בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 7:22 pm
דורך אחד העם
א דאנק אייך מיכל
Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:35 pm
דורך chaims
האט איינער די ארגינאלע בוך אין יידיש אדער ווייסט ווי מען קען עס באקומען?
I can't believe I just said that...
Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:40 pm
דורך [NAMELESS]
מען קען עס לייענען ביי די ייוו''א לייברערי,
אדער פרעג אן ביי yiddish books,
א צייט צוריק האבן זיי געהאט די צווייטע חלק פאר 20$,
Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:41 pm
דורך chaims
ישר כוח מיכל
ביי ייווא קען מען נאר ליינען אויפען פלאץ און איך האב נישט די צייט דערפאר
I can't believe I just said that...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א גוטען אידען.
איך האב געוואלט הערען דער שמועס וואס חיים גראדע האט געהאט אויפ'ן חזו"א, וואס ס'ווערט געלינקט
דא, און מ'קען הערען
דא, אבער איך קען עס נישט דאונלאודען. טאמער איינער קען א טובה טוהן און ברענגען א פלאץ ווי מ'קען עס דאונלאודען, נישט הערען אנליין, וואלט עס מיר געהאלפען. ס'איז עפעס אויסנאמליך, אבער איך וויל עס אויף מיין קאמפיוטער. ער רעדט דער זעלבע סארט וועג ווי הרב שמואל רוזובסקי, פאר דער וואס איז באקאנט אין זיין טעיפס, נישט ווי הרב שך צו ר' משה פיינשטיין וכדו'.
א דאנק
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:10 pm
דורך זוכער
דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:25 pm
דורך סקרן
האט איינער אפשר די פול ווירזשין פון די בוק וואס ער האט געשריבען?
איך האב נאר געזעהן די צענזורטע חלקים איך וויל זעהן דער חלק וואס מען האט ארויסגענומען
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:45 pm
דורך זוכער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גוטען אידען.
איך האב געוואלט הערען דער שמועס וואס חיים גראדע האט געהאט אויפ'ן חזו"א, וואס ס'ווערט געלינקט
דא, און מ'קען הערען
דא, אבער איך קען עס נישט דאונלאודען. טאמער איינער קען א טובה טוהן און ברענגען א פלאץ ווי מ'קען עס דאונלאודען, נישט הערען אנליין, וואלט עס מיר געהאלפען. ס'איז עפעס אויסנאמליך, אבער איך וויל עס אויף מיין קאמפיוטער. ער רעדט דער זעלבע סארט וועג ווי הרב שמואל רוזובסקי, פאר דער וואס איז באקאנט אין זיין טעיפס, נישט ווי הרב שך צו ר' משה פיינשטיין וכדו'.
א דאנק
איך האב דעם קליפ אראפגענומען. לאז וויסן אויב ס'איז נאך וויכטיג.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:06 pm
דורך זוכער
דעם אינטערוויו פון חיים גראדע
ביידע חלקים
חיים גראדע אינטערוויו - 2 טיילן
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:03 pm
דורך זוכער
מ׳קען זיך באלעקן די פינגער פון דעם פענאמענעלן אפשאצונג פון חיים גראדע, ווי ער לייגט אראפ דעם חזון איש מיט לעבעדיקע פארבן.
פון זיין בליק קעגן חסידות, זיין ליבשאפט צו יעדן מענטש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:28 pm
דורך זוכער
זוכער האט געשריבן:דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.
חוץ אין לייבערערע איז נישט צו געפינען דעם בוך אין אידיש. אויף קיין שום אקשן-סייט, אלטע ביכער.
אלע האבן די ענגליש אדער העברעישע ווערסיעס. די ארגינאלע אידישע בוך איז עפעס נישט צום געפונען
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:21 pm
דורך זוכער
עס ווילט זיך פרעגן, וויפיל פון צמח אטלס זענען באזירט אויף הויל פיקציע, און וויפיל פראצענט איז כאטש באזירט אויף אמת'ע איבערלעבענישן פון חיים גראדע מיט'ן חזון איש?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
זוכער האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.
חוץ אין לייבערערע איז נישט צו געפינען דעם בוך אין אידיש. אויף קיין שום אקשן-סייט, אלטע ביכער.
אלע האבן די ענגליש אדער העברעישע ווערסיעס. די ארגינאלע אידישע בוך איז עפעס נישט צום געפונען
האסט פרובירט ביי די יידיש בוק סענטער?
https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... dish-books
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:38 pm
דורך berlbalaguleh
זוכער האט געשריבן:עס ווילט זיך פרעגן, וויפיל פון צמח אטלס זענען באזירט אויף הויל פיקציע, און וויפיל פראצענט איז כאטש באזירט אויף אמת'ע איבערלעבענישן פון חיים גראדע מיט'ן חזון איש?
זוכער: איך ווייס נישט אויב מ'קען עס קוואנטיפיצירן מיט פראצענט. אבער אין די אנדערע סיפורי מעשיות פון חיים גראדע. אזוי ווי ..."לייבע לייזער'ס הויף. זיידעס און אייניקלעך אדער ..."דער שטומער מנין". אדער די מעשה פון ר' נחומ'קע דער מלווה...ווען דו ליינסט די מעשה האסטו דעם פיעלינג ווי דו ביסט ממש דארט אין די שטאט און דו לעבסט מיט די גאנצע דראמאטישע געשיכטע. אפילו די פלעצער וועלכע ח.ג. געט אן אזוי ווי די שולן. און די בעקערי. און דאס אייזן געשעפט פון ר' שעפטל. די אלע קענסטו געפונען אפילו בלינדערהייט. ווייל ער ברענגט עס ארויס מיט אן אויסערגעווענליכע קלארקייט...!
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 1:13 pm
דורך סקרן
איך האב געענדיגט די פייל וואס איינער האט אהער געלייגט פון צוויי ביכער מלחמת היצר און צמח אטלס
די שרייבער איז עפעס אויסער געווענליך
אבער לדאבוני שטעלט זיך עס אפ ביי דף 192 פון די צווייטע בוף אינמטען די מעשה ווייסט איינער ווי מען קען באקומען די דבר השלם?
איך וויל וויסן
1. וואס איז דעווארן מיט צנח און סלאווה נאכדעם וואס צמח האט צוריקגעווארפען דאס געלט צום שוואגער אין פנים
2. איז חייקל מיטדעדאנדען מיט'ן מחזה אברהם קיין ווילנא
3. וואס מאכט הרצקא
4. וואס מאכט הירשה גורדון
5. וואס מאכט מלכקה
ועוד ועוד
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:47 am
דורך איש חזון
סקרן האט געשריבן:איך האב געענדיגט די פייל וואס איינער האט אהער געלייגט פון צוויי ביכער מלחמת היצר און צמח אטלס
ואיו?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 11:47 am
דורך סקרן
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
סקרן: ייש"כ.טאמער האט עטץ ענק געוואונדערט וואו איך בין געווען ביז יעצט. איך בין געווען פארטיעפט אין די זיסע/נארישע מעשה'לע מיט אלע רמ"ח ושס"ה.
לכאורה זעהט עס אויס ווי א נארישע מעשה'לע מיט נארישע כאראקטערס. אבער דער וועג וואס חיים גראדע לייגט עס אראפ איז אין דוגמתו. ס'ציעט ווי א מאגנעט צו ליינען נאך און נאך. בשעת דו ליינסט די פונקטליכע דיטעילס, מיינסטו אז דו ביסט דארט אין די מעשה אליינס...!
איך האב געליינט די מערסטע אנדערע ביכלעך פון סיפורי מעשיות געשריבן דורך חיים גראדע. זיינע מעשיות זענען דאך מתוק מדבש. ווען מ'זאלל עס קענען אויסרייניגן פון די אריינגעשמיר'טע, אומ-דירעקטע ניבול פה וואס ער האט אריינגעמישט. וואלט עס געווען הערליכע מעשיות פאר די היימישע קינדער צו ליינען...!
די גרויסקייט פון א שרייבער איז אז ער קען שילדערן א מצב און א פלאץ און דו זאלסט מיינען אז דו שטייסט דארט ווען די געשיכטע שפיעלט זיך אפ פאר דיינע אויגן.
צווישן די גוי'אישע/ענגלישע/אמעריקאנער שרייבערס קען איך נאר איינעם וואס גייט אויף חיים גראדע'ס דרך. ער איז סיי א שרייבער. וועלכער האט מחבר געווען עטליכע ביכער. און סיי א (געוועזענער) קאלומניסט אין דעילי ניוס. ער הייסט פיעט העמילל. ער האט אמאל געשריבן א קאלום אין דעילי ניוס. מיט די העדליין..."דער שבת גוי"..."The Shabbos Goy"...! דארט געשילדערט ווי ער אלס ארימער שייגעץ'ל, א זון פון איירישע אימיגראנטן פלעגט אריינגיין צו זיינע אידישע שכנים אום שבת אינדערפריה אראפנעמען די לייכטערס פון טיש. (דאס איז געווען אמאל א מנהג ביי אידן. אז א גוי פון שכינות פלעגט שבת אינדערפריה אראפנעמען די לייכטערס פונ'ם טיש.). און אין שכר פן דעם פלעגט איהם די באלבאס'טע געבן א שטיק פרישע חלה אדער קעיק. וואס ער האט אהיים געטראגן. און זיך געטיילט מיט זיינע געשוויסטער. אבער דער וועג וויאזוי ער שילדערט עס קענמען מיינען אז מ'שטייט דארט שבת אינדערפריה ווען די סצענע שפיעלט זיך אפ פאר דיינע אויגן...!
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 11:20 am
דורך סקרן
ווייסט איינער ווי מען קען טרעפן די גאנצע ביכער?
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרעג ביי די סטיוועק ספיעלבערג אידיש בוך סענטער