישע טראמא, איך קען כאטשיק 3 מענטשן וואס אלס בחור האבן זיי באקומען א נערווען-בראך צוליב פחד פון די גרויסע עונשים פון דעם חטא הידוע...
חכמים הזהרו...
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:44 pm
דורך קהל'ס נער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:14 pm
ארויפגעברענגט דעם אשכול לרגל שובבים תשפ"ד
און אז מען רעדט שוין פון בחורישע טראמא, איך קען כאטשיק 3 מענטשן וואס אלס בחור האבן זיי באקומען א נערווען-בראך צוליב פחד פון די גרויסע עונשים פון דעם חטא הידוע...
חכמים הזהרו...
משוגע געווארען קען איך נישט.
וואס יא, אסאך בחורים און יונגערלייט האבן גע-דאמפט די גאנצע עניני קדושה subject, וויבאלד מען האט עס געמאכט אוממעגליך צי געווינען, נו אין גיהנם גייט מען שוין מילא גיין כאטש זאל מען enjoy’ען אויף די וועלט….
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:47 pm
דורך קהל'ס נער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑
דערמאנט מיר א מעשה, א סאטמארער איד האט געפרעגט זיין בחור'ל אין א שובבי"ם מוצאי שבת: נו האסטו געהערט די שובבי"ם טעיפ פון רביה"ק?
האט דער בחור געענפערט "טאטי וואס זאל איך טוהן עס האט געקראצט"!
זאגט דער טאטע: דו שייגעץ רשע! די גמרא זאגט אז
אפילו עס קראצט דארט טאר מען נישט דארט לייגען די הענט - שעם דיר אין פנים, דו אויסווארף!
ענפערט די בחור: נישט דארט האט געקראצט
דער טעיפ האט געקראצט!!!!
ס'געוועהן א סקווירא יונגל וואס האט געפרעגט זיין טאטע וואס מיינט געי?
די טאטע ווערט פארלוירן, ער הייבט אן מסביר זיין אז ס'דא מענטשן וואס ציען צו זכרים וכו' וכו'
אה, זאגט דער אינגל, יעצט וואס מיינט צלמות?
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:50 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אין די ליטווישע וועלט רעדט מען בכלל נישט פון די נושא. איך בין זיכער אז א תמימות'דיגע טיפיקל 17-18 יעריגע ישיבה בחור ווייסט נישט פון דעם גאנצע זאך 'איי דידנ'ט סי איט אין דע מישנע בערארא'...
מיינט איר אז דארט טוצעך עבירות ביז די לבנה?
אלא מאי? מ'פארדינט גארנישט פון רעדן דערוועגן!
Re: די שובבי"ם טראמא
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
געראדע ווערט שובבי"ם יא דערמאנט אין משנה ברורה.....